Re: אם בישראל אדער אשת חיל (קימפעטארן היים)
כא כא כא האט געשריבן: זע איך אז רוב עולם זאגט די זעלבע
מיין רעבעצין האט געפילט אז אשת חיל איז עכט נישט געמאכט פאר קיין היימישע ווייבלעך, נאר אז ס'איז אין א היימישער געגענט כאפן זיך אויך אריין היימישע.
משא''כ אין סקווירא ווי ס'איז ממש געמאכט פאר יענטעס... וואס רעדן אונזער היימישער אידיש, אלע מיטן זעלבען חסידישע געשמאקייט.
קלאצער האט געשריבן: מיין עקספיריענס, אם בישראל איז אסאך מער מענטשליך און איבערגעבן מיט ווארעמקייט, משא"כ אשת חיל איז אלעס זייער סיסטעמאטיש און קאלט צו די פרויען ומשפחתם.
קאנסאלטענט האט געשריבן: סאיז דיר נוגע יעצט אויף למעשה?
מזל טוב!
אשת חיל איז די נעקסט לעוועל!!!
אם בישראל איז מער א ווארעמע סביבה.
דאס איז אויפן שפיץ פונעם סושי גאפל
(אינפא גענומען פון עזרת נשים)
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן: עקספיריענס האב אין קיין איינס
אבער ווי עס זעט מיר אויס איז אשת חיל גאר גוט אין אלע הינזיכטן סיי די עסן און סיי אלעס ארום און ארום
אבער די פעיר פרעשור איז ווייניגער אין אם בישראל
ווער עס האט עקספיריענס קען אריינקומען זאגן אויב איך בין גערעכט
מי יודע האט געשריבן:ווארעמע מעלאנע האט געשריבן: אשת חיל איז מער sterile און קאלט, אזויווי א שפיטאל, אבער אויך מער פראפעציאנאל.
מען לאזט נישט אריין נעמען די קינדער אין א שטוב וואס האט מער פון איין פרוי. מען לאזט נישט ארום נעמען די קינדער אין עס זאל א.א.וו.
אם בישראל איז מער היימיש, זיי זענען נישט אזוי שטרענג און לאזן די פרויען ארום גיין מיט די קינדער ווי אומער, כאטש אפיציעל מעג מען נישט נעמען די קינדער אין שטוב אויב שלאפט דארט נאך איינער. זיי האלטן נישט שטארק צו די כללים.
די עסן זענען ביידע גוט. אם בישראל מער היימיש, אשת חיל מער היי סטייל.
ווענד זיך וואס דאס ווייבל האט ליב.
זייער גוט אראפגעלייגט, כ'האב געהאט עקספיריענס ביי ביידע
ביי אשת חיל איז אלעס פארמאל, און ביי אם בישראל איז אלעס היימיש
יעצט ווענדט זיך וואסערע נאטור די פרוי איז, און וועלכע חלק זי האט ליב
צא ובדוק, רוף אריין די נומבער צו אשת חיל און הער די ריקארדינג, רוף אריין אין אם בישראל די נומבער און הער די רעקארדינג, דו קענסט שוין תיכף זיין די לופט פון דא און פון דא
דאכט זיך אז די פרייזן זענען מער ווייניגער די זעלבע
לדעתי איז עס נישט קיין לשון הרע
איך האב נאר געברענגט א חלק תגובה'ס
דאס איז די פאקט און אזוי איז עס אויסגעשטעלט יעדע פלאץ מיט זיינע מעלות און.....
און אזוי ווי יעדער האט ליב א אנדערע קאר. און א יעדע מאדעל קאר האט זיך זיינע מעלות און חסרונות.
די זעלבע איז דא א יעדער זאל וויסען וואס זיין ב"ב האט ליב.
מיין ב"ב איז שוין געווען אפאר מאהל אין ביידע.
גארדע יעצט איז זי אין אם בישראל און זינטאג גייט זי אי"ה צו אשת חיל.
אזוי האט זי ביידע.