אייוועלט ראסיזם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

געווען אמאל א איד געהייסן האט ער רבי וואלף, דער רבי וואלף אדער ווי גערופן בלשון חיבה "זעבי" איז געווען א מוסטער פון א איש מגושם, א סמארטפאון האט ער געהאט אנע פילטער פראשטייצעך, צופרידן איז ער געווארן פון אטליכע נישטיגע לייקס אויף טוויטער אדער נאך א פאלאוער אויף זיין אויסגעשפילטן טעלעגראם טשענעל, מיט מנין האט ער שוין נישט געדאוונט פאר יארן, סמערסטע וואס ער האט זיך געקענט ערלויבן איז געווען שבת צופרי ווען ער האט געהאט מזומן אדער טיילמאל א חברותא, ער פלעגט ממש צווינגען זיינע קינדער צו גיין צו די אונטערן פלעיס און פאר זיין אידענע פלעגט ער יאר יערליך קויפן געפאסטע דענים באגאבו שניעלס.

א ספעציעלע מערכה האט ער געהאט מיט אלע קנאים פון שטאט, ווער רעדט נאך פון די שומרים קארטלעך וועלכע האבן אים אויפגעברענגט בייז בלוט אזש ער מוז נעמען טראנקולייזערס איעדעס מאל ווען ער זעט סיי וועלכן קארטל אפילו א בלויזער ביזנעס קארטל פונעם גויאישן קלינערס, די לאקאלע קנאים האבן געוואוסט אז זעבין גייט מען נישט אריבער אנע מאסק און בולעט פרוף וועסט אויס מורא פון פילן זעביס פליישיגע ידים אויף זייערע מאגערע ביינדלעך, א לעגענדע גייט ארום אז ווען סאיז פארגעקומען דער גאלאווענציץ מערכה האט זעבי באמקלט דעם דבר יום ביומו פארטיילער נישט כאפנדיג קיין חילוק פון א שמחה בלעטל צו א פאשקעוויל.

און נישט נאר מיט די אזויגערופענע סיקריקים האט זעבי געפירט חשבונות, נאר יעדער מענטש וואס האט אפילו נאר אמאל גערעדט מיט אים איז געבליבן מיט א טעם פון אסתרס קעזל אין מויל, אנגעהויבן פון די גבאים אין שול וואס האבן געכאפט פאר די קדישים תקנות, די בעלי תפילה פארן ציען ביים דאווענען בעת ער איז אפילו נישט דארט געווען, און סתם אידן האבן אויך געכאפט פאר סתם אזוי.

אין ביזנעס האט מען פון זעבי אויך נישט געלעקט קיין האניג, נאכן זיך צוקריגן מיט דריי געלט שותפים און בגנבנען א האלבע שטאט האט זיך זעבי געפנט זיין גראנדיעזן סופערמארקעט אפשפארנדיג אויטאמאטיש האלב גראסעריס פון שטאט אן קיין אויגן בליק, די קאסטומער האבן אויך קיין סאך ריוח פון זעביס שטיק נישט געהאט ווען ער האט נאר געהעכערט די פרייזן פונעם גאנצן געגנט און אויך אויפגעהערט פרי דעליווערי נאכשלעפנדיג נאך זיך אלע אנדערע קלייטן, אויב א קאסטומער האט געלאזט זיין באלאנס רוען מער פון דרייסיק טאג פלוס א מינוט איז ער אויטאמאטיש געווארן אויסגעשטעלט צו קולות פון זעבין אין סטאר, שול, פארק, גאס און ווי נאך סאיז דא מענטשן.

קיין פעני צדקה האט מען נישט געזעהן פון זעביס אנגעבלאזענעם טעשל, כאטש אלסווייסער האבן געוואוסט צו זאגן אז זעבי האט געלעבט אויף צדקה קאסעס פאר לאנגע יארן, איין איינציג מאל וואס זעבי האט געשפענדעט געלט פאר א צווייטן איז געווען ווען די רבנים האבן געאסרט א געוויסן סידי, דאן איז זעבי ארומגעפארן צו אלע געשעפטן און אויסגעקויפט יעדן אלבום בלויז צו שטיצן דעם צובראכענעם זינגער, און דערנאך פארשפרייט די אלבומס אין אלע שוהלן למען ידעו הרבנים אז סדא נאך א כח אין שטאט און סהאט זיך גענדיגט די צייטן וואס זיי קענען שעדיגן יענעםס פרנסה סתם ווייל זיי האבן מורא אז זיי גייען פארלירן קאנטראל.

אינדערהיים איז זעבי געווען אזאנס וואס מען רופט דער "ליבליכער תקיף", מצד אחד איז ער געווען דער ליבליכער טאטע וואס האט זיכער געמאכט אריינצושטעקן סנעזל וואס מער און ווי מער אין די קינדערס געשעפטן, געגעבן עצות.

ביז דא איז דער משל, דער ארטיקל ליגט מיר שוין סטאק פאר עטליכע חדשים דערנאך וואס דער נמשל האט עקספייערט אינמיטן שרייבן דעם ארטיקל דערנאך וואס מיינס א פריינט האט מיר אויפגעקלערט אז כבין נישט גערעכט, איז אזוי דער ארטיקל געבליבן זיצן ביי מיר אלס א דרעפט צו מיין ווייטאג נישט טרעפנדיג וואס צו טון מיט איר.

ביז היינט, זעמיר געזעסן ביים שרייב טישל מיט שטורעמישע רצונות צו טון עפעס צו שטופן דעם תחיית המתים קאמפיין פאראויס אבער אן ערפאלג, מיין געוויסן האט געמאנט א ארטיקל, פאעזיע אדער כאטש א קאנטרעווערסיע, אלס אבי צוגיסן אויל צום הערליכן פייער וואס ברענט אין פארעם פון א פאראייניגטע אייוועלט, כהאב פרובירט צוזאמצושלעפן אלעס, אנגעהויבן פון רבי שלמה קארליבאך און גענדיגט ביי שלמה העלבראנס, אבער גארנישט איז געגאנגען, מיין מח שטייט אין איין קארנער און מיין הארץ אין די צווייטע.

ביני לביני האב איך מיר אנגעטראפן אין דעם דרעפט און דער קעפל האט מיר אויפגעשוידערט, נשמות פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן, אנטי און פרא, אלטערנאטיווע און אלגעמיינע, פאעזיסטן און עמך אידן, ותיקין אידן און פרישטיג עסער, פאנדרעיזערס מיט מלמדים, שרייבער און קאמענטירער, אלטגעזעסענע און קוים געבורענע זענען פארהאלזט אינעם הייליגן פייער פון אהבת ישראל, אלעס צום פארדאנקען אייוועלט, געלטער גיסן זיך ווי ברוינפן, קארטלעך ווערן אויסגעריבן פון סווייפן, און בלוט גיסט זיך פון טשעק רייסענישן, און איך שרייב "אייוועלט ראסיזם?"

טעות לעולם חוזר, דער קעפל, משל, און נמשל זענען בטל ומבוטל. אין כאן לא אייוועלט ולא ראסיזם, לא זעבי ולא באגאבו, לא העלבראנס ולא אלטערנאטיוו, אלא יש כאן אהבה עמוקה בין יהודי ליהודי, גוטע אידן איך קען גוט די פאנדרעיזינג סיסטעם, קיין זיבעציג אלפים הייבט קיינער אויף און איין נאכט, און אז מהאלט שוין דא נאך פארן קוועטשן, סטראשען, רודפן, אפשפארן און ווארפן איז קלאר אז אהבת ישראל איז א מושג וואס איך באגרייף ווייט נישט.

גוטע, טייערע, זיסע, ליבע פריינט. שוין עטליכע טעג וואס מען דרייט א קאפ דעם ציבור, אסאך זענען געווען כמעט זיכער אז דער סייט ווערט געשפארט, די אפטימיסטישע האבן געלייגט האפענונג אויפן לייק קנעפל, אבער צו אזאנע איבערקערענישן האט זיך קיינער געראכטן, נישט קיין פיזישע איבערקערענישן נאר גייסטישע הערצערליכע צונאמיס וועלכע האבן אונז אלע ארומגענומען, מיר האבן געמאכט א קליינעם גאול פון צוויי טויזנט דאלער וועלכע מיר האפן מיטן אייבערשטנס הילף זאל געבן דעם לעצטן שטופ צו @מחר און אלע אנדערע ענדגילטיגע ישועה, איך בעט אייך פערזענליך, אויב האט איר הנאה פון אונזערע ווערק און אפילו אויב נישט, רופט אייך אן ווארעמער פון ווארעם, ווי פארשטענדליך אז מען וועט זיכער מאכן יעדעם איבערצולייגן דא ברבים.

ברכה והצלחה און א ריזן יישר כח פון פאראויס, זאל דיר גאט בענטשן סייוויאזוי.

מתמודד.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

נורא

דמיון גיסט זיך מיט זויבערע שריפט

איך וואלט עס גערופן ''אלטערנאטיווע פאזיע''
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ווואף! מאכסט מיר דיזי, וואו הייב איך אן, וואו ענדיג איך... א משל... סארא ארבעט.

מת... אוי, גילוי, מתמודד, איך מוז דיר זאגן א אייזענע ארבעט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אלטערנאטיווע שריפט.. נהנתי מאוד!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מתמודד ביסט א אור.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פארן בארימטן שריפטשטעלער @עכט היימיש, [גילוי לשם נקמה...] פארן אריינשארן דעם ערשטן פופציגער, דיין קאמפאניע איז מיר אייביג צום הארצן [אפילו מיטן טאגבוך...], תזכו למצוות זאל דער אייבערשטע דיר באגיסן מיט השפעות אז דיינע הענט זאלן שוואך ווערן פון טויכן...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א דאנק פאר @כינור פארן אריינקומען מיט 15 דאלער, איך וואונדער מיך נאר וויפיל געלט ער דארף צו האבן פארן נישט פארשוינען קיין איין פעידזש...דיינע אנאליזן אוןו ארטיקלען זענען א שם דבר אין די וועלט און עס דארף נישט מיין הסכמה, בעזר השם העמיר נאך טון גרויסע זאכן אינאיינעם...אויף דערווייל זאל דיר דער אויבערשטער בענטשן מיט אלעס וואס האט קיין שמץ פון שלעכט, ומדה טובה מרובה...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פארן ניק המפורסם @שיטראק פארן צוטשטעפען מיין נאמען צו זיין פופציגער, ווייסיך נישט וואס כהאב זוכה געווען אז אזא חשובער ניק זאל מיר אינזינען האבן, דיין ווארעמקייט אייביג ובפרט אינעם יעצטיגן קאמפיין שטארט ארויס, זאל דער אויבערשטער זיך באגיין מיט דיר מיטן זעלבן ווארעמקייט אין אלע דיינע וועגן....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

און יעצט א דאנק פאר @בלא בלא בלא, @עכט היימיש, @קלאצקאפ, @הרבטייטלבוים פארן קאמענטירן אויפן ארטיקל, אייערע קאמפלימענטן דערפרייען מיין הארץ.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow!!;l;p-;l;p-

דער אלטערנאטיווער קעניג האט ווידער אהערגעשטעלט א אלטערנאטיווע זאפטיגע שטיקל!!...

דו האסט עפעס א מין שפראך וואס ס'ציהט אריין דעם מענטשן עד כלות הנפש... און א זאפטיגע פוינט.

(מיין טשעק בוך וועט בעז"ה בל"נ אונטערקומען...)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נאך עפעס... כ'אב געהאפט וועסט נעמען א גרעסערן גאול... דו יכול'סטעך, נאך איין אזא ארטיקל און ס'פארטיג.

חברה!! ווארפט אריין פאר @מתמודד!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

יוש גוט הנאה געהאט
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פארן ניק הידועה [...] @ביסלי פארן אריינסווייפן א גאנצן מאהלע, דיין ווארעמהארציגקייט פון די ערשטע מינוט וואס איך שרייב דא איז געווען מער ווי סתם א שטופ, קענסט רואיג נעמען אסאך קרעדיט פאר יעדן קריץ פונעם פעדער מיינעם...אפגערעדט פון דיינע אייגענע טאלאנטן וועלכע די באהאלטסט נאך...אבער פון די טעימה קלה וואס די האסט אהערגעשטעלט שמעק איך פאראויס אז וועסט אונז אלע איינפאקן איין טאג....זאל דער אייבערשטער דיר בענטשן מיט אנלימיטעד רוחניתדיגע יכולתן, און אביסעלע גשמיות צו די זייט אויך.....

#מיט אביסעלע ביסלי קען מען פועלן אלעס גוטס....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פאר @אחת ואחת פארן צושרייבן צוויי טאלער צו מיין פעידזש, דין פרוטה כדין מאה ואחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לשם שמים....א ריזן יישר כח זאל איך דער אויבערשטער פארשרייבן נאר אין גוטע ביכער.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פאר @שלעפשיץ און ידי נפשי @נאר מיט שמחה פארן קאמפלימענטירן אויפן ארטיקל, וויאזוי שטיי נאר אין די תקנות? קאמפלימענטן איז די גאז פונעם קרעטשמע....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

בלא בלא בלא האט געשריבן: נורא

דמיון גיסט זיך מיט זויבערע שריפט

איך וואלט עס גערופן ''אלטערנאטיווע פאזיע''

מתמודד.;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ביסט סיריעסלי געבענטשט. דיין פעדער איז גאלד!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק פאר @ממוצע פארן שנאדערן ח"י, טאקע איינער וואס נוצט דעם דרך המלך שטענדיג מיט שכל הישר, דיינע תגובות נוצן מיר אפט צו מאכן סדר אין קאפ כה לחי! דיינע טיפע תגובות אינעם "אלטערנאטיווע מוזיק" אשכול רעדן פאר זיך אליינס...זאל דיר דער אויבערשטער באגליקן מיט כל טוב וטוב זאלסט קענען זיין א "ממוצע" אונטערצוליינען אנדערע אידן און דיר אליינס זאל זיכער גארנישט פעלן....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א שיינעם דאנק פאר @מתמיד פארן אריינווארפן פופצן טאלער, סאיז ממש א מחי געווען זיך צו טענהן מיט דיר אינעם אלטערנאטיוון אשכול, ווער רעדט נאך פון דיינע תגובות אין אלגעמיין וועלכע זענען מחי הונדערטער אידן וגם אני בתוכם...זאל דער אייבערשטער דיך באגליקן מיט אלע מינע השפעות וואס ער האט נאר אין זיין זאפאס.....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק פאר ידיד נפשי און אומאפיציעלער אייוועלט-פאעזיע-פרעימער מיניסטער...מיין פריינט און רבי @סטראקעס פארן איינצאלן 15 דאללער, דיינע פאעזיעס זענען א לייכט טורעם פאר מתחילים, מבקשים, זקנים ונערים ובפרט פאר מתמודדים....דיינע שרייבווערק איינמאל א יובל זעטיגן צענדליגע נגינה ליבהאבער...קום אריין מער, ווייניג שרי החמישים מיט אזאנע רעפוטאציעס....זאל דער אויבערשטע דיר שענקען ברכה והצלחה ברוחנית ובגשמיות, בני חיי ומזוני און עניטינג עלס....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק פאר "ידידי" וידיד כל אייוועלט ה"ה מורינו המכונה @נאר מיט שמחה, מיין אלטער בר פלוגתא און גוטער פריינט גלייכצייטיג, מיר קענען זיך נישט פון דערנאנט אבער סאיז דא ווייניג אידן איבער דער וועלט וואס קענען זיך נישט און האבן זיך שוין אזוי סאך ארומגעריסן און האבן זיך גלייכצייטיג ליב אהבת נפש [לכל הפחות פון מיין פרעספעקטיוו], גרייט צו געבן הילף און א גוט ווארט סיי ווען, ווער רעדט נאך פון דיינע לעגענדארע פראיעקטן ווי די סידי סעריע און נאך וועלכע זענען מחי הונדערטער אידן, פשוט ריזיג....זאל דיר דער אויבערשטער באגיסן מיט כל מילי דמיטב ביז די וועסט וויינען פון גליק....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק פאר ידיד נעורי @בלא בלא בלא פארן זיך אנרופן מיט דריי טאלער כמנין ג מלשון גיגית ודו"ק, א איד וואס ברענגט ארויף שמייכלען ביי אידן אין ריעל לייף אויך, דיין פערזענליכקייט איז אינספירירנד, כהאף אז מהעמיר נאך טון גרויסע זאכן אינאיינעם [חוץ דעם שיעור אין הכשרת האברכים...] זאל דיר דער אויבערשטער בענטשן מיט אלעס וואס די דארפסט נאר האבן און אלעס וואס די ווילסט נאר האבן....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א ריזן דאנק פאר @בעל דעת פארן שנאדערן אן אכצענער, זאל דיר דער אויבערשטער בענטשן מיט כל טוב וטוב און וואס נישט...

זיי נאר מגלה ערגעצוואו ווער די ביסט כזאל וויסן וועם צו דאנקען...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אמן,

ס'רינט מיר א טרערל פון געלעכטער,

אפשר איזעס ביידע,
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”