אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק
- - -
קינדערלעך.
בלויז איין ווארט.
וואס איז איינגעזאפט דערין אזויפיל בלוט און טרערן, פיין און ווייטאג, גייסטישע און עמאציאנאלישע ייסורי איוב.
ווערטער וואס באהאלטן אין זיך א הארץ רייסנדע הימל געשריי: אוי, טאטע זיסער! הבה לי בנים!!געב אונז שוין קינדערלעך. שענק אונז בנים ובני בנים, קומענדיגע דורות.
ווייל ואם אין? מתה אני. - געשטארבן ביי די 23!!
הימל און ערד, דאס וועלטל איז איבערגעקערט, מחר'ס הימל געשריי יעדער דערהערט, א טרייסל אינעם הערצל פאר יעדן ווערט, מיטן " תחיית המתים" קאמפיין, פאר אונזער געטרייער אומבאקאנטער ידיד פון דאהי אויפן וועלטל, וואס באהאלט זיך אונטערן ניק " מחר אני בא".
אלע איינוואוינערס פונעם וועלטל, אין אלע איהרע לענדער אינזלעך און אפטיילונגען, נערים וזקנים, חדשים גם ישנים, אלע אינאיינעם, ובראשם די געטרייע חשוב'ע מנהלים, האבן אפגעשטעלט די וועלט!
מיר גייען נישט ממשיך זיין מיטן סדר היום ווען אויף אונזער וועלטל געפינט זיך אזא צובראכענע אידישע שטוב, אזא אומדערטרעגליכע הארציגע ארטיקל: כ'בין געשטארבן ביי די 23!וואס אונז קעמיר זיך נישט פארשטעלן וויפל בלוט און טרערן האט איהם אפגעקאסט ס'זאל איהם געלונגען ארויסצוברענגען זיין פעקל פארן עוילעם, מיטטיילן אלע חברים אין זיין שרעקליכער מצב.
מיר ווייסן נישט ווער עס באהאלט זיך אונטערן ניק. מיר ווייסן אפי' נישט זיין אנדערן ניק, (וואס ווי ס'זעהט אויס פון זיין געשרייבעכטס דארף ער זיין זייער פאפולער! פול מיט טאלאנט).
אבער דאך, זיין נשמה קענען מיר יא, א אידישע צובליטיגעטע נשמה. א יונגערמאנטשיק וואס גייט אויס פאר אונזערע אויגן. מת מוטל לפנינו.
און אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל החבורה!
און טאקע דערפאר האבן מיר באשלאסן אז מיר שטעלן אלעס אפ. אייוועלט לעבט אויף!מיר גייען מחיה מתים זיין און אויפלעבן אונזער פריינד.
ווייל ווען ס'רעדט'צעך פון פיקוח נפש טראכט מען נישט קיין צוויי מאל. פיקוח נפש איז דוחה אלע אפטיילונגען.
אבער - טאטע אין הימל - ווי קומט דא אריין א סידי???
איז דען דא א ניגון וואס קען באטאנען די געפילן פון אונזער ידיד נפש?
איז דען פארהאן די פאסיגע נאוטן וואס קענען אפשפילן די צושפאלטענע הארץ פון אזא מין פאר פאלק?
אדער איז דען דא ווערטער וואס קענען אפטייטשן די הימל געשריי פון אזא צובראכענער יונגערמאן?
ווער איז דער זינגער וואס קען אריינקריכן אין די צושפאלטענע הערצער און טרעפן א רוהיג ווינקל?
קענען מיר בכלל הערן א ניגון, ווען יענער פארגיסט אידיש בלוט?
זינגען און טאנצן ווען אונזער חבר גייט אויס פאר אונזערע אויגן?
איין איינציגסטע ניגון אויפן וועלט קען טרייסטן, אויפלעבן, מנחם זיין, פריילעך מאכן, מרגש זיין, די אידן:
דאס איז די שטיקל ניגון וואס עפנט דעם סידי: די זיסע אויסגעבעטענע ערווארטעטע געוויין שטימע פון די זיסע קול'כל פונעם בעיבי!
איך האב געשיקט די קאלעקשן פאר א חשוב'ער ניק דא אויפן וועלטל, וואס איז ליידער אויך אינעם פעקל, און דאך גייט ער ארויס פון די כלים צו העלפן מחר'ן.
זיין תשובה האט מיר אויפגעטרייסלט. כאניש געקענט קומען צו זיך! וזה לשונו השבור:
המצפה לישועה האט געשריבן: איך מיט די בני בית האבען אויסגעהערט די אלע ניגונים און קיין איינע האט נישט געמאכט גארנישט.
די סיבה, ווייל די ניגונים זענען גוט פאר איינער וואס איז נישט און אונזער וועלט אים צו פארקויפן משלים לשבר את האוזן.
א ניגון וואס מאכט מיר וויינען יעדע מאל איך הער עס [און כבין זיך מונע פון עס צו הערן נאר מיין ווייב צינד עס מיר אן יעדע מאל וואס זי וויל מיר מאכען מיטשפירן מיט איר] איז א ניגון משה'עלע, ווי א טאטע און מאמע זענען זיך מוסר נפש צו קויפן א גמרא בבא מציעה. קענסט די ניגון?. 'טאטע מאמע האבן די זכיה, קויפן פאר משה'לע א בבא מציעא...'
...
אויב אזוי, פרעגט די סידי נאכאמאל די באמבע קשיא: אנא אני בא? פ"וו ברענגסטו מיר דא ארויף?
נאר וואס דען?
ערגעץ ווי אויף אונזער וועלטל ליגט א תגובה, א הערליכע געדאנק, כ'קען עס אבער נישט געפינען. בערך אזוי שרייבט ער:
איך קום אהיים, איך זעה מיין קליינטשיגער יונגל זיי שפילן מיט זיין דאלי. מיין הארץ גייט אויס פון נחת און ליבשאפט... איך וויל איהם פארציילן ווי שטארק איך האב איהם ליב... איך וויל מיטטיילן פאר מיין קינד מיינע ליבשאפט געפילן...
אבער וויאזוי קען ער דען פארשטיין וואס מיינט א ליבשאפט פון א טאטע?
זאג איך איהם אזוי: יענקעלע, איא דו האסט ליב דיין דאלי? מאך איהם ליייייב....
זאלסטו וויסן אז טאטי האט דיר אויך אזוי שטארק ליב... דו ביסט מיין דאלי.......
און זיין נמשל איז געווען, אז אונזער טאטע אין הימל האט צו אונז אזא מין ליבשאפט וואס א בשר ודם קען זיך עס נישט פארשטעלן! כי עזה כמות אהבה, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה, לא מרובכם וכו' אלא מאהבת ה' אתכם!
אבער דאך בעט מען כרחם אב על בנים... אונז קעמיר דאך סיי ווי נישט פארשטיין דעם באשעפערס ליבשאפט. שטעלן מיר פאר די אויגן די ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד, און מ'פרובירט צו אפשפיגלען אין דעם כביכול'ס ליבשאפט.
אבער באמת איז זיין ליבשאפט פיל פיל מער, אן קיין שיעור און ערך, און דאס קענען מיר ניטאמאל משיג זיין.
האביך געטראכט, לענינינו אנו:
אפי' מיר ווילן קענען אונז ניטאמאל פרובירן צו פארשטיין מחר אני בא, אינאיינעם מיט אלע אידן המצפים לישועה.
ניין! אונז זעמיר צו קליין, צו דערגיין, און פארשטיין, דאס געוויין, און פיין, פון זיי אליין!
אבער כאטש, לאמיר זיך אביסל פארשטעלן. לאמיר אנווארעמען אונזערע הערצער. לאמיר אנצינדן די געפיל ניגון, אויפשפילן די נאוטן אין אונזער הארץ, מיט די דאזיגע ניגונים, און פרובירן זיך אריינצולייגן אין אונזער חבר'ס מצב.
אריינטראכטן אינעם הימל געשריי: הבה לי בנים. איך בעט דיר גיב מיר קינדערלעך! איך זאל מיט זיי שטאלצירן, און זיי אינטערפירן, און די נחת געפיל שוין שפירן, אוצר'ל, נשמה'לע, מיין קינד!...
זיך מתבונן זיין אין דעם האפענונג: ווען וועט מען שוין קענען וויינען פון שמחה, זעהנדיג דעם אויסגעווארטענע שעפעלע – אל הנער הזה התפללתי. ויתן ה' את שאלתי ובקשתי, אשר שאלתי מעמו.
מיטוויינען און מיטבעטן מיט די הייליגע תפילות, טאג און נאכט, און האלטן נישט ביים אויפגעבן פאר קיין שום דבר שבעולם! נאר דאווענען וויינען און בעטן און נאכמאל בעטן און טוהען נישט אויסטרעטן: ואפיל תחינתיועיני לך תלויות... עד שתחנני ותשמע תפילתי.. להזמין לי בנים ובנות.
זיך מתבונן זיין אינעם בילד ווי אזוי א איד בעט: ואזכה לראות בנים ובני בנים.. נאך וואס די גרעסטע פראפעסארן האבן שוין ליידער אויפגעגעבן.
מיטשפילן און מיטלעבן זייער געשיכטע, וואס זיי האלטן דערווייל נאך ביים ערשטן ביטערן טייל... פארן עטגילטיגן ישועה: רבי שמעון רבי שמעון, דאס הארץ איז אינגאנצן צינימען... טויזנטע תפילות ווערן ביי דיר אנגענומען... ווען וועסטו שוין אננעמען אונזער תפילה?.. ווען וועלן מיר שוין קענען דא קומען, אינאיינעם מיט אונזער שעפעלע שמעון?...
טראכטן וואס מיינט עס פאר א יונגע פאר פאלק צו ציטערן פונעם עתיד, צו גייען זיי איבערלאזן א קדיש'ל, א זרעא חיה וקיימא... אוי ריבוש"ע, זרעא.. זרעא.. זרעא די לא יפסוק...
פרובירן צו שפירן די געפיל פון די אידן וואס גייען אויס צו שפירן דאס ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד?.. פארשטיין פון וואס מ'רעדט און מ'שמועסט איבעראל פון גוטע קינדערלעך זיסע קינדערלעך וואס ברענגען " אידיש נחת"...
טרייען זיך פארצושטעלן די מיליאנען סקונדערס וואס דאס הארץ בענקט און נאגט און ווארט שוין צו הערן דעם עטגילטיגן בשורה.. איך האב געווארט, אזא לאנגע צייט געווארט.. א וי מיין קינד.. אוי וויי מיין קינד..איך ווארט און איך בענק דיר אצינד.. אוי מיין קינד...
זיך פארשטעלן וואס מיינט נאך א קינדערלאזע שבת, נאך א צובראכענע אז"ג יום טוב... נאך א חנוכה וואס יערליך שרייט מען און וויינט מען ביי די לעכטעלעך ונזכה אוי ונזכה לבנים.. בנים תלמידי חכמים... אוי טאטע!
טראכטן אפאר מינוט פון די איינציגסטע מחשבה וואס באגלייט די'ע אידן טאג און נאכט, 24 שעה, די איין ווארט וואס מיינט פאר זיי עולם ומלאואו, כל חפציה לא ישוו בה. ס'איז פאר זיי דאס גאנצע [נישט] לעבן, ריבוש"ע, רחמנות! גיב אונז: קינדערלעך!
און מיר און בעטן אז דער באשעפער זאל שוין אויסהערן דעם געוויין, און אננעמען זייער געבעט, ווייל דער אייבישטער עלטערנס תפילות, וויאזוי סזאל נאר זיין...
לאמיר געבן א נתינה און וויינען צו אונזער דערבארעמדיגער פאטער: ויהי רחמיך מתגולליםעל עם קדשך... פתח להם נועם ורצון... זאל זיי שוין זיין גוט אויפן הארצן.
זיי זאלן שוין ארויסגיין פון זייער שווערן מצב, וואס טאג איז נישט טאג, און אפי' די נעכט: ויהי בחצי הלילה.. בעטן זיי, וויינען זיי.. תאיר כאור יום חשכת לילה! טאטע זיסער: ווען וועט שוין זיין לעכטיג? מאך שוין לעכטיגאונזער אידישע שטוב...
מיר וועלן אינאיינעם וואונטשן פאר מחר, און פאר אלע המצפים לישועה, די ברכת הבנים: ויתן לך בנים ובנות.. צדיקים וצדיקות.. עוסקים בתורה ובמצוות...
זיי זאלן שוין דארפן וויינען און קלאגן: נשמה וואו ביסטו, נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, אוי נשמה...
געדענקען אז עס איז דא אידן וואס ביי זיי איז נישטא קיין טאג און נאכט, נישטא קיין נייעס און קיין פאליטיק, און... זיי קענען נישט זאט ווערן פון א גוטע ניגון!... ווי זיי שטייען און גייען און ווייען טראכטן זיי פון זייער מצב, זיי פרובירן זיך צו פארשטעלן זייער אויסגעבעטענע קינד, וואס האלט נישט ביים אנקומען אין זייער שטוב... אוי, הבן יקיר לי... כי מידי דברי בו זכור אזכרנו עוד... על כן המו מעי לו!... טאטע, רחם ארחמנו נאום ה'..
און צום שלוס, הערט נאך צו די הארציגע גראמעןפון א איד וואס געפינט זיך אינעם פעקל, וואס ברענגט ארויס א פינטל פון זיין בינטל געפילן וואס איז איהם געלונגען צאמשטעלן אין גראמען... מ'דארף גאר נישט מוסיף זיין!
- - -
אז איר שפאצירט אריין דא אינעם היכל הנגינה, און אייער נשמה ציהט צו הערן א אידישן ניגון, פארמאגט איר זיכער אידישע געפילן... זענט איר אוודאי אנגעווארעמט צו געבן און שטיצן אונזער חבר, איהם מחיה מתים זיין.
ווען א אידיש קינד בויעט אויף א אידישע שטוב, ווייסן מיר אלע, לאזט מען זיך קאסטן פאר א גוטן זינגער... פאר א לעבעדיגע שפילער... פאר א בדחן, ועוד היד נטויה בלעה"ר...
און אלעס צאלט מען 'יותר מכפי יכולתו'... וויפל יעדער פארמאגט געבט ער אויס לכה"פ דאפלט...
טייערע אידן! אונז בויען דא אויף א אידישע שטוב, לעבעדיגע אידישע דורות!!
לאמיר זיך קאסטן.. לאמיר עפענען די טאש און געבן נתינות יותר מכפי יכולתינו! אויפצובויען די אידישע שטוב פון @מחר אני בא!
ער זאל שוין קענען הערן אויך דעם סידי... זאל ער שוין קענען טראכטן פון זינגען.. זיך דערמאנען אז א ניגון בארוהיגט די נשמה און זעטיגט דעם נפש!
- - -
לאמיר זיך מתבונן זיין אין אונזער חבר וואס גייט אריבער א שואה(גימ' מחר אני בא), און דרייט זיך און וויינט – הלוך ילך ובכה(גימ' הבה לי בנים), און קלאגט אוי נא לנו(גימ' הבה לי בנים) אז אזא בשורה האב איך געדארפט הערן...
ווען וועט שוין זיין חדש(גימ' מחר אני בא) ימינו כקדם, צוריקגיין צו די פרייליכע יארן, צוריק לעבעדיג ווערן... צו וועל איך האבן דען א ישועה – ויצמח(גימ' הבה לי בנים) פורקניה?.. און צו וועט זיך איבערדרייען מיין פיין - הפכת מספדי למחול לי?(גימ' הבה לי בנים).. ער בעט זיך כאטש אויף איין קינד: נא את בנך את יחידך(ר"ת אני בא)...
מיר האבן זיך צאמגענומען כי נועצו לב יחדיו(גימ' מחר אני בא), איהם צו מחיה מתים זיין! און אוודאי מיט אונזערע נתינות וועט ער האבן די ישועה, דער באשעפער הערט אונזער געשריי את נאקת בני ישראל אשר(ר"ת אני בא) - אונז געבן מיר זיך איבער פאר איהם...
און בזכות די צדקה - כל היום חונן ומלוה(גימ' מחר אני בא), וועט זיכער זיין 'וזרעו לברכה' בקרוב ממש... דער באשעפער פארלאזט נישט קיינעם כי לא יזנח לעולם(גימ' מחר אני בא), לכו וראו מפעלות אלוקים נורא עלילה(גימ' תחיית המתים ביי די 24), ס'וועט בקרוב מקויים ווערן 'מה גדלו מעשיך ה' (גימ' קינדערלעך!) און עס וועט שוין זיין בניך כשתילי זיתים סביב(גימ' תחיית המתים ביי די 24).. 'ויושיעם כי חסו בו'(גימ' קינדערלעך).
ר' מחר! לך אכול בשמחה לחמך!(גימ' קינדערלעך) אט אט גייסטו שוין קענען טאקע זינגען 'אל נער זה התפללתי'(גימ' תחיית המתים!), און ס'וועט מקויים ווערן במה יזכה נערת את אורחו (ר"ת אני בא), אמן ואמן(גימ' היכל הנגינה).
- - -
[align=center]הערט דעם סידי, און דערהערט מחר'ס הימל געשריי, ותחי נפשו:[/align]
[align=center] קינדערלעך - תחיית המתים ביי די 24!
קינדערלעך - בוקלעט [/align]