אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center] אייוועלט פרעזענטירט: קינדערלעך (תרתי משמע..)[/align]
- - -

קינדערלעך.

בלויז איין ווארט.

וואס איז איינגעזאפט דערין אזויפיל בלוט און טרערן, פיין און ווייטאג, גייסטישע און עמאציאנאלישע ייסורי איוב.

ווערטער וואס באהאלטן אין זיך א הארץ רייסנדע הימל געשריי: אוי, טאטע זיסער! הבה לי בנים!!געב אונז שוין קינדערלעך. שענק אונז בנים ובני בנים, קומענדיגע דורות.

ווייל ואם אין? מתה אני. - געשטארבן ביי די 23!!

הימל און ערד, דאס וועלטל איז איבערגעקערט, מחר'ס הימל געשריי יעדער דערהערט, א טרייסל אינעם הערצל פאר יעדן ווערט, מיטן " תחיית המתים" קאמפיין, פאר אונזער געטרייער אומבאקאנטער ידיד פון דאהי אויפן וועלטל, וואס באהאלט זיך אונטערן ניק " מחר אני בא".

אלע איינוואוינערס פונעם וועלטל, אין אלע איהרע לענדער אינזלעך און אפטיילונגען, נערים וזקנים, חדשים גם ישנים, אלע אינאיינעם, ובראשם די געטרייע חשוב'ע מנהלים, האבן אפגעשטעלט די וועלט!
מיר גייען נישט ממשיך זיין מיטן סדר היום ווען אויף אונזער וועלטל געפינט זיך אזא צובראכענע אידישע שטוב, אזא אומדערטרעגליכע הארציגע ארטיקל: כ'בין געשטארבן ביי די 23!וואס אונז קעמיר זיך נישט פארשטעלן וויפל בלוט און טרערן האט איהם אפגעקאסט ס'זאל איהם געלונגען ארויסצוברענגען זיין פעקל פארן עוילעם, מיטטיילן אלע חברים אין זיין שרעקליכער מצב.

מיר ווייסן נישט ווער עס באהאלט זיך אונטערן ניק. מיר ווייסן אפי' נישט זיין אנדערן ניק, (וואס ווי ס'זעהט אויס פון זיין געשרייבעכטס דארף ער זיין זייער פאפולער! פול מיט טאלאנט).
אבער דאך, זיין נשמה קענען מיר יא, א אידישע צובליטיגעטע נשמה. א יונגערמאנטשיק וואס גייט אויס פאר אונזערע אויגן. מת מוטל לפנינו.

און אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל החבורה!

און טאקע דערפאר האבן מיר באשלאסן אז מיר שטעלן אלעס אפ. אייוועלט לעבט אויף!מיר גייען מחיה מתים זיין און אויפלעבן אונזער פריינד.
ווייל ווען ס'רעדט'צעך פון פיקוח נפש טראכט מען נישט קיין צוויי מאל. פיקוח נפש איז דוחה אלע אפטיילונגען.

אבער - טאטע אין הימל - ווי קומט דא אריין א סידי???

איז דען דא א ניגון וואס קען באטאנען די געפילן פון אונזער ידיד נפש?

איז דען פארהאן די פאסיגע נאוטן וואס קענען אפשפילן די צושפאלטענע הארץ פון אזא מין פאר פאלק?

אדער איז דען דא ווערטער וואס קענען אפטייטשן די הימל געשריי פון אזא צובראכענער יונגערמאן?

ווער איז דער זינגער וואס קען אריינקריכן אין די צושפאלטענע הערצער און טרעפן א רוהיג ווינקל?

קענען מיר בכלל הערן א ניגון, ווען יענער פארגיסט אידיש בלוט?

זינגען און טאנצן ווען אונזער חבר גייט אויס פאר אונזערע אויגן?

איין איינציגסטע ניגון אויפן וועלט קען טרייסטן, אויפלעבן, מנחם זיין, פריילעך מאכן, מרגש זיין, די אידן:

דאס איז די שטיקל ניגון וואס עפנט דעם סידי: די זיסע אויסגעבעטענע ערווארטעטע געוויין שטימע פון די זיסע קול'כל פונעם בעיבי!

איך האב געשיקט די קאלעקשן פאר א חשוב'ער ניק דא אויפן וועלטל, וואס איז ליידער אויך אינעם פעקל, און דאך גייט ער ארויס פון די כלים צו העלפן מחר'ן.
זיין תשובה האט מיר אויפגעטרייסלט. כאניש געקענט קומען צו זיך! וזה לשונו השבור:
המצפה לישועה האט געשריבן: איך מיט די בני בית האבען אויסגעהערט די אלע ניגונים און קיין איינע האט נישט געמאכט גארנישט.

די סיבה, ווייל די ניגונים זענען גוט פאר איינער וואס איז נישט און אונזער וועלט אים צו פארקויפן משלים לשבר את האוזן.

א ניגון וואס מאכט מיר וויינען יעדע מאל איך הער עס [און כבין זיך מונע פון עס צו הערן נאר מיין ווייב צינד עס מיר אן יעדע מאל וואס זי וויל מיר מאכען מיטשפירן מיט איר] איז א ניגון משה'עלע, ווי א טאטע און מאמע זענען זיך מוסר נפש צו קויפן א גמרא בבא מציעה. קענסט די ניגון?. 'טאטע מאמע האבן די זכיה, קויפן פאר משה'לע א בבא מציעא...'

:-e;/:-e;/:-e;/...

אויב אזוי, פרעגט די סידי נאכאמאל די באמבע קשיא: אנא אני בא? פ"וו ברענגסטו מיר דא ארויף?

נאר וואס דען?

ערגעץ ווי אויף אונזער וועלטל ליגט א תגובה, א הערליכע געדאנק, כ'קען עס אבער נישט געפינען. בערך אזוי שרייבט ער:

איך קום אהיים, איך זעה מיין קליינטשיגער יונגל זיי שפילן מיט זיין דאלי. מיין הארץ גייט אויס פון נחת און ליבשאפט... איך וויל איהם פארציילן ווי שטארק איך האב איהם ליב... איך וויל מיטטיילן פאר מיין קינד מיינע ליבשאפט געפילן...
אבער וויאזוי קען ער דען פארשטיין וואס מיינט א ליבשאפט פון א טאטע?

זאג איך איהם אזוי: יענקעלע, איא דו האסט ליב דיין דאלי? מאך איהם ליייייב....
זאלסטו וויסן אז טאטי האט דיר אויך אזוי שטארק ליב... דו ביסט מיין דאלי.......

און זיין נמשל איז געווען, אז אונזער טאטע אין הימל האט צו אונז אזא מין ליבשאפט וואס א בשר ודם קען זיך עס נישט פארשטעלן! כי עזה כמות אהבה, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה, לא מרובכם וכו' אלא מאהבת ה' אתכם!
אבער דאך בעט מען כרחם אב על בנים... אונז קעמיר דאך סיי ווי נישט פארשטיין דעם באשעפערס ליבשאפט. שטעלן מיר פאר די אויגן די ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד, און מ'פרובירט צו אפשפיגלען אין דעם כביכול'ס ליבשאפט.
אבער באמת איז זיין ליבשאפט פיל פיל מער, אן קיין שיעור און ערך, און דאס קענען מיר ניטאמאל משיג זיין.

האביך געטראכט, לענינינו אנו:

אפי' מיר ווילן קענען אונז ניטאמאל פרובירן צו פארשטיין מחר אני בא, אינאיינעם מיט אלע אידן המצפים לישועה.

ניין! אונז זעמיר צו קליין, צו דערגיין, און פארשטיין, דאס געוויין, און פיין, פון זיי אליין!

אבער כאטש, לאמיר זיך אביסל פארשטעלן. לאמיר אנווארעמען אונזערע הערצער. לאמיר אנצינדן די געפיל ניגון, אויפשפילן די נאוטן אין אונזער הארץ, מיט די דאזיגע ניגונים, און פרובירן זיך אריינצולייגן אין אונזער חבר'ס מצב.

אריינטראכטן אינעם הימל געשריי: הבה לי בנים. איך בעט דיר גיב מיר קינדערלעך! איך זאל מיט זיי שטאלצירן, און זיי אינטערפירן, און די נחת געפיל שוין שפירן, אוצר'ל, נשמה'לע, מיין קינד!...

זיך מתבונן זיין אין דעם האפענונג: ווען וועט מען שוין קענען וויינען פון שמחה, זעהנדיג דעם אויסגעווארטענע שעפעלע – אל הנער הזה התפללתי. ויתן ה' את שאלתי ובקשתי, אשר שאלתי מעמו.

מיטוויינען און מיטבעטן מיט די הייליגע תפילות, טאג און נאכט, און האלטן נישט ביים אויפגעבן פאר קיין שום דבר שבעולם! נאר דאווענען וויינען און בעטן און נאכמאל בעטן און טוהען נישט אויסטרעטן: ואפיל תחינתיועיני לך תלויות... עד שתחנני ותשמע תפילתי.. להזמין לי בנים ובנות.

זיך מתבונן זיין אינעם בילד ווי אזוי א איד בעט: ואזכה לראות בנים ובני בנים.. נאך וואס די גרעסטע פראפעסארן האבן שוין ליידער אויפגעגעבן.

מיטשפילן און מיטלעבן זייער געשיכטע, וואס זיי האלטן דערווייל נאך ביים ערשטן ביטערן טייל... פארן עטגילטיגן ישועה: רבי שמעון רבי שמעון, דאס הארץ איז אינגאנצן צינימען... טויזנטע תפילות ווערן ביי דיר אנגענומען... ווען וועסטו שוין אננעמען אונזער תפילה?.. ווען וועלן מיר שוין קענען דא קומען, אינאיינעם מיט אונזער שעפעלע שמעון?...

טראכטן וואס מיינט עס פאר א יונגע פאר פאלק צו ציטערן פונעם עתיד, צו גייען זיי איבערלאזן א קדיש'ל, א זרעא חיה וקיימא... אוי ריבוש"ע, זרעא.. זרעא.. זרעא די לא יפסוק...

פרובירן צו שפירן די געפיל פון די אידן וואס גייען אויס צו שפירן דאס ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד?.. פארשטיין פון וואס מ'רעדט און מ'שמועסט איבעראל פון גוטע קינדערלעך זיסע קינדערלעך וואס ברענגען " אידיש נחת"...

טרייען זיך פארצושטעלן די מיליאנען סקונדערס וואס דאס הארץ בענקט און נאגט און ווארט שוין צו הערן דעם עטגילטיגן בשורה.. איך האב געווארט, אזא לאנגע צייט געווארט.. א וי מיין קינד.. אוי וויי מיין קינד..איך ווארט און איך בענק דיר אצינד.. אוי מיין קינד...

זיך פארשטעלן וואס מיינט נאך א קינדערלאזע שבת, נאך א צובראכענע אז"ג יום טוב... נאך א חנוכה וואס יערליך שרייט מען און וויינט מען ביי די לעכטעלעך ונזכה אוי ונזכה לבנים.. בנים תלמידי חכמים... אוי טאטע!

טראכטן אפאר מינוט פון די איינציגסטע מחשבה וואס באגלייט די'ע אידן טאג און נאכט, 24 שעה, די איין ווארט וואס מיינט פאר זיי עולם ומלאואו, כל חפציה לא ישוו בה. ס'איז פאר זיי דאס גאנצע [נישט] לעבן, ריבוש"ע, רחמנות! גיב אונז: קינדערלעך!

און מיר און בעטן אז דער באשעפער זאל שוין אויסהערן דעם געוויין, און אננעמען זייער געבעט, ווייל דער אייבישטער עלטערנס תפילות, וויאזוי סזאל נאר זיין...

לאמיר געבן א נתינה און וויינען צו אונזער דערבארעמדיגער פאטער: ויהי רחמיך מתגולליםעל עם קדשך... פתח להם נועם ורצון... זאל זיי שוין זיין גוט אויפן הארצן.

זיי זאלן שוין ארויסגיין פון זייער שווערן מצב, וואס טאג איז נישט טאג, און אפי' די נעכט: ויהי בחצי הלילה.. בעטן זיי, וויינען זיי.. תאיר כאור יום חשכת לילה! טאטע זיסער: ווען וועט שוין זיין לעכטיג? מאך שוין לעכטיגאונזער אידישע שטוב...

מיר וועלן אינאיינעם וואונטשן פאר מחר, און פאר אלע המצפים לישועה, די ברכת הבנים: ויתן לך בנים ובנות.. צדיקים וצדיקות.. עוסקים בתורה ובמצוות...

זיי זאלן שוין דארפן וויינען און קלאגן: נשמה וואו ביסטו, נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, אוי נשמה...

געדענקען אז עס איז דא אידן וואס ביי זיי איז נישטא קיין טאג און נאכט, נישטא קיין נייעס און קיין פאליטיק, און... זיי קענען נישט זאט ווערן פון א גוטע ניגון!... ווי זיי שטייען און גייען און ווייען טראכטן זיי פון זייער מצב, זיי פרובירן זיך צו פארשטעלן זייער אויסגעבעטענע קינד, וואס האלט נישט ביים אנקומען אין זייער שטוב... אוי, הבן יקיר לי... כי מידי דברי בו זכור אזכרנו עוד... על כן המו מעי לו!... טאטע, רחם ארחמנו נאום ה'..

און צום שלוס, הערט נאך צו די הארציגע גראמעןפון א איד וואס געפינט זיך אינעם פעקל, וואס ברענגט ארויס א פינטל פון זיין בינטל געפילן וואס איז איהם געלונגען צאמשטעלן אין גראמען... מ'דארף גאר נישט מוסיף זיין!

- - -
אז איר שפאצירט אריין דא אינעם היכל הנגינה, און אייער נשמה ציהט צו הערן א אידישן ניגון, פארמאגט איר זיכער אידישע געפילן... זענט איר אוודאי אנגעווארעמט צו געבן און שטיצן אונזער חבר, איהם מחיה מתים זיין.

ווען א אידיש קינד בויעט אויף א אידישע שטוב, ווייסן מיר אלע, לאזט מען זיך קאסטן פאר א גוטן זינגער... פאר א לעבעדיגע שפילער... פאר א בדחן, ועוד היד נטויה בלעה"ר...
און אלעס צאלט מען 'יותר מכפי יכולתו'... וויפל יעדער פארמאגט געבט ער אויס לכה"פ דאפלט...

טייערע אידן! אונז בויען דא אויף א אידישע שטוב, לעבעדיגע אידישע דורות!!

לאמיר זיך קאסטן.. לאמיר עפענען די טאש און געבן נתינות יותר מכפי יכולתינו! אויפצובויען די אידישע שטוב פון @מחר אני בא!

ער זאל שוין קענען הערן אויך דעם סידי... זאל ער שוין קענען טראכטן פון זינגען.. זיך דערמאנען אז א ניגון בארוהיגט די נשמה און זעטיגט דעם נפש!

- - -

לאמיר זיך מתבונן זיין אין אונזער חבר וואס גייט אריבער א שואה(גימ' מחר אני בא), און דרייט זיך און וויינט – הלוך ילך ובכה(גימ' הבה לי בנים), און קלאגט אוי נא לנו(גימ' הבה לי בנים) אז אזא בשורה האב איך געדארפט הערן...

ווען וועט שוין זיין חדש(גימ' מחר אני בא) ימינו כקדם, צוריקגיין צו די פרייליכע יארן, צוריק לעבעדיג ווערן... צו וועל איך האבן דען א ישועה – ויצמח(גימ' הבה לי בנים) פורקניה?.. און צו וועט זיך איבערדרייען מיין פיין - הפכת מספדי למחול לי?(גימ' הבה לי בנים).. ער בעט זיך כאטש אויף איין קינד: נא את בנך את יחידך(ר"ת אני בא)...

מיר האבן זיך צאמגענומען כי נועצו לב יחדיו(גימ' מחר אני בא), איהם צו מחיה מתים זיין! און אוודאי מיט אונזערע נתינות וועט ער האבן די ישועה, דער באשעפער הערט אונזער געשריי את נאקת בני ישראל אשר(ר"ת אני בא) - אונז געבן מיר זיך איבער פאר איהם...

און בזכות די צדקה - כל היום חונן ומלוה(גימ' מחר אני בא), וועט זיכער זיין 'וזרעו לברכה' בקרוב ממש... דער באשעפער פארלאזט נישט קיינעם כי לא יזנח לעולם(גימ' מחר אני בא), לכו וראו מפעלות אלוקים נורא עלילה(גימ' תחיית המתים ביי די 24), ס'וועט בקרוב מקויים ווערן 'מה גדלו מעשיך ה' (גימ' קינדערלעך!) און עס וועט שוין זיין בניך כשתילי זיתים סביב(גימ' תחיית המתים ביי די 24).. 'ויושיעם כי חסו בו'(גימ' קינדערלעך).
ר' מחר! לך אכול בשמחה לחמך!(גימ' קינדערלעך) אט אט גייסטו שוין קענען טאקע זינגען 'אל נער זה התפללתי'(גימ' תחיית המתים!), און ס'וועט מקויים ווערן במה יזכה נערת את אורחו (ר"ת אני בא), אמן ואמן(גימ' היכל הנגינה).

- - -

[align=center]הערט דעם סידי, און דערהערט מחר'ס הימל געשריי, ותחי נפשו:[/align]

[align=center] קינדערלעך - תחיית המתים ביי די 24!

קינדערלעך - בוקלעט [/align]
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דינסטאג יוני 29, 2021 10:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Kinerlich2.jpg
Kinerlich2.jpg (474.01 KiB) געזען 4925 מאל

Kinerlich.jpg
Kinerlich.jpg (345.31 KiB) געזען 4925 מאל

Kinerlich3.jpg
Kinerlich3.jpg (501.46 KiB) געזען 4925 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לא עת לחשות!!!!

מ׳דארף נישט מאריך אף זיין וויפל צייט כח און מח אונזער נאר מיט שמחה לייגט אריין דא אויף אייוועלט בכללות און אין היכל הנגינה בפרט.
דער סידי פראיקעט איז דאך זייינס א חלום וואס ער מאכט זיכער ס׳זאל פארוויקליכט ווערן.
יעצט איז דא א געלעגנהייט פאר הכרת הטוב, צו ווייזן אז מ׳אפרישעיט זיין ארבעט, וואס ווערט געטון אינכאנצן שלא על מנת לקבל פרס!

רייסט אריין און פארפלייצט זיין פעידזש

https://www.charidy.com/ivelt/nms
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יוני 29, 2021 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center] מערכה אדירה!!!

איך וויל נישט צופיל מאריך אף זיין... מקצת שבחו בפניו...
אבער אונז אלע ווייסן ווער @איינס איז (דיסקלעימער: כ'מיין דעם ניק שטייצעך), און וואס מיינט איינס פאר אייוועלט.

יעדער ווייסט וואס איינס האט שוין אויפגעטוהן דא אויפן וועלטל, און וויפל ניקס דרייען זיך נאך דא אדאנק איהם (ואני הק' בתוכם).
זיינע טיפע ארטיקלעך, תוכנדיגע תגובות, לופטיגע פרייליכע גיסטע, וכו' וכו'
ס'נישט קיין סוד די ארבעט וואס ער לייגט אריין פאר אונזער וועגן דורכאויס די יאר, אלע פארמעסטן, זיינע הערליכע גרעפיקס, די געלעכערטע מעשה'ס, וכו' וכו'

און כ'קען ספעציעל מעיד זיין אויף זיין ארבעט פאר די סידי'ס... די היכל הנגינה שרייט ארויס: טענק יו איינס!!!

בקיצור... וויפל מאל א טאג זעהט מען דעם ליין אויפן וועלטל: איינס אין דער וועלט!...

אלזא רבותי! לויפט אריין, און געבטס אפ אייער הארציגע נדבה!
לאמיר אנפילן די פעידזש פון @איינס'ן, אזש ס'זאל זיך צופלאצן...

מחר אני בא וועט האבן א ישועה! לאמיר זעהן אז א גרויסע חלק זאל זיין דורך איינס... מגלגלים זכות ע"י זכאי!
[/align]

(דיסקלעימער 2: שוין געשריבן דעם תגובה אין איינס'ס אשכול...)

[align=center] פעידזש נומ. איינס! [/align]
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Wow
דאס איז א מאסיווע פראיעקט
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נמש לייגט איינס'ס פעידזש און איינס לייגט נמש'ס פעידזש, כ'בין אינגאנצן צומישט...

שכח פאר נאכאיינס אין די טאפ לעוועל סעריע, כאטש מ'זעט אז אייוועלט איז יעצט פארנומען מיט עפעס אנדערש...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

פשיהא.. אזא אומגעראכטענע מתנה, געגעבן אזא שאר א אלבום ארויס פון ארבל, מאסיווע ארבעט!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

nice collection thanks !!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

yisroel-werdyger---zaroh-single_p_400_2000x.jpeg
yisroel-werdyger---zaroh-single_p_400_2000x.jpeg (20.55 KiB) געזען 4605 מאל

https://drive.google.com/file/d/17UZgdI ... sp=sharing
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מקווה איד האט געשריבן:
yisroel-werdyger---zaroh-single_p_400_2000x.jpeg

https://drive.google.com/file/d/17UZgdI ... sp=sharing

פיינע נייעס! דארף מען עס איבערלייגן... ייש"כ!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
yisroel-werdyger---zaroh-single_p_400_2000x.jpeg

https://drive.google.com/file/d/17UZgdI ... sp=sharing

פיינע נייעס! דארף מען עס איבערלייגן... ייש"כ!

אז די לייגסט שוין איבער
מאך זיכער אז די אלבום איז געספעלט איבעראל די זעלבע
יעצט הייסט עס אינדרויסן "kinderlech" און ביי די Album Name "Kinderlich"
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

דעי ניגון וואלט אויכט געקענט מיטגיין
https://www.dropbox.com/s/kihupix4luaqu ... r.mp3?dl=0

ס'האט מוזיק
לעצט פארראכטן דורך שווערע שטופער אום דינסטאג יוני 29, 2021 11:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טריפל וועקסט דאבל מעסקט

קרעדיט אליעזר קרויס
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שווערע שטופער האט געשריבן: דעי ניגון וואלט אויכט געקענט מיטגיין
https://www.dropbox.com/s/kihupix4luaqu ... r.mp3?dl=0

אן מוזיק
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

מקווה איד האט געשריבן:
שווערע שטופער האט געשריבן: דעי ניגון וואלט אויכט געקענט מיטגיין
https://www.dropbox.com/s/kihupix4luaqu ... r.mp3?dl=0

אן מוזיק

מען קען אראפ נעמען די מוזיק אזויווי ביי די אנדערע
טריפל וועקסט דאבל מעסקט

קרעדיט אליעזר קרויס
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ריכטיג! נישט איינגעפאלן
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8158
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואס דא גייט נישט פאר! וואףף!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

;l;p-
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מעכטיג.

עובדיה2
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:59 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה2 »

דא האט איר דעם מעכטיגען נייעם אוסף מיט די טרעק'ס אויף לה"ק
מיט גרויס פרייד און התעוררות
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D
כדי אריין צו כאפן טוהן נאר גוטס, עובדיה!
צו באקומען גלייך צום אימייל נייע שיינע סינגלס שרייבט זיך איין דא [email protected]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

masmid האט געשריבן: פשיהא.. אזא אומגעראכטענע מתנה, געגעבן אזא שאר א אלבום ארויס פון ארבל, מאסיווע ארבעט!

גארנישט פון ארבעל דער איד האט אריינגעלייגט שעות און טעג.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center] 953 געזעהן, 56/89 געגעבן?

דא קעמען קויפן דעם סידי מיט אסאך זכותים!

לויפט און קויפט!

ווייזט אייער הכרת הטוב פאר @איינס, ווארפטס אריין!

אפשר מאכט איר מיר א טובה?... ווארפטס אריין!
[/align]
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

WOW ווי האט מען דאס געקענט פארזען נעכטן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33379
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ערשט היינט אנגעקומען אהער. הארצרייסענד און שטורמיש!

ש'כח נמ"ש'ל פאר די יגיעה, און נאך אזא אינטראדאקשען!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נ'יאפטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 3:16 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'קינדערלעך' - אן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ'יאפטשיק »

יישר כח נמ'' שמחתני,
טרעק 10 ברויך אביסל טאטש אפ אנהייב, יישר כח למפרע.
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.

נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”