מיין טאטע האט מיך נעכטן געזאגט אז די פעלדמאן שידוך קאכט זיך, א גוטע מיידל, עפעס געלט איז אויך דא דארט, א שיינע משפחה, איך גיי קענען בלייבן וואוינען אין בארא פארק, וואס דארף איך מער פון דעם?...
ער הייבט אן שפינען זיינע מחשבות, אט אט רופט מען מיך שוין אהיים, איך גיי מיך זעצן צום באשוי, וואס גייט מען רעדן דארט? פון ישיבה, מסתמא וועט זי זיין נייגעריג וואס מען האט אלץ אונטערגעצינדן אין קעמפ...
נאכדעם גייט מען טרונקן לחיים, אוי גייען מיינע חבירים מיך באזינגען, איך קען שוין קוים ווארטן. כ'מיין אז איר פעטער איז א מחותן מיט יאסי'ס קאזין, איך בין נייגעריג אויב ער ווייסט שוין....
איין מינוט, וואו קויפט מען ציגארעטלעך? איך וועל מוזן באשטעלן ביי נחמן ער זאל מיר איבערלאזן אפאר קארטענס, איך מוז דאך טיילן פאר האלב כלל ישראל, יעדער איז דאך מיין פרענד...
נאכדעם גייט מען מאכן א תנאים, מסתמא אין אנשי ספרד, לאמיר זען וועם איך גיי אלץ האבן דארט... ס'גייט זיין הויעך יום טוב. לאמיך אנהויבן מאכן א ליסטע וועמען איך מוז לאדענען צום תנאים, אויש, כ'האב דאך נישט מיין צוביסענע פען...
וואס קומט נעקסט? תורת הבית. יא דאס איז א מאוסט! זיי אדווערטייזן יעדע בין הזמנים וואס מ'לערט דארט אלס אויס. חתן שיעורים איז עקסטער אדער תורת הבית טוט עס שוין אויך? נישט זיכער. כ'גיי פרעגן מיין טאטע...
העי, א שטריימל? קרויס איז די זאך, גראדע האט מיללער דערלאנגט א גוטס פאר חיים מוישי, עמער מוזן זען וויפיל מיין טאטע וועט האלטן ביים צאלן.
פאר בדחן מוז איך נעמען מאטי, נישטא עפעס בעסערס... ער גייט מיך אויסגראמען אויף בכל צער וצער און שופר. ער מוז זאגן די משל מיט די צען פייגלעך, מיין כלה גייט עס לאווען.
יושע בערקוי אדער שמילי אונגאר? שמילי איז צו טייער, וועל איך מוזן נעמען יושע. איך גיי קאלן גראד פאר די באשוי ווייל טאמער ער איז נישט עוועלעבל איז דערנאך מיט א זינגער.
יאסי שטענדיג אדער לוי לעסאן, איינער פון זיי וועט שוין לכאורה זיין אוועלעבעל.
וואס האב איך אויסגעלאזט? א טלית בייטל פון מפואר. ציצית מיט דאבל פרינדזשעס. נייע גלעזער מיט דאבל ברידזש פרעים. געענדיגט מיט די רימלעז צייטן. א פעקעדזש פון ריינהאלדס. ווייסע זאקן, און מ'זעמער מסודר.
די זאל פון די חתונה וועל איך לאזן די מחותנים מחליט זיין. ס'מוז זיין וואלק-אין, פארקעי פלאר, און ס'זאל זיך קענען גוט טאנצן. מ'דארף פילן ווי די שטאק ווארפט זיך.
די אינטרא וועט מען נעמען מיט די פאם-פאם-פא-רא-ראם. ועוד הפעם. נאכדעם טא-רא-רא-רעי-רי-רע-וואופ"... ס'גייט ראקן... יושע בערקוי וועט מוזן אריינקומען מיט די אה-הא-אה-הא....
א דירה לאקעישען קען איך באשטיין אויף 46 סט. אבער היינט קען מען נישט וויסן מיט די דירות קריזיס.
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
סיי וועלכע אשכול אדער תגובה אין די לעצטע 24 שעה און אין די נעקסטע 24 שעה דארף אויטאמאטיש באצייכנט ווערן ווי א קאמפיין רילעטעד שטיקל. Unless proven otherwise
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
האסט נישט געזען קיין איין ארטיקל אז די מירון טראגעדיע שפילט זיך איבער יעדעס מאל 45 בחורים האבן נישט קיין ישיבה?... מאי שנא?
איך האב גראדע נישט געזעהן, אבער איך האב שוין א געדאנק פאר אן ארטיקל...
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/