מיין נס הצלה – בזכות פון אונזער מקוה קאמפיין – היינט פאסירט
אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו.
היינט צופרי בין איך געווען אין א געוויסע שטאט, [צוליב גילוי פון מיין חבר קען איך נישט זאגן....] איך האב געהאט ארבעט צופרי [ענדערש נאכמיטאג...] האב איך מיר אביסל געיאגט. האב איך גענומען א היטש אויפ'ן וועג אהיים פון בית המדרש.
אריינקומענדיג אין קאר, זע איך באלד אז יענער הייבט נישט אן צו קענען עסן לאנטש שטייענדיג. אן עכטער ערנסטער אינגערמאן, [אויב ער האט א ניק דא זאל ער מיך מוחל זיין, און אויב נישט איז אויך נישט געפערליך...] וואס האט זיך קוים אויסגעלערנט דרייווען. בעסער געזאגט, ער האט זיך נאכנישט געענדיגט אויסלערנען, אבער ער האט שוין לייסענס...
הכלל מ'לאזט זיך ארויס, און ער איז ווארשיינליך קאליר בליינד, מ'קומט אן צום קארנער און ער מיינט אז ס'איז גרין לייט... ער שמייסט דורך רויט נאך רויט, טויט צי רויט. נאר ביים קארנער פארט ער שנעל, אדערווייז רירט זיך עס נישט...
בקיצור ביים דריטן קארנער דרייט ער זיך א שארפן רעכטס, און די רויט לייט האט ווייטער די חוצפה צו בלייבן רויט אפילו ער דרייט זיך... הערסט א מעשה!
ער שמייסט ער ווידער אדורך, און א טרעלער קומט פון לינקס. מען הערט דעם שארפן גערויש פון די רעדער, און די קאר רירט אן די מעכטיגע ריזיגע רעדער פון דעם טרעלער...
עס איז געווען אזא 'באגעגעניש' אזש די רעדער פונעם טרעלער זענען צוקריצט געווארן, די קאר האט געכאפט א שטיקל זעץ, אבער מיט ניסי ניסים זענען מיר ארויס בשלום פון דעם קליינעם קאר וואס איז געווען א ריר אוועק פון ווערן צומאלן!!!
די איבריגע חלק ווי ער האט געטענה'ט פעלזן פעסט אז ס'איז עכט געווען גרין לייט איז שוין נישט נוגע... אויך נישט ווי דער שווארצער דרייווער האט געשאלטן די רוחות אז ער האט אונז כמעט דער'ממית'ט.
הכלל, דער נס האט זיכער פאסירט אדאנק מיינע פעולות פאר'ן מקוה קאמפיין. אנדערש זע איך נישט קיין זכות צו ווערן געראטעוועט פון אזא מעכטיגן טראק!
איך ווייס נישט ווער דער דרייווער איז געווען, קען זיין ער האט אויך דא א פעידזש, און מעגליך אז ער גייט מיך מער נישט געבן קיין היטש אדאנק דעם ארטיקל, אבער ס'איז מיר בעסער אזוי... בעליוו מי.
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו.
א מסיבת לחיים קומט פאר יעצט אין די מינוטן אין חדר אסדר, בנין אייוועלט, אויף טשערידי.
ווער ס'געט פיר מאל ח"י גייט באקומען א ברכה פונעם בעל הנס. און גייט אליינס זען ניסים, נאר נישט אזעלכע שרעקעדיגע האפנטליך....