טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

מפארט!! די פעטער מאכט חתונה אין מאנראו און מדארף אוואדע גיין, און ווען מרעדט פון דריי פיר ברודערס/ שוואגערס וואס אלע לערנען נאך און כולל איז פארן צו א קאזינס חתונה א גאנצע געשעפט שוין צוויי טעג איז מען ביזי ווי מגייט רענטן א קאר ווער גייט דרייוון, פון צופרי איז מען ביזי אויף די פעמעלי טעקסט גראפ וויפעל אזייגער מפארט ארויס אנצוקימען פינקט צו די האט פאאד.. ענדליך מזיצט שוין אין קאר די עלטסטע שוואגער נעמט די רעדל און היידע... וועלכע וועג נעמט מען?? אויף הויכע טענער טענעט מען זיך ארום צי די וויליאמסבורג בריזש און זיך שפארן געלט צו די בי קוואי אי און זיך שפארן צייט מהאט געמאכט וואלן און די בריזש האט שטייטצעך געווינען (מרעדט דאך פון כולל ינגעלייט...) די קליינע בחורל וואס זיצט אין בעק שלעפט ארויס א קליינע סענסע "א האלבע נאכמיטאג האב איך פארברענגט אין ביהכ"ס צו קענען לאדען מאטי אילאוויטשעס נייע סידי תשע"ח זאגט ער מצינדט עס אן און מאטיס זיסע שטימע לאזט זיך הערן "והאיש משה עניו מאויד דער עמוד..... מעחייע מפארט ארויף אויפן בריזש און מהאלט שוין ביים צווייטען ניגון די עולם ווערט מער ערנסט ווען מהערט די מעשה פונעם משולח און טאשען רבין זצ"ל סאיז שטיל אין קאר אין מאטיס קולעכעל הילכעט אפ "א מאמע זי וויינט ביי אירע לעכט, באשעפער געניג נשמות די האסט, די טיילסט פאר יעדעם פרעגט זי מיט רעכט, פארוואס האסטו אינז אויסגעלאזט??" אופס!! א געדיכטע שטילקייט לאזט זיך אראפ און קאר ספילט זיך ווי ביי די צווייטע האלב וואך פונעם ניינטען מכה .. קיינער קוקט נישט אויף אינזער בעל העגלה די עלטסטע שוואגער, שוין איבער א האנט פילע יארן און אין שטוב איז נאך ליידער ליידיג די קאר וואקלט זיך אביסעל די אויגן פונעם דרייווער זענען נישט יעצט אומשטאנד צו טוישן לעין פינקט ווערט איינער זייער נייגעריג ווער סהאט פראדעצרירט די סידי און א אנדערער וויל וויסן פינקטלעך וויפעל אזייגער מקומט אהן... אה מאטי האט שוין ב"ה געטוישט טעמע יעדער אטעמט אפ..
רבותי דאס איז א מעשה שהיה און איך וויל אייך זאגן א בשורה טובה אז הדרייווער דינן מיטן חסדים פונעם באשעפער האלזט שוין היינט ארום זיין אייגען קינד ב"ה! "דאס קינד איז געבוירן ווייניגער פון א יאר נאך וואס די חברים האבן זיך צוזאמגענימען צו בויען טהרה לזכותו"!! לא איש פעידזש אנכי איך בין נישט דא צו קאמפיינען פאר מיין גאעל איך האב נישט קיין גאעל נאר פאר איר גייט אריינווארפען אייער נדבה און די אויסוואל פאר וועם צו געבן איז גרויס... פון וויכי ביז פופצי פון טשאדי ביז סאדי און יעדעם אינמיטן כל אחד בניק הטוב יבורך טראכטס אריין א מינוט די צער וואס די ידען גייען אדורך יעדן איינציגען טאג און ווארפטס אריין אייער הויעכהארציגע נתינה און עקסטער זאגטס א קאפיטעל תהילים פאר אלע חשיכי בנים זאלן אויפגעראכטן ווערן מיט זש"ק בקרוב ובניקל אמן!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

האסט מיר בארירט צום וויפול’טן מאל אין די לעצטע פאר טעג
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

wow wow! סרייסט ביים הארץ! אינטערסאנט ווי יעדער זיצט אזוי אין די קאר און הערט זיך צו יעדע ווארט פון א סידי וואס גראגערט אין קאפ בשעת סזיצן דארט צאמגעשטופט די גאנצע פאמיליע......
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8521
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פארוואס שטיק איך מיך??
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דאקטער רפאל ווען האסטו עס געשריבען? איך האב עס גארנישט באמערקט. ב"ה פאר די גוטע נייעס צום סוף.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: דאקטער רפאל ווען האסטו עס געשריבען? איך האב עס גארנישט באמערקט. ב"ה פאר די גוטע נייעס צום סוף.

אסאך זאכן זענען נישט מערקבאר געווען דיזע טעג
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: דאקטער רפאל ווען האסטו עס געשריבען? איך האב עס גארנישט באמערקט. ב"ה פאר די גוטע נייעס צום סוף.

אסאך זאכן זענען נישט מערקבאר געווען דיזע טעג

יא אבער דאס האט מיר בארירט.
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”