בלאט 1פון 1

שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: דינסטאג יוני 29, 2021 9:14 pm
דורך בעטו ובזמנו
בס"ד

שוין געהערט אזאנ'ס...

איך האב שוין געהאט קאמפיינ'ס,
און געהאט טיעם פעידז'עס אליינ'ס,

איך בין שוין געווען אינוואלווד,
טשערידי פראבלעמען געסאלווד,

איך האב שוין געטוהן פי אר,
שוין געווען אנגערופן א סטאר,

איך האב שוין געזעהן מצבים אסאך,
סיי טרויריגע און סיי מיט א לאך,

קאמפיינ'ס פאר יתומים און אלמנות,
זיך געבעטן ביים עולם פאר רחמנות,

געשוויצט פאר בנינים און מוסדות,
מיט הבטחות פון מופתים ואותות,

איך בין באקאנט אין די הלוך ילך,
עטליכע מאל אפילו די געלט צייל איך,

איך ווייס וואס מיינט א הצלחה,
אויך ליידער ווען עס איז דא אן השלכה,

וויפיל מען דארף בעטן און שוויצן,
וואכן און נעכט מען טוט אפזיצן,

כדי א קאמפיין זאל זיין א סוקסעס,
פאדערט זיך טעג פון ארבייט מעת לעת,

כולי האי ואולי, דארף מען רחמים גרויסע,
אז דער טארגעט אוידיענ'ס זאל ארויסהאבן די נושא,

און זיך אנרופען מיט הארץ און הגיון,
כדי מען זאל נישט ענדיגן מיט קיין בזיון.

אבער נישט אזאנ'ס...

אבער דא......

די הרגשים און געפילן זיי רינען איבער,
א פערטל מילייאן דאלער מיט א שמוץ אריבער,

פון וועמען,57 טיעמ'ס מיט נעמען אינטרעסאנטע,
רוב רובם איינער צום צווייטן נישט קיין באקאנטע,

שווערע געלטער און אזא קורצע צייט,
גלייך נאכן כינוס איז יעדער געווען גרייט,

מיט א ברען יעדער אריינגעשפרינגען,
און ווער רעדט נאך ווי דער עולם האט געזינגען,

יעדע נתינה געווארן באגריסט אזוי שיין,
פון אלע זייטן זיך געטוהן מחזק זיין,

אזאנ'ס איז נישט בכל יומא מתרחש ניסא,
ווען קיינער קען זיך נישט חוץ פון געוויסע,

אבער איין גרויסע הארץ אזוי באקאנט און נאנט,
וואס פארשטייט וואס מען בעהט און מען מאנט,

דאס איז דאך ממש נישט צום גלייבן ס'נישט צו פארשטיין,
מסביר זיין אי נישט מעגליך נאר דא אין אייוועלט אליין,


און צו די וואס שטייען אונטער די מערכה,
דז'אב וועל דאן, אן אויסטערלישע הצלחה,

איהר האט געהאט די קאפ אויפן פלייצע,
די אסיפת הניקים א מעכטיגע עצה,

אנגעצויגן די עולם ווי קיינמאל בעפאר,
געמאכט דעם עולם ללעג און צו נער,

אבער ווען דעם צוועק האט מען געליינט,
מיט צערו של מחר האבן אלע מיטגעוויינט,

און א החלטה ברורה מיט א הייליגע עזות מצח,
א מקוה טהרה לזכותו זאל זיין יעמד לנצח,

יישר כחכם אייוועלט פארן אונז געבן דעם געלעגנהייט,
צו נעמען א חלק אין דעם מצוה (נישט) גרינגערהייט,

אשריכם ישראל לפני מי אתם,
צו העלפן אידן אויפשטעלן אידישע בתים,


און יעצט יהי לרצון אמרי פינו לפניך,
כי אתה אבינו ואנו בניך,

מיר האבן געוויזן מסירת נפש פאר אונזער'ס א ברודער,
בעטן מיר אז ביי מחר'ן זאל שוין זיין גערודער,

מיר האבן זיך געטוהן איבערשטרענגען,
בעטן מיר אז פאר מחר זאלסטו א ישועה ברענגען,

פון דעם הכל יכול וכללם יחד,
בעטן מיר יעצט באימה ופחד,

ישועות ורפואות וכל מיני הצלחות,
פאר אלע תורמים זאלן קומען ברכות,

און אלע אידן זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן,
און דעם שופר של משיח אין גיכן הערן.

Re: שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: דינסטאג יוני 29, 2021 9:26 pm
דורך הרבטייטעלבוים
סגיסט זיך געלט און סגיסט זיך טאלאנט.

Re: שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: דינסטאג יוני 29, 2021 9:37 pm
דורך ענדע צדיק!
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: סגיסט זיך געלט און סגיסט זיך טאלאנט.

ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. נישט פשוט וואס דא איז פארגעקומען די לעצטע דריי טעג אויפן וועלטל. טאלאנט און חסד למעלה מן המשוער!

בעטו, הערליך!!

Re: שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: דינסטאג יוני 29, 2021 9:39 pm
דורך פרישע קוגל
ענדע צדיק! האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: סגיסט זיך געלט און סגיסט זיך טאלאנט.

ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. נישט פשוט וואס דא איז פארגעקומען די לעצטע דריי טעג אויפן וועלטל. טאלאנט און חסד למעלה מן המשוער!

בעטו, הערליך!!

נישטא וואס צוצולייגן א חוץ א wow

Re: שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: דינסטאג יוני 29, 2021 10:23 pm
דורך בעטו ובזמנו
יישר כח פאר אייערע שיינע ווערטער.

@להחיות, כ'האב דיר געהאט אין מיינע כוונות....

Re: שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: מיטוואך יוני 30, 2021 12:28 am
דורך קלאָצקאָפּ
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: סגיסט זיך געלט און סגיסט זיך טאלאנט.

גענאגלט!

Re: שוין געהערט אזאנ'ס - אבער נישט "אזאנ'ס"

געשריבן: זונטאג יולי 11, 2021 3:20 pm
דורך תרמב
די גראמען זענען הערליש...........

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: