מאאאאמממי!!! וואאאאטשש!!! --- --- אהה, ס'אפילו נישט געווען שרעקעדיג...
דער קאר פליט, ס'שמייסט ארויף דער ספיד זייגערל, פערציג, פופציג, זעכציג, זיבעציג, ניינציג, פינעוויניינציג ---- איימעניט! --- וואאאאטששש....!!! דער גאס דרייציך דארט!!!
יושששש..... כקען נישט סטאפן!!!!!!! רבונו של עולם!! דער גייט נאר אויף ארויף!!! ס'האלט שוין ביי הונדערט און פינעף!!! מאאאאאאמי!!!! דער סטאפ ברעיק ארבעט נישט!!!
ער קומט נענטער און נענטער...!!! דער קאר פליהט אן אפשטעל!!!! דא קומט דער ענדע. שמע ישראל!!!!!! רעב שייע בערעמוישע. אמסעלואי בת קארנעוואל. מייערן מיט ציפעס. וואס נאך???
ער כאפט זיך אן אין די סיט בעלטס מיט אלע צוועלעף פינגער, קנייטשט איין דעם קאפ, פארמאכט די אויגן טראכטענדיג אז מען געזעגנט זיך אצינד פון די ליכטיגקייט פון דעם טונקעלן וועלט. שנעלע מחשבות בליצן דורך אין געדאנק. די משפחה, די ארבעט, די חברים, אלעס לאזט מען איבער דא אונטער זיך....
שמע ישראל!!!!!!! ------ און דאן וועקט ער זיך אויף מיט א שווערן טרייסל און באגאסן מיט שווייס... בררר-ררר-רר...
דער רעביצין וועקט זיך אויף פון די קולות - 'וואס גייט פאר?? געהאט א שרעקעדיגן חלום??...'
'אה, ניין, גארנישט... ס'בכלל נישט געווען שרעקעדיג...'
יא יא. כ'ווייס...
---
א אנגעצויגנקייט הערשט אינעם געווענליך רואיגן קאווע שטובל פינעף אזייגער אינדערפרי. די בחורים קומען נישט נאך. ס'נישטא גענוג קאצקע צוקער צו שפייזן דעם גאנצן באנדל בחורים דא, און די מילך האלט שוין אויך אט אט ביים אויסגיין.
איך פרוביר אפצושטעלן א בחור צוויי, כאפן א שמועס און הערן וואס דער היינטיגער איבערקערעניש איז, אבער ס'נישטא צו וועמען צו רעדן. אלעס פליהט אין די הימלען ווי יו עף או'ס, דער עולם איז נערוועז ווי קאטשקעס.
ס'חוזר חזרה אויף דער וועלט!!! היינט נאכמיטאג קומט פאר דער פארהער, וואס ווער עס קען איז גוט און ווער נישט איז נישט! היום יום!
דער מנהל ציהט שוין אן די לעצטע פאר וואכן אז עס קומט עפעס א גרויסער פארהערער, א תלמיד חכם עצצצצום, א געשעצטער רב, וכו' וכו' וכו', - נעווער מיינד די אנטוישונג ביי די בחורים ווען מען איז געוואר געווארן אז בס"ה קומט עפעס א מגיד שיעור פון אנאנדערן ישיבה - און די בחורים זענען נישט בייזעך!
ויהי ממחרת; דער פארהער איז אריבער, כהאף ס'געווען סוקסעספול, און איך טרעף נאכאמאל דעם בחור וואס האט נעכטן נישט געהאט אפילו קיין צייט זיך צו אנטשולדיגן פאר מיר ווען ער האט שופך קאוועתו געווען אויף מיין וואלענעם רעקל, און איך פרעג אים מיט א שמייכעלע 'נו? געקענט דעם פארהער למעשה?'
'אה, דער פארהער? זיכער האביך געקענט. כ'בין בכלל נישט געווען אנגעצויגן. כאגעוויסט ס'גייט זיין איזי פיקל...'
יא יא. כ'ווייס...
--
רימטעטאמטאטאאאאם... טינלינגלינגלינגלאם...
שיינע פרייליכע געזאנגען הערן זיך פונעם בעקגראונד אויסגעמישט מיט די קולי קולות פון קינדער וואס שרייען און יאמערן פון פרייד און אנטוישונג ביינאזאם, א טיפיקל חוה"מ אויספלוג אין אן אימיוזמענט פארק... מען לאכט ווי זיבעלעך ווען מען זעצט זיך ארויף אויפן טאנצעדיגן הארסי, און דערנאך קרייט מען ווי טשיקעלעך ווען דער מאמע וויל נישט לייגן נאכאמאל...
איך בין דא מיט מיין גרויסע קוזין. מיר מאכן דעם וועג גראד צו די ריזיגע ראולער קאוסטער וואס שטייט מיט פראכט און שאקלט אויף די באזוכער ווי עס געהער צו זיין. מיר הייבן אן זיך דערנענטערן צום מאנסטערישן געבוי, און מיין קוזין זאגט מיר מיט א ציציציציטערדיגע שטימע 'פופצי, ביסט שוין אמאל געווען אויף אזא הויעכע?', 'יא, זיכער' שפיי איך אויס א ליגנט פון ארבל ארויס. 'און ס'קען נישט אראפפאלן? - כ'פרעג נישט ווייל איך ציטער, נאר עםם... כ'וויל זעהן אויב דו ציטערסט...'
אזוי שפאנען מיר צו און מיר שטעלן זיך צו אין די רייע וואס באשטייט פון פופציג פראצענט ציטערנדיגע חברה און די איבריגע זענען די וואס האבן זיי געשלעפט צו קומען, און מען ווארט עס זאל זיך רוקן פאראויס, ווען יעדע פאר רגעים ווארפט מיר מיין קוזין אריין סטעימענטס און זאגונגען ווי פארזיכערט א ראולער קאוסטער איז, און קוקט אויף מיין געזיכט מיט א זייטיגער בליק צו זעהן מיין רעאקציע...
פיינעלי זעצמיר זיך ארויף, און ער הייבט אן וויברירן... ער זעהט שוין אז זיין זיץ איז מער וואקלדיג ווי מיינס... דער אייזן איז נישט גענוג פעסט אים צו האלטן ווען מען פליהט מיטן קאפ אראפ, די טרעקס דארט ארויפציה האבן א קרעק... בקיצור, ס'יאמטעף...
אזוי האב איך אים געדארפט אונטערהאלטן די גאנצע צייט, ווען טרערן שטיקן זיינע אויגן און ווילן שוין זאגאר אויספלאצן פון זיין מויל מחמת גרויס דרוק...
זהההווווםםם.... דער באן שטעלציך אפ, אלע צושאקלטע פאסאנדזשירן שטייגן אפ, און איך פרעג מיין קוזין 'נו? איז עס טאקע געווען אזוי שרעקעדיג?'
'נעעע.. ס'געווען אזוי סאך פאן... כהאב בכלל נישט געציטערט, כאגעוויסט ס'קען גארנישט געשעהן...'
יא יא. כ'ווייס...
--
אצינד צום נמשל;
- -זיבעציג טויזענט! קיין פעני נישט מער!
-עהה.. הונדערט און פופציג קען גיין רואיג!! כ'זאג דיר! איך האב א פעטער וואס קען איינעם וואס איז א מומחה!
-צוויי הונדערט! קלאר!! דער עולם וועט זיין ווארים אויף מאקס!!
-פופציג טויזענט! קיינער איניש ווארעם אויף אייוועלט, הער אויף מיט די שטותים, מען וועט זיין דיסעפוינטעד און געבן א שטויס פאר וויכי. דעציט!
-האלאו האלאו, חברה, מיר גייען מאכן צוויי הונדערט און פופציג טויזענט דאלער לזכות פון מחר!! איר הערט??
-וואאאס? ביסט משוגע???? גייסט זיין דער לוזער פונעם יאר הונדערט!!
אזוי האט מען זיך געפראסקעט און געגראדזשעט אויף קעצל און כלים. אלטע בערן און יונגע לוזער'ס האבן זיך געשלאגן און געפיפן אויף וויפיל מען זאל מאכן דעם גאול. קען מען יא ריטשן אזא נומער אדער נישט?
איך בין מודה על האמת (ווען איך וויל), איך בין געווען פון די שווארץ-קוקער וועלכע האבן געשריגן 'נישט מער ווי הונדערט פופציג טויזענט!', איך בין געווען איבערצייגט אז דאס איז א ווייטער חלום. זייער ווייט!
דורכאויסן קאמפיין בין איך געעזצן אויף שפילקעס... אפילו בעצם היום צוועלעף שעה איידערן קאמפיין שליסונג האב איך אריינגעשריגן אין מיין טעלעפאן 'מען גייט עס נישט מאכן!!! כהאב ענק געבעטן מען זאל נישט טון אזא נארישקייט!!!' ווען איינער פון די הויפט אנדרייערס הערן ארויס פון זיין טעלעפאן מיינע געשרייעראציעס. איך בין געווען זיכער אז נישט!
וואס זאל איך אייך זאגן? נעכטן נאכט, זיצענדיג מיט די חשובע קאלעגעס וואס האבן אינאיינעם אריינגעארבעט פארן קאמפיין, האב איך אויסגעקוקט ווי די פריערדעמאנטע משלים... 'כאגעוויסט מען קען עס באווייזן... וויכי, אמת כהאב דיר שטילערהייט געזאגט אז מען גייט עס יא ריעטשן?...'
כהאב בכלל נישט מורא געהאט... עעעהה, נישט איך!!
יא יא. כ'ווייס...
דער קידוש השם איז געווען געוואלדיג גרויס!!! איך בין איבערגענומען מיט אן אויסטערלישן התרגשות, אייוועלט דו קענסט!!!!
נאך איין זאך אבער. ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן האט מען געלייגט א באנוס גאול צום קאמפיין, און עס אוריפגערוקט צו דריי הונדערט אלפים. דאס איז געטון געווארן נאכן זעהן ווי מען האט דערגרייכט דעם גאול היבש איידערן שליסונג צייט, און זעענדיג אז דער עולם איז נאך ווייט פון פארטיג האט מען מחליט געווען מוסיף צו זיין על הקודש.
פונקט ווי ביים אנהויב פונעם קאמפיין, זענען געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט ארויפרוקן גראד ווען מען האט דערגרייכט דעם אריגינעלן גאול - אמער, דער מקוה קאסט בעצם אסאאאך מער ווי 250 טויזענט דאלער צו פארענדיגן, און אנדערע זענען געווען מער וואקלדיג... עהה... כ'ווייס נישט... אפשר נישט...
למעשה ווי איר זעהט אלע האמיר בעז"ה ארויפגערוקט דעם גאול און שוין היבש איבערגעשפרונגען דעם אריגינעלן גאול. יעצט ווען מיר שרייבן די שורות האלט מען שוין ביי כמעט צוויי הונדערט און ניינציג טויזענט דאלער!! אבער מיר האלטן נאך אינעם פאזע פון שרייען 'מאאאאמממי!!!! כהאב מוראאאאא!!!'... ווילאנג דער באנוס גאול איז נישט דערגרייכט קענען מיר נישט זיין רואיג!!
רבותי. לאמיר זיך געבן נאך א גוטן שאקל, און אינאיינעם ארויפרוקן דעם גאול ביז 300 טויזענט!!!
אייוועלט דו קענסט!!!
טויט אדער רויט!!!
אה, און אמערעדט שוין, דער קאמפיין איז טאקע געווען אויסטערלישע סוקסעס... אבער גיבטס א גיי אריין אין מיין לינק וועט זיך אנטפלעקן א בילד וואס זאגט נישט עכט 'סוקסעס'...
ביטע ווארפט אריין עפעס חיזוק איך זאל נישט זיין חוזק...