מוזיקפידיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

אחראים ביטע טוישן קעפל נאמען צו מוזיקפידיע.
ש׳כוח פאר אלע באדאנקערס. ס׳גיבט חיזוק אנצוגיין. אויב עפעס איז נישט קלאר ביטע זיך לאזן הערן ווייל ס׳גאנץ קאמפליצירטע נושאים. קומענדיגע ארטיקל וועט זיין איבער סקעילס.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ריזיגע שכח כינור. כ'באלעק מיך מיט דיינע ווערק
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

כ׳האב מאכנישט געליינט די גאנצע. אבער קודם א יישר כח.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20470
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

WOW!
דאס קוקט אויס ערענסטע סחורה!
א ריזן דאנק אייך הרב כינור פארן צישטעלן כשולחן ערוך אזא מייסטער ארבעט, איך בין זיכער ס'איז אריין אסאך מיה און פלאג, זאל דער זכות אייך ביישטיין!
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7448
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יעצט אנגעהויבן צו ליינען. כינור, דו דעליווערסט הערליכע רייכע סחורה! א ריזיגע שכח.
אני הוא הנער, נער המדבר
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

Wow מייסטער כינור, ערשט יעצט באמערקט דעם אשכול און אנגעהויבן פון אנפאנג מיט ישוב הדעת.

עקסטער א שכח פארן ציגאנער פאר זיינע קלארע הערות
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 23900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הר גריזים האט געשריבן: Wow מייסטער כינור, ערשט יעצט באמערקט דעם אשכול און אנגעהויבן פון אנפאנג מיט ישוב הדעת.

עקסטער א שכח פארן ציגאנער פאר זיינע קלארע הערות

מי טא
א שמחת תמיד...
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

יישר כח הר גריזים...

---
כינור האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן: אזוי ווי מיר האבן באשלאסן אריינצורוקן צוועלעף טענער - איז אטאמאטיש אויסגעקומען אז די מרחק צווישן איין טאן אינעם צווייטן איז אלס 5.945 פראצענט, און ווייניגער ווי דעם וועלן מיר נישט אויפכאפן. (און אנדערע קולטארן וואס האבן עס צוטיילט אין מער, הערן טאקע יא א חילוק אין טאן ביי ווייניגער פראצענט).

ניין דאס איז א טעות. אויב די חילוק איז 5 פערצענט קען מען הערן ביז סך מער ווי צוועלעף טענער אין און אקטאווע... ס׳האט גארנישט איינס מיטן צווייטן

אודאי האט עס איינס מיטן צווייטן. ווייל ווי מער פראצענט מ'שפרינגט אלס מער פלאץ איז דא צווישן די טענער, און ווי מער פלאץ ס'איז דא צווישן די טענער אלס ווייניגער טענער פיטן אריין.

אין די טשארט וואס דו האסט אויבן געברענגט שטייט ביים צווייטן טאן 1.0595, און מער פונקטליך איז דאס 1.05945 וואס דאס מיינט פינעף פראצענט מיט נאך 945.
= 5.945 פראצענט.

אויב אזוי דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאקע האט מען באשלאסן עס צו צוטיילן פונקט אויף צוועלעף?

זאגט ער אזוי. מיר זוכן נאך נאנטע רעטיאס וואס איז דא צווישן 1:1 און 2:1. און אזוי וועלן מיר שאפן נאך טענער.

מהלך א':
מ'נעמט די זיבן בעסטע רעטיאס, און מ'פולט אן די לעכער אז אלע טענער זאלן זיין מער ווייניגער אייניג.

די זיבן בלייבט. די קומענדיגע צוויי מהלכים איז אנצוקומען צו 12

אהה!

(נאכדעם ברענגסטו די איבעריגע 5 נאטן. לויט וועלכע חשבון איז דאס? די וואס מ'נוצט למעשה?)

מהלך ב':
דאמענענט. מ'נעמט די פיפט, די פיפט פון די פיפט, די פיפט פון די פיפט פון די פיפט, און אזוי ווייטער צוועלעף דורות.
פראבלעם: מ'וועט קיינמאל נישט צוריקומען אהיים, און די לעצטע אינטערוואל וועט זיין אביסל קערצער.

מהלך ג':
הארמאניק. מ'נעמט טענער פון די אווערטאנעס פונעם טאניק וואס זענען נישט קיין אקטאוועס ווי 3:1, 5:1, 6:1, 7:1, 9:1, און אזוי ווייטער.
פראבלעם: די אינטערוואלס זענען נישט אייניג, און אז מ'הייבט אן פון אן אנדערע טאן דארף מען אלעס פריש אויסרעכענען.

זייער קלאר!

און פון דא און ווייטער גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וועלכע מהלך נעמט מען למעשה און וויאזוי האט מען עס פארדרייט?

מ׳בלייבט מיט Just Intonation אבער מ׳טוישט די צענט פון יעדע נאט אביסל כדי די אקטאווע זאל ווערן פונקטליך צוטיילט אין 12

אויב מ'גייט מיט די הארמאניק מהלך דארפן אלע טענער זיין 'עפעס:1' - 1:3 1:5, און אזוי ווייטער. פארוואס איז עס אינגאנצן אנדערע נומערן למשל 11:6 און 12:11?
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

אכטונג אכטונג... אויב איר ׳קליקט דא׳ קומט אן ארטיקל אלעס ארום סקעילס. וואס מיינט סקעילס? א רגע, קליק קודם!

בילד
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כינור האט געשריבן:
טענער

הקדמה:

אינעם פאריגן שיעור....

עני פראגעס?

דשאסט Wow. כ׳האב נישט קיין ווערטער
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דאס איז זייער א גוטער טשארט וואס ווייזט די אלע באקאנטע טונינג סיסטעמס אין סענט און אין Ratios. ווי מ'קען זען זענען אונזערע טענער גלייך אפגערוקט איינער פונעם צווייטן (100 סענט), אבער דער 5'ט איז אף מיט צוויי סענט (700-702), און אויך דער 4'ט איז שארפ מיט צוויי סענט (498-500).

די Ratios דא זענען אבער געשריבן אנדערש ווי אנגענומען. למשל אנשטאט שרייבן פאר א פערפעקט 5'ט 3:2, שרייבט ער 1:1.5. סמיינט אבער ביידע די זעלבע זאך, אז מ'לייגט צו האלב פון דער פריקווענסי (האלב פון 2 איז 1, און 1+2=3). ד"ה נארמאל שרייבט מען קודם דעם אינטערוואל און דערנאך דעם Root, און ער שרייבט פארקערט.
אטעטשמענטס
comparison of tuning systems.png
comparison of tuning systems.png (323.15 KiB) געזען 3115 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

למדן וצדיק האט געשריבן: דאס איז זייער א גוטער טשארט וואס ווייזט די אלע באקאנטע טונינג סיסטעמס אין סענט און אין Ratios. ווי מ'קען זען זענען אונזערע טענער גלייך אפגערוקט איינער פונעם צווייטן (100 סענט), אבער דער 5'ט איז אף מיט צוויי סענט (700-702), און אויך דער 4'ט איז שארפ מיט צוויי סענט (498-500).

די Ratios דא זענען אבער געשריבן אנדערש ווי אנגענומען. למשל אנשטאט שרייבן פאר א פערפעקט 5'ט 3:2, שרייבט ער 1:1.5. סמיינט אבער ביידע די זעלבע זאך, אז מ'לייגט צו האלב פון דער פריקווענסי (האלב פון 2 איז 1, און 1+2=3). ד"ה נארמאל שרייבט מען קודם דעם אינטערוואל און דערנאך דעם Root, און ער שרייבט פארקערט.

ש׳כוח למדן! זייער א קלארע טשארט דאס.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן: יישר כח הר גריזים...

---
כינור האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן: אזוי ווי מיר האבן באשלאסן אריינצורוקן צוועלעף טענער - איז אטאמאטיש אויסגעקומען אז די מרחק צווישן איין טאן אינעם צווייטן איז אלס 5.945 פראצענט, און ווייניגער ווי דעם וועלן מיר נישט אויפכאפן. (און אנדערע קולטארן וואס האבן עס צוטיילט אין מער, הערן טאקע יא א חילוק אין טאן ביי ווייניגער פראצענט).

ניין דאס איז א טעות. אויב די חילוק איז 5 פערצענט קען מען הערן ביז סך מער ווי צוועלעף טענער אין און אקטאווע... ס׳האט גארנישט איינס מיטן צווייטן

אודאי האט עס איינס מיטן צווייטן. ווייל ווי מער פראצענט מ'שפרינגט אלס מער פלאץ איז דא צווישן די טענער, און ווי מער פלאץ ס'איז דא צווישן די טענער אלס ווייניגער טענער פיטן אריין.

אין די טשארט וואס דו האסט אויבן געברענגט שטייט ביים צווייטן טאן 1.0595, און מער פונקטליך איז דאס 1.05945 וואס דאס מיינט פינעף פראצענט מיט נאך 945.
= 5.945 פראצענט.

כ׳האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס דו שרייבסט דא. א מענטש איז נאר אומשטאנד אויפצוכאפן א חילוק אין פיטש ווען ס׳איז 5 פערצענט גערוקט איינס פון צווייטן. דאס האט גארנישט צוטוהן מיט צוועלעף טענער אדער 24 טענער. מ׳קען צוטיילן אן אקטאווע אין 59 חלקים און דער מענטשליכער אויער וועט נאך אלס הערן א חילוק פון איין פיטש צום צווייטן ווייל עס איז נאכאלץ אפגערוקט מער ווי פינעף פערצענט.
אויב אזוי דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאקע האט מען באשלאסן עס צו צוטיילן פונקט אויף צוועלעף?

זאגט ער אזוי. מיר זוכן נאך נאנטע רעטיאס וואס איז דא צווישן 1:1 און 2:1. און אזוי וועלן מיר שאפן נאך טענער.

מהלך א':
מ'נעמט די זיבן בעסטע רעטיאס, און מ'פולט אן די לעכער אז אלע טענער זאלן זיין מער ווייניגער אייניג.

די זיבן בלייבט. די קומענדיגע צוויי מהלכים איז אנצוקומען צו 12

אהה!

(נאכדעם ברענגסטו די איבעריגע 5 נאטן. לויט וועלכע חשבון איז דאס? די וואס מ'נוצט למעשה?)

מהלך ב':
דאמענענט. מ'נעמט די פיפט, די פיפט פון די פיפט, די פיפט פון די פיפט פון די פיפט, און אזוי ווייטער צוועלעף דורות.
פראבלעם: מ'וועט קיינמאל נישט צוריקומען אהיים, און די לעצטע אינטערוואל וועט זיין אביסל קערצער.

מהלך ג':
הארמאניק. מ'נעמט טענער פון די אווערטאנעס פונעם טאניק וואס זענען נישט קיין אקטאוועס ווי 3:1, 5:1, 6:1, 7:1, 9:1, און אזוי ווייטער.
פראבלעם: די אינטערוואלס זענען נישט אייניג, און אז מ'הייבט אן פון אן אנדערע טאן דארף מען אלעס פריש אויסרעכענען.

זייער קלאר!

און פון דא און ווייטער גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וועלכע מהלך נעמט מען למעשה און וויאזוי האט מען עס פארדרייט?

מ׳בלייבט מיט Just Intonation אבער מ׳טוישט די צענט פון יעדע נאט אביסל כדי די אקטאווע זאל ווערן פונקטליך צוטיילט אין 12

אויב מ'גייט מיט די הארמאניק מהלך דארפן אלע טענער זיין 'עפעס:1' - 1:3 1:5, און אזוי ווייטער. פארוואס איז עס אינגאנצן אנדערע נומערן למשל 11:6 און 12:11?

ס׳איז בעצם די זעלבע זאך. למשל 3:2 איז די זעלבע ווי 1.5, מ׳וויל פשוט נוצן א גאנצע נומער ווי איידער שרייבן איין אהאלב מאל און דערנאך קלענער און קלענער.

אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

כינור האט געשריבן: אזוי ווי מיר האבן באשלאסן אריינצורוקן צוועלעף טענער - איז אטאמאטיש אויסגעקומען אז די מרחק צווישן איין טאן אינעם צווייטן איז אלס 5.945 פראצענט, און ווייניגער ווי דעם וועלן מיר נישט אויפכאפן. (און אנדערע קולטארן וואס האבן עס צוטיילט אין מער, הערן טאקע יא א חילוק אין טאן ביי ווייניגער פראצענט).

ווען מ'צושטיקלט עפעס געשעהט צוויי זאכן, עס ווערט צוטיילט אויף מער חלקים, און יעדע חלק ווערט קלענער. ממילא, אויב ווען איך נעם אן אקטאווע און איך צושנייד אים אויף צוועלעף איז יעדע שטיקל 5.945, מוז בע"כ זיין אז אויב רוקט מען אריין מער טענער אינעם אקטאווע וועלן די חלקים זיין קלענער.

ממילא איז דאס אז מיר צוטיילן דעם אקטאווע אין צוועלעף, געבונדן מיט דעם אז וועלן מיר נישט הערן קיין חילוק ביי א טויש פון ווייניגער פון 5.9 פראצענט, און אויב וואלטן מיר צוטיילט אין מער חלקים וואלטן מיר געהאט קלענערע חלקים, און אטאמאטיש אויפגעכאפט קלענערע טוישונגען.

(דו כאפסט זיכער וואס איך זאג, נאר נישט די וועג וויאזוי איך ברענג עס ארויס. סאו נעקסט...)

אה, איך הייב אן כאפן וואדא טוט זיך... (למדן'ס טשארט האט מיר אביסל געהאלפן און אסאך צומישט...)

סאו לאמיר אנהייבן פון 100.
די צווייטע הארמאניק איז 200 - דער אקטאווע.
די דריטע איז 300, וואס איז 3:2 פון 200 - דער פיפט.
400 איז די נעקסטע אקטאווע.
500 איז 5:4 פון 400 - די פארט.
600 איז ווייטער 3:2 פון 400, ניין?

און דא הייבט עס אן צו ווערן קאמפלעצירט.
וויאזוי רעכנט מען דאס אויס ווייטער? למדן, האסט א טשארט פאר מיר?...

[/quote][/quote][/quote]
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:

אהה דאס איז די מיספארשטענדעניש. ווען איך צוטייל אן אקטאווע אויף צוועלעף איז יעדע שטיקל מער ווי 5 פערצענט. אויב ס׳איז נאר 5 וואלטן מיר נישט געקענט הערן פערטעל טענער. מיר קענען אבער יא הערן די קליינע חילוקים.

אויב אזוי דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאקע האט מען באשלאסן עס צו צוטיילן פונקט אויף צוועלעף?

זאגט ער אזוי. מיר זוכן נאך נאנטע רעטיאס וואס איז דא צווישן 1:1 און 2:1. און אזוי וועלן מיר שאפן נאך טענער.

מהלך א':
מ'נעמט די זיבן בעסטע רעטיאס, און מ'פולט אן די לעכער אז אלע טענער זאלן זיין מער ווייניגער אייניג.

די זיבן בלייבט. די קומענדיגע צוויי מהלכים איז אנצוקומען צו 12

אהה!

(נאכדעם ברענגסטו די איבעריגע 5 נאטן. לויט וועלכע חשבון איז דאס? די וואס מ'נוצט למעשה?)

מהלך ב':
דאמענענט. מ'נעמט די פיפט, די פיפט פון די פיפט, די פיפט פון די פיפט פון די פיפט, און אזוי ווייטער צוועלעף דורות.
פראבלעם: מ'וועט קיינמאל נישט צוריקומען אהיים, און די לעצטע אינטערוואל וועט זיין אביסל קערצער.

מהלך ג':
הארמאניק. מ'נעמט טענער פון די אווערטאנעס פונעם טאניק וואס זענען נישט קיין אקטאוועס ווי 3:1, 5:1, 6:1, 7:1, 9:1, און אזוי ווייטער.
פראבלעם: די אינטערוואלס זענען נישט אייניג, און אז מ'הייבט אן פון אן אנדערע טאן דארף מען אלעס פריש אויסרעכענען.

זייער קלאר!

און פון דא און ווייטער גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וועלכע מהלך נעמט מען למעשה און וויאזוי האט מען עס פארדרייט?

מ׳בלייבט מיט Just Intonation אבער מ׳טוישט די צענט פון יעדע נאט אביסל כדי די אקטאווע זאל ווערן פונקטליך צוטיילט אין 12

אויב מ'גייט מיט די הארמאניק מהלך דארפן אלע טענער זיין 'עפעס:1' - 1:3 1:5, און אזוי ווייטער. פארוואס איז עס אינגאנצן אנדערע נומערן למשל 11:6 און 12:11?

ס׳איז בעצם די זעלבע זאך. למשל 3:2 איז די זעלבע ווי 1.5, מ׳וויל פשוט נוצן א גאנצע נומער ווי איידער שרייבן איין אהאלב מאל און דערנאך קלענער און קלענער.

אה, איך הייב אן כאפן וואדא טוט זיך... (למדן'ס טשארט האט מיר אביסל געהאלפן און אסאך צומישט...)

סאו לאמיר אנהייבן פון 100.
די צווייטע הארמאניק איז 200 - דער אקטאווע.
די דריטע איז 300, וואס איז 3:2 פון 200 - דער פיפט.
400 איז די נעקסטע אקטאווע.
500 איז 5:4 פון 400 - די פארט.
600 איז ווייטער 3:2 פון 400, ניין?

און דא הייבט עס אן צו ווערן קאמפלעצירט.
וויאזוי רעכנט מען דאס אויס ווייטער? למדן, האסט א טשארט פאר מיר?...

קוק דא

Screen_Shot_2021-08-11_at_9.18.34_PM_50.png
Screen_Shot_2021-08-11_at_9.18.34_PM_50.png (39.13 KiB) געזען 2880 מאל
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

הרב @ציגאנער, כ׳האב נאר געוואלט פארשטיין געבן די מקור און היסטאריע און ווי אזוי עס ארבעט. פונקטליך אריינגיין אין אלע Ratios און פריקווענסי׳ס פון די נאטן לויט אלע סיסטעמען איז גאר גאר קאמפליצירטע מאטעמאטיק מיט ענדלאזע מהלכים וואס פאסט פארשטייט זיך נישט אריין אין די ראמען פון אן ארטיקל. די אינטערסאנטע חלק שבו האב איך יא געברענגט, למשל די געוואלדיגע נפלאות הבורא׳דיגע מאטעמאטיק פונעם הארמאניק סעריע און ווי עס שטימט אקוראט מיט די מעידזשער קאורד, די פיפט מהלך אא״וו.
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

איך פארשטיי.

-
זעמער גרייט פארן נעקסטן שיעור...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

סקעילס

7 טענער

אפי׳ טאקע ס׳איז דא 12 נאטן אין אן אקטאווע, וועט אבער א ניגון זיין צוזאמגעשטעלט פון בלויז זיבן נאטן. אלע 12 נאטן קען מען נישט נוצן ווייל עס איז דא צופיל דיססאנענט נאטן אין זיי און ס׳וועט זיך הערן אומבאטעמט. פארוואס אבער זיבן? ווייל מיט זיבן נאטן קען מען מאכן כל מיני קאמבינאציעס און ס׳וועט זיך נאכאלץ זיך הערן גוט צוזאמען. ס׳מיינט אבער נישט אז די וועלט איז געבונדען צו בלויז זיבן נאטן ... אין אפריקע און אזיע איז פארהאן ניגונים געבויט אויף די פאנטעטאניק סקעיל וואס באשטייט בלויז פון פינעף נאטן.

(לשבר את האוזן: פארוואס איז דא זיבן טעג א וואך? וואס הייסט פארוואס, זעקס איז עפעס צו קורץ, און אכט איז שרעקליך לאנג... ניין? ס׳איז א ריכטיגע חשבון טאקע, ס׳מיינט אבער נישט אז דאס איז די איינציגסטע אפציע. מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן און צו דעם זענען מיר געוואוינט.
פארוואס איז א צימער צוזאמגעשטעלט פון 4 ווענט? מיט צוויי ווענט קען מען נישט צאמשטעלן א צימער... דריי ווענט איז עפעס מאדנע, פינעף נעמט אויף צו פיל פלאץ, שוין, האט די מענטשהייט זיך געזעצט אויף פיר. אין דרום אפריקע איז אבער אנדערשט... דארט בויעט מען רונדעכיגע צימערן)

סקעילס

שוין האבן מיר זיבן. שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי ווייסט מען וועלכע 7 טענער אויסצווועלן פון די 12 און וועלכע 5 איבערצוהיפן?
פאר דעם איז דא א 'סקעיל'. א סקעיל באדייט א 'גאנג' וואס זאגט וועלכע זיבן טענער דער ניגון נוצט. א סקעיל איז א געוויסע קאמבאנאציע פון די 12 נאטן וואס נאר זיי נוצט מען.

עס זענען פארהאן מערערע סארטן סקעילס - ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן, אבער פאר א דוגמא לאמיר אנכאפן דעם 'מיינאר סקעיל' וואס איז פון די פשוט'סטע און מערסט פאפולערע סקעילס.
די אפציעלע וועג וויאזוי א סקעיל ווערט באצייכנט איז מיט W און H, און דאס ווייזט אויף די אינטערוואלס וואס זענען דא צווישן די טענער; W איז פאר Whole - ווען מ'דארף איבערהיפן א טאן און מ'שפרינגט א 'גאנצע' סטעפ, און H איז פאר Half - ווען מ'היפט נישט איבער און מ'שפרינגט בלויז א 'האלבע' סטעפ. (ווי דערמאנט אין פאריגן שיעור איז עס אינ'אמת'ן בכלל נישט קיין האלבע, נאר אקעגן א דאפלטע שפרינג ווערט עס אנגערופן א האלבע סטעפ).
דער מיינאר סקעיל גייט ווי פאלגענד (פון לינקס צו רעכטס):WHWWHWW - א גאנצע נאוט, א האלבע נאוט, גאנצע, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע.
פשוט גערעדט קומט אויס, אז פון די 12 טענער פונעם אקטאווע וועט א מיינאר סקעיל בלויז נוצן די טענער נומער 1,3,4,6,8,9,11. און טענער נומער 2,5,7,10,12 וועלן זיין אףף טאן, און זיי וועט מען איבערהיפן.
דאס הייסט אזוי, מ'קען אויסוועלן סיי וועלכער טאן פון די צוועלעף טענער אנצוהייבן דעם ניגון. דער טאן פון וואו מ'הייבט אן וועט ווערן נומער 1 און פון דארט וועט מען דארפן שפרינגען א 'גאנצע' פון 1 ביז 3, דערנאך א 'האלבע' פון 3 ביז 4, נאכדעם א 'גאנצע' צו 6, א 'גאנצע' צו 8, א 'האלבע' צו 9, א 'גאנצע' צו 11, און נאך א 'גאנצע' צו די נעקסטע 1 אויפן העכערן אקטאווע. און אויף די זיבן אויסגעוועלטע קנעפלעך וועט די ניגון לויפן. די זיבן קנעפלעך וואס די מיינאר סקעיל נוצט זענען געלעיבלט געווארן ABCDEFG.

(ארגינעל האבן זיי געהייסן: do, re, mi, fa, sol, la, ti על שם א געוויסע איטאליענשע נוסח וואס הויבט זיך אן פונעם ערשטן טאן און גייט העכער און העכער. שפעטער האט מען זיי אנגעהויבן רופן לויט די ענגלישע בוכנשטאבן.
אין אירופה און אין ארץ ישראל רופט מען זיי נאך היינט אויף די ארגינעלע נעמען.)

ווען מ'שפילט א מיינאר ניגון אנהייבנדיג אויפן A קנעפל, וועט מען קיינמאל נישט דארפן נוצן קיין שווארצע קנעפל.
אויב וועט מען אבער שפילן א ניגון פון סיי וועלכע אנדערע סקעיל, וועט מען יא דארפן נוצן די שווארצע קנעפלעך - געוואנדן אינעם גאנג פון יענעם סקעיל. און די זעלבע וועט זיין אויב וועט מען שפילן א מיינאר ניגון און נישט אנהייבן אויפן A. צום ביישפיל, אויב וועט מען אנהייבן אויפן Aשארפ (- די שווארצע נאכן A) וועט ער ווערן נומער 1, און 1,3,4,6,8,9,11 - וואס די מיינאר נוצט - וועלן זיין #A#,C,C#,D#,F,F#,G. (אין אזא פאל וועט דער C ווערן אנגערופן #B, און דער F וועט ווערן אנגערופן E# - ווייל ער נעמט איבער זיין פלאץ זייענדיג בלויז א האלבע אפגערוקט.) און אויב הייבט מען אן אויפן B וועט מען דארפן נוצן B,C#,D,E,F#,G,A. און אזוי ווייטער, פון וואו מ'הייבט אן וועט מען דארפן שפרינגען לויט די חשבון פון WHWWHWW, ציילנדיג ווייסע און שווארצע צוגלייך.

[ווען מ'שפילט אויף א גרענד-פיאנא אדער אן אנדערע עכטע אינסטרומענט, און דער זינגער וויל אנהייבן אויף א צווייטע קנעפל (נישט קענענדיג ארויפצוען פונעם A וכדו') - דארף טאקע דער שפילער נאכטאנצן די אלע קאמפלעצירטע חשבונות. אבער די היינטיגע קי-באורדס קומען שוין מיט א אריינגעבויעטע 'טרענספאוס' סיסטעם וואס קען אראפ-און-ארויפדרייען אלע קנעפלעך וויפיל ס'פעלט זיך אויס, און דער מוזיקאנט דארף נאר גוט ארויסהאבן דעם A סקעיל, און מיט א דריק אויפן באטן ווערט דער A א A#, דער #A א B, דער B א C, און אזוי ווייטער.]

קומט אויס אזוי:

• ס'זענען טאקע דא 12 טענער און יעדע אקטאווע.
• מ'קען נישט נוצן אלע צו בויען א ניגון.
• ממילא וועט מען נאר קענען נוצן 7 טענער פון די 12.
• א סקעיל וועלט אויס וועלכע זיבן טענער צו נוצן.
• מ'קען אנהייבן דעם סקעיל פון אלע 12 טענער.

יעצט לאמיר זיך קאנצענטרירט אויף די סקעילס זעלבסט און די חילוקים וואס זענען דא צווישן זיי.

טראץ וואס אין טעאריע קען יעדע סארט קאמבינאציע פון נאטן - פון איינס ביז צוועלעף - זיין א סקעיל, פונדעסטוועגן איז נישט יעדע צוזאמשטעל פון טענער געאייגנט צו נוצן למעשה, און איבער די וועלט באנוצט מען זיך היינט מיט בלויז (...) 48 סארטן סקעילס, רוב פון זיי צווישן 6 און 8 נאטן.

Modes

הונדערטער יארן צוריק איז נישט געווען אזא זאך ווי מעידזשער און מיינאר סקעילס. בעפאר איז בלויז געווען פארשידענע ‘Modes’. אריגיניעל איז דאס געווען א וועג צו גרופירן און קאטעגארעזירן פארשידענע טענער און ספעציפישע געפילן וואס מ׳האט געוואלט זינגען. פון גאר הימליש און Bright צו גאר טונקל און Dark.
עס האט געהערשט א גרויס צומישעניש אין דעם און ס׳איז געווען געוויקעלט אין קאנטערווערסיע.
מיט די יארן איז אנטוויקעלט געווארן צוויי הויפט שפילער: מעידזשער און מיינאר. אבער מעידזשער און מיינאר זענען בלויז א שם הכולל פאר פארשידענע Modes. די נעמען פון די Modes שטאמען פון די אור אלטע גריכען.
נאך א נקודה, א יעדע סקעיל וואס איז פארהאן אויפן כדור העולם, קען ווערן גרופירט אין פאמיליעס.

סקעיל פאמיליעס

די ערשטע פאמיליע מיט וואס מ׳וועט אנהייבן וועט זיין די Modes אין די מעידזשער סקעיל.

לאמיר אנהייבן:

משפחה 1 / מעידזשער
Ionian (Major): W-W-H-W-W-W-H
Dorian: W-H-W-W-W-H-W
Phrygian: H-W-W-W-H-W-W
Lydian: W-W-W-H-W-W-H
Mixolydian: W-W-H-W-W-H-W
Aeolian (Nat. Minor): W-H-W-W-H-W-W
Locrian: H-W-W-H-W-W-W

די סקעיל פארמאגט זיבן נאטן און דורך נוצן די זיבן טענער פון אן אנדערע אנהייב פונקט, קען מען שאפן זיבן אנדערע פאמיליע מעמבער׳ס. מעמבער סקעילס אין די פאמיליע ווערט געשאפן דורך שפילן דעם הויפט סקעיל אין אנדערע טענער. אז מ׳נעמט די נאטן פונעם c major סקעיל און מ׳רוקט עס ארויף (טראנספאזירט) צו D, דאס הייסט אז מ׳שפילט ‘d e f g a b c ‘ווערט עס א דאריען סקעיל. אז מ׳רוקט עס ארויף צום E, באקומט מען דעם פריזשען סקעיל אא״וו. ווען מ׳רוקט עס צום A, באקומט מען אן A מיינאר! יאפ, מיינאר איז א Mode אין מעידזשער.

נאך א נקודה, קוקט אויף די אינטערוואלס אינעם מעידזשער סקעיל: א גאנצע סטעפ, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע, גאנצע, און א האלבע סטעפ. אלע סקעיל מעמבער׳ס פארמאגן דעם זעלבן אינטערוואל פעטערן! די איבריגע סקעילס האבן בלויז אן אנדערע אנהייב פונקט.

יעצט לאמיר גיין צום צווייטן פאמיליע.

משפחה 2/ מעלאדיק מיינאר
Melodic Minor: W-H-W-W-W-W-H
Dorian b2: H-W-W-W-W-H-W
Lydian augmented: W-W-W-W-H-W-H
Lydian dominant: W-W-W-H-W-H-W
Aeolian dominant: W-W-H-W-H-W-W
Half diminished: W-H-W-H-W-W-W
Altered: H-W-H-W-W-W-W

נאכאמאל, אלע סקעילס באלאנגען צו איין משפחה ווייל זיי פארמאגן דעם זעלבן אינטערוואל פעטערן אבער פון אן אנדערן אנהייב פונקט.

משפחה 3/ הארמאניק מיינאר
Aeolian #7 (Harmonic Minor): W-H-W-W-H-WH-H
Locrian #6: H-W-W-H-WH-H-W
Lonian (major) #5: W-W-H-WH-H-W-H
Dorian #4: W-H-WH-H-W-H-W
Phrygian #3 (Phrygian Dominant): H-WH-H-W-H-W-W
Lydian #2: WH-H-W-H-W-W-H
Mixolydian #1 (Alt.dom.bb7): H-W-H-W-W-H-WH

פון דא און ווייטער איז מער נישט נוגע פאר אידישע נגינה, און מיר וועלן בלויז אויסרעכענען די משפחה נעמען:

די פערדע פאמיליע איז הארמאניק מעידזשער. די פיפטע פאמיליע באשטייט פון אכט נאטן און הייסט Diminished – וויבאלד א געוויסע אינטערוואל איז 'פארקלענערט' צו מאכן פלאץ פאר נאך א נאוט. די זעקסטע פאמיליע איז בלויז זעקס נאטן מיטן נאמען Whole Tone - וויבאלד אלע אירע נאוטס זענען גאנצע (6X2=12). די זיבעטע פאמיליע איז אויך זעקס נאטן און הייסט Augmented – וויבאלד א געוויסע אינטערוואל איז 'פארברייטערט'.

פאר מ׳גיימיר אריין אין ספעציפישע סקעילס דארף מען מקדים זיין אז סקעילס איז ס״ה נעמען פון פארשידענע געפילן. מען וויל פשוט רופן דעם קינד ביים נאמען. אזא מין געפיל הייסט אזוי, און אזא מין געפיל הייסט אזי, ממילא מוז מען נישט צוקומען צו סקעילס צו אינדענטיצירן די חילוקים. בלויז דורך הערן א ניגון און שפירן די מוט דערפון קען מען גראד וויסן אויף וואסערע סקעיל די ניגון לויפט. ס׳פאדערט פארשטייט זיך א געוויסע מומחיות דאס צו קענען גראד דערטאפן אבער מיט די צייט ווערט עס גאר גרינג.
געדענקט: אלס איז געפיל.

׳היימישע׳ סקעילס

און יעצט לאמיר זיך באקענען מיט די סקעילס וואס ווערן גענוצט אין אידישע מוזיק:

מיינאר סקעיל - משפחה 1 / נומער 6

WHWWHWW / 1,3,4,6,8,9,11

Minor.png
Minor.png (5.01 KiB) געזען 2748 מאל

דער מיינאר סקעיל איז כשמו כן הוא - פשוט'ע איינפאכע טענער אן קיין באזונדערע חידושים אדער אויפפאלנדע קוועטשערייען, און טאקע דערפאר איז עס פון די באקאנטסטע סקעילס איבער די וועלט.
די מיינאר סקעיל איז גאר גאר א געפילישע סקעיל זייענדיג ווארעם הארציג און בעטענדיג. א מיינאר ניגון קען ערוועקן די טיפסטע געפילן און עס שפילט מיט די הארץ סטרונעס. ס׳קען אויך מעורר זיין חשכות און שרעק. ׳יאוש׳ ניגונים זענען אין דעם סקעיל. (איר ווילט הערן דעם יאוש?… מאכט א C מעידזשער קאורד און דערנאך אן E מיינאר…). מיינאר איז אויך פאראנטווארטליך פאר האפענונג און בענקשאפט.

ס׳מיינט אבער נישט אז לעבעדיגע ניגונים זענען נישט אין מיינאר, גאר אסאך לעבעדיגע טאנץ ניגונים זענען אין דעם סקעיל (זעה באלד ליסטע דערוועגן) אלע זענען אבער ווארעמע געפיל טאנץ ניגונים.

רוב רובן ניגונים וואס מיר קענען זענען אין דעם סקעיל, אט איז א טיילווייזע ליסטע לשבר את האוזן:

פנה לעלבון
אני מאמין
שומרי מצותיה
רחם בחסדך
והנה ה' נצב עליו
עד הנה
ואני קרבת (פינקי / שטיינמעץ)
ועל חסדך (משולם)
מלוך (יונגערליך)
ניגון באבוב חוץ די מיטעלע פאל וואס איז אין אנדערע סקעיל (פרעיגיש).

מעידזשער סקעיל - ראש משפחה 1

WWHWWWH / 1,3,5,6,8,10,12

Major.png
Major.png (5.03 KiB) געזען 2748 מאל

די מעידזשער סקעיל איז אויך רוהיג געזעצט אן קיין בליציגע איבעראשונגען, אבער אנדערש פונעם מיינאר איז ער רייך און מלכות'דיג. א מעידזשער ניגון ברענגט שטענדיג אריין א גוטמוטיגע שטימונג און א רייכע אטמאספער. (מאכט א A מיינאר קארד (A C E) דערנאך רוקט ארויף די מיטעלסטע פינגער צום שווארצן C שארפ קנעפל פארן מעידזשער קארד און טוישט ארום צווישן זיי וועט איר הערן דעם חילוק) טאקע דערפאר זענען רובא דרובא מארטשעס אינעם מעידזשער סקעיל.

(ווי איר קענט זעהן אויף די סימנים לויפן די מיינאר און מעידזשער סקעילס אויפן זעלבן גראדן גאנג, נאר די מעידזשער איז פאראויס פונעם מיינאר מיט פונקט צוויי טענער. לויט דעם קומט אויס אז שפילנדיג אויפן פיאנא וועט מען קענען אנהייבן א מעידזשער ניגון אויפן C קנעפל און אזוי ארום נישט דארפן נוצן קיין שווארצע קנעפלעך.)

דער מעידזשער סקעיל איז אויך גאר א אנגענומענע סקעיל, און בפרט אין די גוי'אישע גאס וואו ער קאנקורירט שטארק מיטן מיינאר (אלע פאפולערע ענגלישע לידער א שטייגער ווי עי בי סי די, העפי בירטדעי, לאנדאן ברידזש וכדו' זענען אינעם מעידזשער סקעיל...). ווי אויך דינט דער מעידזשער סקעיל גאר גוט פארן היימישן ציבור און איז פאקטיש די צווייטע אין די רייע פון די באקאנטע תנועות וואס מיר קענען. אט איז א שטיקל ליסטע.

מעוז ציר
עוד ישבו (יאסי גרין)
כנועם… אז בקול… נוסח נקדישך
אבל מלך עליון (די ערשטע פאל)
ניגון חופה וראו בניו
קול רנה
בר אילעא
ויהי בישורין מלך

פרעיגיש סקעיל - משפחה 3 / נומער 5

HWHHWHWW / 1,2,5,6,8,9,11

Freygish.png
Freygish.png (5.06 KiB) געזען 2748 מאל

דער פרעגיש סקעיל לויפט אויף גאר א מאדנע מהלך. זיין געשטעל איז בעצם גענוי ווי דער מיינאר, מיט צוויי אויסנאמען; דער 2נד איז פלעט, און די 3רד איז שארפ, און עס בלייבט צווישן זיי א לאך פון איינס און אהאלב טענער. און דאס מאכט דעם סקעיל פריילעך און טאנצעדיג. די פרעגיש סקעיל הייבט דעם מענטש אויף גאר אן איידעלער אופן, און מ'נוצט אסאך דעם סקעיל מיטן 'דעבקע' סטייל ביעט.
כאטש וואס איבער די וועלט איז די פרעגיש סקעיל שטארק אומבאקאנט, פונדעסוועגן איז דאס גאר פאפולער אין די היימישע וועלט, און בפרט ביי ניגוני חב"ד.

(פון וויקיפידיע:
This scale occurs in Indian, Middle Eastern, Eastern European, Central Asian, and Flamenco music. It is common in Arabic and Egyptian music, in which it is called Hijaz-Nahawand or Hijaz maqam, and used in Hebrew prayers and Klezmer music, where it is known as Ahava Rabbah, Freygish or just the “Jewish scale”, and is called Dastgāh-e Homāyoun in Iran.[citation needed] It is the most common scale in North Indian classical raga Hijaz Bhairav (Basant Mukhari) and South Indian raga Vakulabharanam.)

אט איז א טיילווייזע ליסטע:

ד' בבות (בעל התניא)
ניגון ג-ט פון אברהם
א גוטע וואך
ויהי נועם
אמנם ויז׳ניץ

רומעיניען / דאריען סקעיל - משפחה 3/ נומער 4

WHWhHWHW / 1,3,4,7,8,10,11

די רומעיניען סקעיל איז אויך גאר א נאנטער קרוב מיטן מיינאר. זיין גאנג איז ווייטער פונקט ווי דער מיינאר, נאר די 4ט און 6ט זענען געשארפט. און דאס געבט אים אזא הארציגע ציפ.
די רומעיניען סקעיל איז זייער בעטנדיג און ווארעם, עס פארמאגט אין זיך א קרעכטס וואס דרינגט אריין אין די טיפעניש פון די נשמה.
דער סקעיל ווערט נישט באנוצט ביי אונז זייער אפט, אבער אויך נישט אזוי זעלטן.
(פון וויקיפידיע:
In Jewish and Roman music the altered Dorian scale may be called the Misheberak (May He Who Blessed) scale. It may also be called Av horachamin (Compassionate Father), Mi Shebeyrekh, and Misheberach.)

אט איז א טיילווייזע ליסטע:

גוט שבת (וויזניץ)
האפ קאזאק - דריטע פאל
ואיל פינו, אין אנחנו…

הארמאניק מיינאר סקעיל - ראש משפחה 3

WHWWHWhH / 1,3,4,6,8,9,12

הארמאניק מיינאר איז א געהעריגע מיינאר סקעיל, נאר די 7ט איז געשארפט. (רוב מאל וועט מען עס באמערקן וועט מ'גייט אראפ נאכן A, אז אנשטאט צו גיין צום נידריגן G וועט עס גיין נאר א האלבע צום #G).
מ'וועט כמעט נישט טרעפן א ניגון וואס זאל בלויז לויפן אויף הארמאניק, רוב מאל איז עס נאר עטוואס אראפצופארן פונעם מיינאר סקעיל כדי צו שענער מאכן דעם ניגון. אט איז א ליסטע:

קלי אתה - ערשטע פאל
יודו לשם - ערשטע פאל (די צווייטע פאל איז פרידזשיען)
כד יתבין ישראל

פרידזשיען סקעיל - משפחה 1/ נומער 3
HWWWHWW / 1,2,4,6,8,9,11

די פרידזשעין סקעיל איז פונקט ווי דער הארמאניק מיינאר, נאר אנשטאט דער זיבעטער וואס איז שארפ, איז עס דער 2נד.
גענוי ווי דער הארמאניק וועט מען בלויז נוצן די פרידזשיען צו ענדיגן א פשוט'ע מיינאר ניגון שענער. א דוגמא:

א שיינעם חלום - און פון שלאף האב איך זיך אויפ'גע'כאפט.

מעלאדיק מיינאר סקעיל 1,3,4,6,8,10,12
ראש משפחה 2

די מעלאדיק מיינאר סקעיל איז גאר אינטערסאנט. ווייל ס׳איז בעצם צאמגעשטעלט פון צוויי סקעילס! אויפן וועג ארויף איז עס א מעלאדיק מיינאר און אויפן וועג אראפ איז עס א געהעריגע מיינאר (Aeolian Mode). הערט א גוטן ביישפיל דערפון ביים תורה ניגון.

תורה ניגון - ר׳ יו״ט ערליך

מיקסאלידיען סקעיל 1,3,5,6,8,10,11
משפחה 1/נומבער 5

רומעניע רומעניע

ס׳איז דא ניגונים וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון אפאר סקעילס.

חסל סידור פסח - מיינאר, פרעיגיש, מעידזשער
יאקאב - הארמאניק מיינאר, מיינאר, רומעניען, מעידזשער

..........

דאס וואס מיר ווייסן אז מעידזשער איז פרייליך און מיינאר איז טרויעריג, מיינט נישט אז דארט ענדיגט זיך עס. ס׳איז דא מער אויפגעלייגט ווי מעידזשער און ס׳דא מער טונקל פון מיינאר.
לאמיר אויסרעכענען נעמען פון Modes אויסגעשטעלט לויט געפיל פון ליכטיג אויפגעלייגט צו שווארץ טונקל. (ווען מ׳שרייבט נידערט... מיינט מען בהוספה צו בעפאר, מוסיף על הראשונים)

Lydian הייבט דעם 4ט א האלבע
Ionian אלס ווייס אויפן סי מעידזשער
Mixolydian נידערט די 7ט א האלבע
Dorian נידערט אויך די 3רד א האלבע
Aeolian נידערט אויך דעם 6ט א האלבע
Phrygian נידערט אויך דעם 2׳ט א האלבע
Locrian נידערט דעם 5ט א האלבע

נאך פאפולערע סקעילס וואס מ׳הערט צומאל אויף סידיס און חתונות איז די דזשאז jazz סקעיל וואס איז גאר א קאלירפולע און די בלויז blues סקעיל וואס איז גאר קונצלעך און פאדערט פיל מומחיות.
דזשאז קען מען נוצן צו אימפראווייזן באלד אויף יעדע ניגון וויבאלד די יסוד איז א 7 קאורד איז לייגט מען צו נאך איין נאט צום 3 טענעריג קאורד און ס׳הערט זיך מער קאלירפול און דיפרענט. (פרובירט עס אויס, דרוקט דעם a, c, d ,f און איר האט אייער ערשטע דזשאז קאורד).
די מער טאלאנטפולע שפילער ניצן עס גאר אפט צו באגלייטן די ניגונים. מ׳האט שוין געזען שפילער וואס ביים אינטערלוד פון א ניגון קומען זיי אריין מיט הערליכע בלויז שטיק.
אנדערשט ווי געוויסע מיינען איז דזשאז אינגאנצען נישט קיין ווילדע מוזיק. ס׳איז א טעות מיסודו. מאנכע פארטוישן עס אפי׳ מיט טעקנאו; ״ביי די חתונה האט געבאמבערט דזשעזי מוזיק״… דזשאז איז סך הכל א קאלירפולע און רואיגע מוזיק סקעיל.
בלויז איז גאר א פרייליכע סקעיל און לייגט אין א גוטע גיסטע. ס׳איז נישט אזוי שטייף און מסודר ווי אנדערע סקעילס. ס׳איז געוואלדיג גרינג צום אויער און דערהייבט דעם מוט.

..........

יעדע סקעיל רעפרעזנטירט א צווייטע סארט לעבנסשטייגער און סערווירט א צווייטע קולטור. פאר אונז קוקן גאר אסאך סקעילס אויס ווי א מיאוס'ע צוזאמשטעל פון טענער אן קיין שום שיינקייט, אבער אין פאקט ווערט דאס ברייט באנוצט דורך א געוויסע ווילד-פרעמדע שבט ערגעצוואו. און די זעלבע איז פארקערט, זיי וועלן אנקוקן די הערליכע סקעילס אויף וועלכע אונזערע ניגונים זענען געבויעט ווי מאדנע תנועות וואס מ'קען קוים נאכזינגען, און זיי וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די שיינקייט דערפון.

.........

וויפיל סקעילס איז דא?

אז ס׳איז דא צוועלעף נאטן אין אן אקטעוו איז די מינומים קאמבינאציע איין נאט, און די מערסט צוועלעף. פשוט.
(גראדע די צוועלעף נאטן סקעיל פארמאגט אפי׳ א נאמען ׳קראמאטיק׳ און ווערט כסדר גענוצט אין פארשידענע סארטן מוזיק)
איז לאמיר מאכן דעם חשבון:
12 איין נאט סקעילס = 12
66 צוויי נאטן סקעילס = 66
און אזוי ווייטער
1 צוועלעף נאטן סקעיל = 1
צוזאמען קומט עס אויס 4,095
מיר האבן אבער נאכנישט אריינגענומען אין חשבון אז יעדע סקעיל קען מען אנהייבן אויף אלע צוועלעף טענער… און טעכניש הייסט עס נאך א סקעיל, איז ווען מ׳רעכנט אלעס צוזאם קומט מען אן צו די שטוינענדע מספר: 24,576
(מיר האבן נישט אריינגענומען אין חשבון די וואס צוטיילן אן אקטאווע אין 24 חלקים ווייל די קאפ וועט אנהייבן שווינדלען)

...........

מ׳פרובירט צוזאמצושטעלן א ליסטע פון ניגונים אין פארשידענע סקעילס, ווער עס קען צולייגן א האנט תבוא עליו ברכה.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 8:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נישט געלונגען צו לייגן אויבן מער ווי דריי בילדער

רומעיניען / דאריען סקעיל - משפחה 3 / נומער 4

Dorian.png
Dorian.png (5.07 KiB) געזען 2747 מאל

הארמאניק מיינאר סקעיל - ראש משפחה 3

Harmonic minor.png
Harmonic minor.png (5.06 KiB) געזען 2747 מאל

פרידזשיען סקעיל - משפחה 1 / נומער 3

Phrygian.png
Phrygian.png (5.08 KiB) געזען 2747 מאל
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

!!!!

צו וויסן אזויפיל איז איין זאך, אבער עס אראפצולייגן אזוי זאפטיג דארף מען הייסן כינור...

-
גאר אסאך אינפא דאסמאל. כ'דארף צייט דאס צו פראסעסן...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15323
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

Wow
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7448
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

WOW! דאס איז נעקסט לעוועל ידיעות. דיין שפראך איז נישט סתם קלאר און רייך.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אדורכבליקנדיג אפאר אשכולות, (און מיט די הילף פון א זמירות...), האב איך צאמגעשטעלט א שטיקל ליסטע פון אלע פאפולערע סקעילס. איך וועל עס לייגן אין באזונדערע תגובות כדי מ'זאל קענען צוטירן און צולייגן.

דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם...

(אסאך פון די ווערטער האבן עטליכע ניגונים דערויף, ביטע אריינפילן די פראגע צייכענעס אז מ'זאל וויסן פון וועלכע מ'רעדט).
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

מיינאר סקעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

1,3,4,6,8,9,11 / WHWWHWW

• שומרי מצותיה
• רחם בחסדך (?)
• משוך
• אך לאלוקים דומי נפשי
• פנה לעלבון
• מלך שוכן עד
• כה אמר ה'
• אתה הראת לדעת
• והנה ה' נצב עליו
• בכל צער וצער
• מה תשתוחחי (משולם גרינבערגער)
• דאווענען (יונגערליך)
• עד הנה
• מודה אני לפניך ה' אלוקי
• אהללה אלוקי
• כי כל פה לך יודה
• כי רוצה ה' בעמו
• לעשות נחת רוח
• אהבת עולם תביא להם
• הושיעה את עמך
• זכור אהבת קדומים
• ועל חסדך הגדול
• ניגון באבוב, חוץ די אריינפיר צום הויכן פאל
• מלוך על כל העולם כולו
• לשנה הבא בירושלים
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

מעידזשאר סקעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

1,3,5,6,8,10,12 / WWHWWWH

• עוד ישבו (יאסי גרין)
• המלאך הגואל אותי
• אבל מלך עליון (אהרל'ע סאמעט) – ערשטער פאל
• ונגלה כבוד ה' (סקולען)
• חכו ממתקים (?)
• ניגון חופה (מי בן שיח)
• ויהי בישורון מלך
• קול רנה וישועה
• כבודו מלא עולם (?), חוץ ביי 'איה מקום כבודו'
• ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו
• א איד צו זיין איז טייער, חוץ 'לאמיר אלע טאקע זיין'
• מיר אידעלעך אינאיינעם
• הזן את העולם
• אור חדש (סקולען)
• מה תשתוחחי (סקולען)
• ופרצת
• משכינו אחריך נרוצה
• וראה בנים
• בצאת ישראל ממצרים (?ישן?)
• מעוז צור (?)
• משנכנס אדר
• שושנת יעקב (?)
• בר אילעא
• [נוסח לכו נרננה]
• [נוסח חזרת הש"ץ לשב"ק, ביז קדושה]
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”