מוזיקפידיע
לכבוד׳ן געקרוינט ווערן אלס שר מאה , עפענען מיר א שפאגל נייע אשכול דאהי אינעם היכל הנגינה וואס וועט בעזר הויה זיין אינטערעסאנט און אינפארמירנד פארן עולם.
מיר וועלן דא דורכטוהן און מסביר׳ן וואס איז די באדייט פון נוסח/שירים/פיוטים/ארטיסט/קאמפאזיטער/דיכטער/גראמער/זינגער/אררעינדזשער/פראדוסער/מיקסער/מעסטער/חזנות/ארקעסטרא/פילהארמאניע/
קאנדוקטער/טעמפא/בענד/קווארטעט/קלאסיקעל מוזיק/דזשאנרעס/קווייער/אינסטרומענטן און אלס אנבאלאנגט נגינה.
בכלל וועט מען ארום רעדן וואס מיינט דאס א גוטע קאמפאזיציע, ווי אזוי דארף א ניגון געבויט ווערן, וואס איז די דזשאב פון אן אררעינדזשער, וואס מיינט חסידישע נגינה, ווי שטיי מיר היינט אא״וו.
און יעדע אנדערע ווארט אדער קאנסעפט וואס איינער וויל פארשטיין קען ער דא אנפרעגן און דער וואס ווייסט קען ענטפערן.
מיר וועלן בעזר הויה אנהייבן מיט ארטיסט. וואס מיינט דאס? איינער וואס קען מאלן? אדער איז טאקע יעדער זינגער וואס שטייט אויפן טרעק ״ארטיסט״, אן ארטיסט?
בשם השם נעשה ונצליח.