Re: נייעס און קרישקעלעך פון לינדען, ניו דזשערזי, והגלילות
וויפיל משפחות שיקן און די מוסדות?על פי פשטות האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 17, 2024 1:01 pmדאס האט עס טאקע אנגעווערשאפט, משה לאנדא האט זיך שוין אפגעשאקלט פון דעם מוסד מער ווי 3 חדשים צוריק, און זינט דאן האט מען נישט געצאלט קיין סטעף.זקן שקנה חכמה האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 17, 2024 12:43 pmנעכטן נאכט אין א ראבא קאל איז געמאלדן געווארן פון די צענטראלע מוסדות בראשית הרב משה לאנדא שליט"אאז עס איז נישט אין פלאן אז עס זאל זיך עפענען אופן זיממער און אויפן קומעדיגען שנת הלימודים.
מען פארלאזט זיך אויף חסדים פונעם רבש"ע אויף ווי צו פלאצירן די הונדערטער קינדער וואס בלייבן אן א מוסד.
אביסל פאר פסח האבן זיך א גרופע אינגערלייט - בעלי בתים - זיך אריינגעלייגט דעראין און פרובירט אפצוראטעווען וואס שייך, מען האט געמאכט דעם קאמפיין, אויפגענומען א נייער מנהל, אפגעזאגט טיטשערס\סעקראטארן, און פארשפראכן צו צאלן פון פסח און ווייטער.
למעשה, ווי זיי געבן איבער, האט די קאמפיין נישט אריינגעברענגט די נויטיגע סכום אויפצוהאלטן דעם מוסד, דעראיבער אן קיין אנדערע אויסוועג מוז מען עס שפארן.
צו מען האט אלעס געהאנדלט יושר'דיג און גראד, גייעך נישט אריין, אבער דאס זענען די פאקטן...