ביז דעם אויספיר האב איך נישט געוויסט וואו דו פירסט אונז.
אין א זייטיגע נאטיץ, איך האב שוין געזעהן לע"נ טאוולעך אויף בתי כבוד (נאך נישט אויף יעדע איינ'ס באזונדער, אבער יא אויף דעם שער הראשי).
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קבלו מהם, יוסי בן יועזר איש צרדה אומר, יהי ביתך בית ועד לחכמים. זאגט די הייליגע רמב''ם, דו זאלסט מאכןדיין הויז זאל זיין א סימבאל פאר אסיפת חכמים, אויב וועלן די חכמים זיך וועלן צוזאמקומען אויף א פלאץ, זאל יעדער וויסן גלייך, אה מ'גייט אין ככר השבת..דיין הויז זאל ווערן א ברענד נעיםפאר תלמידי חכמים ווען זיי ווילן זיך צוזאמקומען..
והנה און אט ס'נאך פסח האף מיר אז די רב וועט ווייטער ממשיך זיין נאך אלעם איז די יאר די ערשטע זומער מיט די לייק קנעפל אולי וועט די יאר זיין אפי' מער שיעורים ווי אלע יארן לכבוד די לייקס
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך: ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישטהנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממשאגרא דכלה פרשת בהר
והנה און אט ס'נאך פסח האף מיר אז די רב וועט ווייטער ממשיך זיין נאך אלעם איז די יאר די ערשטע זומער מיט די לייק קנעפל אולי וועט די יאר זיין אפי' מער שיעורים ווי אלע יארן לכבוד די לייקס
כא'מזל ס'איז דא לייק קנעפל, אזוי האב איך באקומען אפאר פראסקעס פון דעם אשכול, שוין אינגאנצן פארגעסן דערפון...
אהמממ.. אקעי, לאמיר אנגרייטן דעם שטימע..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
ביי די לעצטע באנק אין סמעדרעש אין אייראפא, איז דא א לאנד מיטן נאמען אוקריינא.. דארטן איז דא א געהעריגע רעגירונג מיט א פרעזידענט און א גאנצע פארלימענט ווי מ'שפיעלט הויז.. איינער איז די טאטע און די צווייטער איז די מאמע און דער דריטער איז די גנב.. נאכדעם טוישט מען פאזיציעס שטייצעך.. ס'איז א עכטע לאנד, למשל ביינונז האט יעדער א דירה, און אין די דירה האט מען א קליין שטיבל פאר א בית כבוד ווען מ'ברויך.. דארטן איז עס מער פארגעשריטן, ס'גאנצע לאנד איז איין גרויסע בית כבוד.. און יעדער קען געניסן פונעם ריח אן קיין דיסקרימינאציע..
ויהי בימים ההם, און ס'האט זיך פארגליסט פאר המלך פוטין צו מאכן ארדענונג אין יענעם סמעדרעש.. טוצעך א הפקר וועלט דארטן, מ'שמועסט ביים לייענען, מ'רעדט אויפן רעבין.. א שול פון מחוצפים מ'ברויך קעיר נעמען.. בעיקר שטייצעך איז די מי שברך ביים בלעמער וואס מ'דארף זעהן דאס זאל גיין פאר די מוטער רוסלאנד.. און שטייצעך מיט דעם וועט שוין מיטגיין דעם גרויסן בעעעעבור מיטן ניגון הידוע (די רוסישע ניגון.. ברענגטס מיר נישט קיין נייע ניגונים.. ) וואס די ציבור וועט מנדב זיין פאר קהל'ס קאסע..
איז דער בחור געקומען מיט א גאנצע יפ''א מיליטער באוואפענט מיט קאניאק און זעקס און נייציגער.. מ'האט ארויסגעשלעפט אלע אלטע פויערן וואס דענקן נאך דעם רעבין סטאלין אין די געזונטע יארן.. און ס'איז געגאנגען א קאראהוד אין די גאסן.. ס'לעבעדיג מ'שיסט זיך אויס איינער דעם צווייטן, אראפ מיט די נאצי'ס.. און אמעריקא לאכט א גוט'ס.. והנה, אמעריקא אפפערט פאר אוקריינא הילף.. סע'נייעס.. ס'עפעס איז אמעריקא אזא לב טוב? מ'שיקט טאנקן, מיסיל'ס, דזשעלי בינס, ריזיגע קמחא דפסחא פעקלעך, ס'לעבעדיג, ס'דא געלט.. און אויב איז דעס נאכנישט גענוג, שיקן זיי בינטלעך מיט קעש ס'זאל זיין.. מלך ביפיו תחזינה מישרים.. ס'קינד דארף דאך האבן עפעס קידוש צו מאכן פארן לייענען, נו זאל שוין זיין פאר נאך מוסף אויך.. האלאוי, וואס איז די גרויסע תיקון געטיילעכטץ? סתם אמעריקא שיקט שבת פעקלעך שלא על מנת לקבל פראסק? מ'לעב מיר אין א עולם התיקון? טוצעך אמעריקא האט א כעוורע קנין ספרים, און מ'טיילט שטריימלעך, הא? אזא רבי ישעי ב''ר משה אין ענגליש..
מ'טיילט נישט אומזינסט.. אמעריקא איז אן אינוועסטירער.. זיי קויפן אפ לענדער.. שטייצעך פאר חצי בחנם.. לאמיר זאגן אוקריינע איז ווערט טריליאנען אויף די מארקעט וועליו, אמעריקא קויפט עס פאר שווערע ביליאנען, אנשטאט טריליאנען.. און נאכער גייט די מי שברך'ס מיט די פדיונות פאר די היזיגע קאסע.. אזא זה נהנה וזה בענענע מעשה.. איך שטעל צו די וואך נאכט מיט די באווארפן, און אונז וועלמיר זיך פארעכענען שפעטער, איא?! ווען מ'וועט ברויכן ווארפן פאשקעווילן זיך אנצונעמען פארן רעבינס קאוועד וועל מיר האבן עסקנים דארטן אין אוקריינע איא? מ'וועט אונטערשרייבן די קול קורא'ס ווען מ'דארף, נו שוין ביני ובינך מה היא.. וועסט זעהן ארויסצוטראגן פון סמעדרעש די וואס שמועסן ביים לייענען, און די וואס רעדן אויפן רעבין שטייצעך זיכער.. הקיצור, אוקריינא זאל געדענקן אז אמעריקא איז היינט בעל הבית אין לאנד, און אוקריינע איז נישט מער ווי אן אורח.. וויאזוי גייט נאר די שפרוך ווארט? ווער ס'האט די מאה האט די גניבה.. עפעס אזוי.. דענק נישט פונקטליך..
★★★
דער הייליגער אברבנאל טייטש, ווילסט קונה זיין תורה?יהי ביתך בית ועד לחכמים, מאך דיין הויז פאר א בית המדרש ווי די חכמים זאלן קענען לערנען.. אבער, מיט צוויי תנאים.. איינס, ווער מיר יעצט נישט אמעריקא און פיהר דיר מעשה בעל הבית.. ניין, בוזט אן אפגעריסענע אורח..והוי מתאבק בעפר רגליהם,בוזט אן אורח, פארשטאנען?! די חכמים קומען דיר נישט גארנישט.. זיי זענען דא בעל הבית אין דיין הויז, און זאלסט זיכער מאכן אז זיי שפירן טאקע אזוי.. דו האסט געגעבן דיין הויז פאר זיי צו זיין פולקאם בעל הבית.. און דו זאלסט ניטאמאל פילן אז דו האסט זיי עפעס געגעבן.. נאר פארקערט, דו בוזט אן אורח ביי זיי.. און צווייטענס,ושותה בצמא את דבריהם, קיין חילוק ווי לאנג דו לערנסט ביי זיי, עס זאל זיין ביי דיר געשמאק אייביג זייערע רייד, זיי זאלן נישט וועפן ביי דיר.. קיין חילוק ווי לאנג דו דרייסט דיך דארטן, און וויפיל דרשות האסט שוין געהערט פון זיי.. אלס זאל זיין ביי דיר ווי פרישע ווארע, א שיין שטיקל חזנות מיט חידושים נפלאים ווי קיינמאל בעפאר.. עס קריכט נישט פון די נאז לעכער, מ'טרונקט עס מיט דורשט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
והנה און אט ס'נאך פסח האף מיר אז די רב וועט ווייטער ממשיך זיין נאך אלעם איז די יאר די ערשטע זומער מיט די לייק קנעפל אולי וועט די יאר זיין אפי' מער שיעורים ווי אלע יארן לכבוד די לייקס
כא'מזל ס'איז דא לייק קנעפל, אזוי האב איך באקומען אפאר פראסקעס פון דעם אשכול, שוין אינגאנצן פארגעסן דערפון...