Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
זיי פלעגן אלץ דאווענען אין ישיבה, פארברענגן און שמועסן מיטן ראש ישיבה, זיי פלעגן שטיצן די ישיבה, פון צייט צו צייט פלעגן זיי ארויסנעמען דעם ראש ישיבה זז"ג פון די כלים מיט זייערע שיטות... אבער זיי זענען נאך אלץ געקומען און געווען שטיצער
געדענקן מיר איימאל אינמיטן דאווענען שבת (פאר עפעס א סיבה האט מען געדאווענט יענע שטיק צייט, אין די נייע פארלערן שטוב נעבן די קאווע שטוב...) האט מען געגעבן אן עלי' פאר איינער פון די ברידער, ווען ער האט געענדיגט אשר נתן לנו... האט ער געגעבן א הייב אינטער דעם ספר תורה און שנעל געזאגט הויך "יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד"
דער עולם איז געבליבן פארגאפט, פארגליווערט, פארציטערט, וואס גייט יעצט דער ראש ישיבה טוען...?
דער ראש ישיבה האט גארנישט ראגירט...!
יענער שבת איז געווען שבת ראש חודש, דער עולם זינגט זיך אינטער דעם מי שעשה ניסים לאבותינו, עס בלייבט שטיל, מען ווארט דער ראש ישיבה זאל אנהייבן מי שעשה... עס איז שטיל און דער ראש ישיבה הייבט אן א דרשה, וואס דארף מען מער זאגן ווי דעם אז ער האט זיך געשטעלט אויף די "הוא יגאל אותנו".. דער דרשה איז געווען פלאם פייער כדרכו בקודש
די ערשטע חלק פון די מעשה ענדיגט זיך אז די צוויי נגידים זענען ארויסגעלויפן פון דארט נישט-אזוי-צופרידן...
די פארזעצונג זאל אנדערע איבערנעמען איך געדענק נישט פונקטליך