זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
זכרונות פון די פארגאנגענע יארן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
א באזונדערע פארגעניגן איז געווען דער שיינער ריזיגער היכל אוצר הספרים מיט א ריזיגער אויסוואל פון ש״ס ופוסקים ונו״כ, אלע ספרי חסידות, באמת געווען א געשמאק, און האט געדינט אלס פאדער צימער פונעם ריזיגן היכל ביהמ״ד ״היכל משה אהרן״, לינקס איז געווען די עזרת נשים פאר שב״ק ווי די רביצין פלעגט מיטהאלטן די תפילות, און האט אויך געדינט אלס פארלערנען צימער אין די וואכן טעג, אה שיעור נישט פארגעסן די קאווע שטובל דארט ביים זייט…
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
געוועקט האט מען 4:45 פארטאגס!! הר״ר אהרן ווייס דער מוהל איז געווען דער וועקער א היבשער תקופה, 5:15 האט מען געדארפט זיין אין ביהמ״ד נאך די מקוה! דאן האט מען איינמאל געצייכנט, ווער ס׳איז אנגעקומען 5:30 ווען מ׳האט דא צווייטע מאל געצייכנט האט נאך געפעסט, 5:35 האט מען שוין אריינגעגעכאפט ערנסטע פסקים אזש יעדער האט זיכער געמאכט צו זיצן ביי די גמרא פארדעם… מ׳האט זיך נישט געזוכט דעם פסק.
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
מ׳האט פלייסיג געלערנט פארטאגס כמעט 2 שעה! נאך 7:00 האט מען געקענט לערנען חסידישע ספרים 7:30 איז מען זיך געגאנגען גרייטן צום דאווענען, טייל בחורים זענען דעמאלט געגאנגען אין מקוה, 8:00 איז געווען הנחת תפילין, א ווארימע שחרית כדבעי, פרישטאג האט מען געגעבן מיט א ברייטקייט, און נאכדעם האט מען געלערנט ספרי מוסר, עפי״ר חובת הלבבות יעדן טאג לכה״פ 15 מינוט, און ממשיך געווען ווייטער דעם שיעור עיון במשכן פארמיטאג, יאפ, מ׳האט גוט געלערנט, כמעט יעדער האט זיך פארהערט אויסנווייניג און גוט געקענט אלע לימודים.
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
ביי לאנטש האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט שפאצירן איבער די שטעגן און וועגן, שפאצירט אויפן פארפרוירענעם טייך אין ווינטער, און איבער די פעלדער און וועלדער און זוממער, טאנזמאן ראוד אראפ ביז בעסט וועסטערן, און ארויף ביזן טרעיל צום וואלד, אדער נאך ווייטער, מ׳האט זיך גוט אויסגעלופטערט, יעדער תלמיד האט פיל מיט זכרונות, טייל האבן געשריבן די שמעתות, טייל חידושים, טייל בריוון, וכדו׳.
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
נאכמיטאג האט מען ווייטער אנגעהאלטן די שיעור פשוט, ושו״ע, דערנאך מנחה, און דער ברייטער נאכטמאל, נאכט סדר איז שוין געווען אביסל רואיגער, די בחורים זענען שוין עפי״ר געווען אויסגעמוטשטעט, 8:45 האט מען געדאוונט מעריב, דאכט זיך זומער אויך, ס׳איז ממילא געווען קעמפ זייגער, און 9:30 האט מען דארפט האבן אנגעגרייט נעגל וואסער און ליינען קרי״ש, און זיך גרייטן אין בעט, 10:00 שארף האט געדארפט זיין שא שטיל אויפן גאנצן שטאק, און אין יעדן צימער, די משגיח האט נישט אפגעטרעטן ביזן ערשטן אשמורה, ווען די זריזים מקדימים האבן שוין אנגעהויבן אויפצושטיין…
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
יא, מ׳קען נאך אסאך שרייבן…
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
די נקודה האט געשריבן: געוועקט האט מען 4:45 פארטאגס!! הר״ר אהרן ווייס דער מוהל איז געווען דער וועקער א היבשער תקופה
ר' אהרן ווייס איז א תלמוד הישיבה
וואו! די געדענקסט די זמנים מיט אזא פונקטליכקייט! (שכוח פאר מיך דארמאנען פון "חדר קאללער")
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
הרב שמואל אהרן טענענבוים וואס גיט היינט ארויס ״ניצוצי תומר״ און ״ימי מלך״ ועוד ספרים האט דעמאלט ארויסגעגעבן נאך אין ישיבה א גליון מיטן נאמען ״אוצר המנוצר״
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
חבל על דאבדין.
א גרויסן ישר כח פאר בוגרי ישיבת טשאטה פאר'ן מאכן אזא געוואלדיגע און וויכטיגע ארבעט. דאס דארף מען פאראייביגן אין א ספר/בוך.
א גרויסן ישר כח פאר בוגרי ישיבת טשאטה פאר'ן מאכן אזא געוואלדיגע און וויכטיגע ארבעט. דאס דארף מען פאראייביגן אין א ספר/בוך.
- נישט אלעס איז אמת
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
- לאקאציע:אין א וועלט פון שקר
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
נארפאקטן האט געשריבן:די נקודה האט געשריבן: געוועקט האט מען 4:45 פארטאגס!! הר״ר אהרן ווייס דער מוהל איז געווען דער וועקער א היבשער תקופה
ר' אהרן ווייס איז א תלמוד הישיבה
וואו! די געדענקסט די זמנים מיט אזא פונקטליכקייט! (שכוח פאר מיך דארמאנען פון "חדר קאללער")
"חדר קאללער" און "חדר וויטריאל"
דענק איך ר' שמואל יעקב נאה איז געווען דער וועקער
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:נארפאקטן האט געשריבן:די נקודה האט געשריבן: געוועקט האט מען 4:45 פארטאגס!! הר״ר אהרן ווייס דער מוהל איז געווען דער וועקער א היבשער תקופה
ר' אהרן ווייס איז א תלמוד הישיבה
וואו! די געדענקסט די זמנים מיט אזא פונקטליכקייט! (שכוח פאר מיך דארמאנען פון "חדר קאללער")
"חדר קאללער" און "חדר וויטריאל"
דענק איך ר' שמואל יעקב נאה איז געווען דער וועקער
ער איז שוין געווען א אינגערמאן? אדער ער האט געוועקט אלץ בחור אין ישיבה
- נישט אלעס איז אמת
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
- לאקאציע:אין א וועלט פון שקר
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
נארפאקטן האט געשריבן: וועד אמרות טהורות
שמואל דוד טירנויער
נטע פארקאש
טעיפס און אודיוא
?
שמואל מרדכי טירנויער.
און די טעיפס האט באלאנגט פאר'ן זעלבן וועד.
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
רב קרינסקי זאגט מיר אז די בחורים פלעגן שווימען ביי אים.
איז דעס געווען אפיציעל מטעם הישיבה?
איז דעס געווען אפיציעל מטעם הישיבה?
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
ניין! מען איז אפציעל געגאנגען אומאפיציעל, די בחורים פלעגן זיך אריינ'גנב'ן אין די ליובאוויטשער סווימינג פול, צומאל איבערקריכן די געיט. אבער אפילו די פיינע בחורים פלעגן גייען.
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
צוויי ניגונים וואס א בחור האט קאמפאזירט ביי איינע פון די שמחות בבית הראש ישיבה שליט"א
https://drive.google.com/file/d/1rdw3tq ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1pl5BI5 ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1rdw3tq ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1pl5BI5 ... sp=sharing
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3360
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
נארפאקטן האט געשריבן: צוויי ניגונים וואס א בחור האט קאמפאזירט ביי איינע פון די שמחות בבית הראש ישיבה שליט"א
https://drive.google.com/file/d/1rdw3tq ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1pl5BI5 ... sp=sharing
די ערשטע ניגון, די לעבעדיגע, איז מפורסם געווארן ביי א חתונה בבית אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, דאכצעך הרב יואל שמעון פריעדמאן שליט"א.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
נארפאקטן האט געשריבן: צוויי ניגונים וואס א בחור האט קאמפאזירט ביי איינע פון די שמחות בבית הראש ישיבה שליט"א
https://drive.google.com/file/d/1rdw3tq ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1pl5BI5 ... sp=sharing
די ערשטע איז געווען אויף א טעיפ בחצר סאטמאר מהר"יי, דאכט זיך אויף ונזכה, סיון תשס"ח
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
די נקודה האט געשריבן: ביי לאנטש האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט שפאצירן איבער די שטעגן און וועגן, שפאצירט אויפן פארפרוירענעם טייך אין ווינטער, און איבער די פעלדער און וועלדער און זוממער, טאנזמאן ראוד אראפ ביז בעסט וועסטערן, און ארויף ביזן טרעיל צום וואלד, אדער נאך ווייטער, מ׳האט זיך גוט אויסגעלופטערט, יעדער תלמיד האט פיל מיט זכרונות, טייל האבן געשריבן די שמעתות, טייל חידושים, טייל בריוון, וכדו׳.
עפעס א צונאמען האט בעסט וועסטערן געהאט,
פארברעגט מיט די אלטע פולישע אידישע כופרים נעבעך
שבעה מי יודע!?
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
zibala האט געשריבן:די נקודה האט געשריבן: ביי לאנטש האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט שפאצירן איבער די שטעגן און וועגן, שפאצירט אויפן פארפרוירענעם טייך אין ווינטער, און איבער די פעלדער און וועלדער און זוממער, טאנזמאן ראוד אראפ ביז בעסט וועסטערן, און ארויף ביזן טרעיל צום וואלד, אדער נאך ווייטער, מ׳האט זיך גוט אויסגעלופטערט, יעדער תלמיד האט פיל מיט זכרונות, טייל האבן געשריבן די שמעתות, טייל חידושים, טייל בריוון, וכדו׳.
עפעס א צונאמען האט בעסט וועסטערן געהאט,
פערימאנט האטעל
פארברעגט מיט די אלטע פולישע אידישע כופרים נעבעך
פלעגן ספעצעיל זיין אסאך פון די חברה דארט, און די אלע זענען שוין געווען כופרים פארן קריג נעבעך,
עס שטייט שוין נישט היינט דער האטעל, בשנת תש"ס האט תולדות אהרן'ע רבי געפירט דארט א שבת התאחדות צווישן חסידיו ואנשי מעשיו.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט
יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
נארפאקטן האט געשריבן: צוויי ניגונים וואס א בחור האט קאמפאזירט ביי איינע פון די שמחות בבית הראש ישיבה שליט"א
https://drive.google.com/file/d/1rdw3tq ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1pl5BI5 ... sp=sharing
עס זענען געווען א פאר ניגונים קאמפאזיר'ס אין ישיבה:
הר"ר שרגא צבי שמילאוויטש שליט"א כהיום מנכבדי עיר בלומענבערג
הר"ר חיים יצחק רומפלער שליט"א כהיום אחד מהכ"ק לבית רומפלער בירושלים
ועוד ועוד
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט
יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
הר"ר חיים יצחק האט געזינגן אויפן קווייער, (ווי אויך מענדל בער נאה), ער האט געמאכט ניגונים אויך?
Re: זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה
קיץ תשנ"ד
כהאב אויסגעמעקט די צייכענעס מחמת כבודום של הבחורים דאז, דאס איז א פארטאגס צייכענען צעטל, אז דער עולם וועט ווילן די צייכענעס וועל איך עס איבערלייגן,
כהאב אויסגעמעקט די צייכענעס מחמת כבודום של הבחורים דאז, דאס איז א פארטאגס צייכענען צעטל, אז דער עולם וועט ווילן די צייכענעס וועל איך עס איבערלייגן,
- אטעטשמענטס
-
- טשאטא קיץ תשנ"ד
- IMG_20210729_201609.jpg (268.41 KiB) געזען 1622 מאל
Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה
בן מנחם האט געשריבן: סיון תשנ״א, איז פארגעקומען א גרויסע ״חנוכת הבית״ פארן בנין אין פארקסוויל נ.י. מיט א ״הכנסת ספר תורה״ געשריבן דורך הרבני ר׳ יעקב יואל באנדא ז״ל - פון די גרויסע טשאטער חסידים.
עס איז פארגעקומען מיט גרויס פּאראדע אנגעהויבן מיטן הכנס״ת אין קרית יואל ארויס פון שטוב פון ר׳ יעקב יואל ע״ה.
דערנאך איז דער עולם געפארן מיט קארס / באסעס קיין פארקסוויל. דארט איז פארגעקומען די ריקודים אינעם היכל הישיבה. דערנאך די סעודה לגמרה של תורה אינאיינעם מיטן ״חנוכת הבית״
עס איז אויך פארגעקומען במשך השנים פון תשנ״ג - תשנ״ד - נ״ה אפאר שיינע שמחות בבית הראש ישיבה, רב ור״מ טשאטה שליט״א. מיט גרויס פּאראדע. צוגעשטעלט מיט אלע קליפערלעך פון א גרויסע רעבישע הויף, שיינע לעקטראנישע שמחה טאוועלן, קרוינען, פידלעך, און אויך ספעציעלע נייע קאמפאזירטע ניגונים. ווי הונדערטער געסט זענען געקומען צופארן לעשות את השבת מיטן ר״י.
אויך פלעגן דארט פארקומען גרויסע כ״א כסליו - כ״ו אב מסיבות. מיט הונדערטער באטייליגטע. ובראשם רבנים.
תיקון טעות: איבערגייענדיג די זכרונות מיט הרב שאח״ט תלמיד הישיבה, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז פארגעקומען י״ז אב תשנ״ב - דער קארלסבורגער רב בעל עמק התשובה זצ״ל האט אנגעטוהן ווייסע זאקן אינדערוואכן צום ערשטן מאל יענעם חמשה עשר באב, און איז געקומען זיך באטייליגן צום הכנסת ספר תורה קיין פארקסוויל פון מחנה קארלסבורג אין ליבערטי, יעדער האט געקוקט דעמאלט דעם חידוש אז רבי יחזקאל האט אנגעטוהן ווייסע זאקן אינדערוואכן...