החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בימים אלו לערנט מען אין יסודי התורה מסכת כתובות, איז דא א שיינע סוגיא שדשו בה רבים וטובים, מהראשונים ועד אחרוני האחרונים, און אפילו פראפעסארן האבן דא א ווארט...

די סוגיא איז טאקע אין דף צג. און מ׳וועט דארט אנקומען נאר לקראת הפסח, אבער נזכרתי בהלכה ועשיתי מעשה, איך ברענג ארויף די סוגיא, ס׳איז אבער נישט קיין סוגיא וואס רעדט זיך אזוי על רגל אחת און ס׳פאדערט צייט און צייט… אבער ס׳לוינט זיך….

וילכו ויסעו, די באס פארט ארויס ווער ס׳וויל קען זיך מיטכאפן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די וועלט זאגט ״צוויי אידן דריי דעות״, און ווי די גמרא זאגט הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים, שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה. און אין מדרש ווערט אויסגעפירט: אלא כל אחד ואחד יש לו דעה בפני עצמו.

אין די תורה טרעפן מיר שוין אז משה רבינו בעט יפקד ה׳ אלקי הרוחת לכל בשר איש על העדה, איז רש״י מסביר: אלקי הרוחות, למה נאמר? אמר לפניו: רבונו של עולם, גלוי וידוע לפניך דעתו של כל אחד ואחד ואינן דומין זה לזה, מנה עליהם מנהיג שיהא סובל כל אחד ואחד לפי דעתו.

די וועלט באשטייט פון אסאך מינע דעות, און דאס איז לטובה פון די בריאה, ווי די גמרא זאגט: תניא היה רבי מאיר אומר בשלשה דברים אדם משתנה מחבירו, בקול במראה ובדעת. בקול ובמראה משום ערוה, ובדעת מפני הגזלנין והחמסנין. ווען יעדער וואלט געטראכט די זעלבע, וואלט דאך יעדער געוויסט מה שבלבו של חברו, אויב וויל ער וויסן וואו זיין חבר באהאלט זיין געלט דארף ער נאר טראכטן ווי וואלט איך דאס באהאלטן והיה העולם חרב, דערפאר האט דער בורא עולם באשאפן אז יעדער האט זיין איינגנארטיגקייט אין טראכטן והעולם מתקיים דיקא פון דעם וואס יעדער איז אנדערש. וכמאמר החעם: ס׳יאז דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע, און ס׳איז דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש...

די גמרא אין פסחים רעכנט אויס שבעה דברים שמכוסים מבני אדם, צוויי פון זיי זענען: עומק הדין ואין אדם יודע מה בלבו של חבירו. און ווי רש״י איז מסביר עומק הדין הרוב טועים בו. די צוויי גייען טאקע צוזאמען זייער אסאך מאל, ווייל ווען יעדער וואלט געטראכט די זעלבע וואלטן רוב דיני תורות און מחלוקת נישט פארגעקומען, יעדער וואלט דאך פארשטאנען די זעלבע וואס זיין חבר פארשטייט.
אבער נישט נאר מחלוקת וואלט נישט פארגעקומען, נאר די וועלט וואלט געווען א טריקענע וועלט, וואס יעדע זאך וואס באשטייט פון צוויי זייטן מיט אנדערע צילן וואלט כמעט נישט אנגעגאנגען.

אויב ווילן מיר מגדיר זיין די אלע מצבים וואס איז דא א קענגארטיגקייט, קען מען דאס אריינלייגן אלעס אונטער איין קאטעגאריע: שפילערייען, געימס.

א שפיל איז א סוטאציע ווי ס׳איז דא לפחות צוויי שפילערס און יעדער פון זיי האט אנדערע צילן, רוב מאל קעגנארטיג אבער צומאל לאו דוקא א קענגארטיגע מטרה נאר אנדערע מטרות.
לדוגמא, א שאך שפיל איז דא צוויי שפילערס וואס ביידע פון זיי האבן איין מטרה, צו געווינען דעם קעגנער און ארויס גיין דער זיגער. אבער א מלחמה צווישן לענדער, וואס איז אויך א שפיל פון צוויי זייטן, איז לאו דוקא אז זיי האבן א קעגנארטיגן ציל, ביידע פון זיי ווילן זיגן אינעם קריג אבער יתכן אז איינער פון זיי וויל איינעמען דעם צווייטנס טארעטאריע בעוד דער צווייטער וויל דיקא נישט איינעמען יענעמס טערעטאריע ווייל ער ווייסט ער וועט נישט קענען פירן יענעמס לאנד און זיין מטרה איז נאר ארויסציווארפן דעם שונא פון זיין לאנד.

אונטער די הגדרה פון ״שפיל״ איז נכלל יעדע מצב וואס ס׳איז דא צוויי זייטן: פירן מלחמות, צאמשטעלן רעגירונגען, אויפבויען ביזנעסער און פירן אקאנאמיעס. און אזוי אויך צוטיילן חלוקות, ווי רווחים אדער הפסדים פון א ביזנעס, אדער ווען איינער זעצט אן און מ׳דארף איינטיילן די נכסים צווישן די בעלי חובות. ביי די אלע סוטאציעס האבן מיר א שפיל צווישן די שפילערס וואס יעדער וויל ארויס גיין א געווינער און אנקומען צו זיין גאול.

אזוי ווי די אין דעותיהן שוות איז די חכמה פון א שפיל צו קענען אויסרעכענען מיט יעדע מהלך און יעדן זאך וואס איך טוה אינעם שפיל אז דאס זאל מיר ברענגען נענטער צום געווינס, צומאל אפילו מיט א מהלך פון המטרה מקדשת את האמצעים, ווי לדוגמא ביי שאך שפיל וועט מען צומאל לאזן יענעם אראפ רוקן איין שטיקל מיטן חשבון אז איך גיי נאכדעם קענען אראפ ברענגען פון זיין זייט צוויי שטיקלעך.

מער פון דעם, אויסער וואס מ׳דארף קענען גוט די שפיל כדי צו געווינען דארף דער שפילער אויך נעמען אין חשבון אז זיין קעגנער קען אויך גוט שפילן, איז די חכמה צו אפלערנען יענעמס מאטיוואציעס און רעאקציעס פון זיינע אייגענע מאווס, אזוי קען ער אויסרעכענען אז נישט נאר זיינע אייגענע מאווס זאלן זיין לטובתו, נאר קענען אנדרייען זיין קענגנער ער זאל מיינען אז וואס ער גייט טון וועט זיין לטובתו ווען באמת וועט ער גאר אריינשפילן אין מיינע הענט.

אבער דער בעסטער שפילער איז איינער וואס קען שפילן אז אויך ווען יענער כאפט וואס ער דריידט דא אן, זאל ער איהם קענען אריינלייגן אין א מצב אז ער זאל מוזן על כרחו ארבעטן לטובתו. נישט נארער קען גוט שפילן אז זיינע מהלכים זאלן זיין גוט און ריכטיג נאר ער וועט קענען אויפקומען מיט א מהלך וואס זיין קעגנער זאל איהם גאר ארויסהעלפן.

אין א געוויסע זון גייט דאס אריין אין עומק הדין וואס איז נעלם מעיני בני אדם, ווייל א מענטש קען נישט אויסרעכענען אלע מחשבות און מאטיוואציעס פון זיין קעגנער, אבער דאך קען א מענטש אויסשארפן זיין מח צו זיין א בעסערע שפילער און נעמען מער זאכן אין חשבון.

דאס ווערט דורך געטון לאגיש, צו אויפקומען ווי אזוי א מענטש טראכט און ווי אזוי ער ריעקט צו פארשידענע סיטואציעס. און פארשטייט זיך מיט היסטאריע און סטאטיסטיקס ווי מ׳קוקט אויפן עבר און מ׳זהעט וואס שטופט א מענטש צו טון אזוי אדער אזוי.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לאמיר נעמען א דוגמא דאס צו מסביר זיין.

מוישי און שרוליק האבן זיך שיין אויפגעפירט און זייער מאמע האט זיי באלוינט מיט א טשאקלעד. דארף מען נעמען דעם טשאקלעד און צוטיילן אין צוויי, יחץ מ׳נעמט דעם טשאקלעד און מ׳צוטיילט דאס אין צוויי, די גרעסערע האלב וויל יעדער פאר זיך, און די קלענערע האלב זאל דער צווייטער זיך האלטן דערמיט…

הייבט זיך אן א טענה׳ריי, מוישי שרייט אז שרוליק׳ס חלק איז גרעסער, און שרוליק טענה׳ט דיין שטיקל איז גרעסער, כ׳מיין מ׳קען זיך נישט דינגען מיטן מציאות, און דער מציאות איז אז יענער באקומט אייביג די גרעסערע חלק…

קען די מאמע פראבירן מסביר זיין אז ס׳איז נישט קיין חילוק און ס׳איז סתם נאריש צו זיך שלאגן אויף א קוצו של טשאקלעד און ממקרא ומסברא זיי פראבירן בארואיגן. אבער אילו היה מדובר בגברי רברבי ובאוכל שאין לו טעם כעיקר גם אז יש לדון, אבל עכשיו שהדין הוא בילדי חן און די שלעגעריי איז אויף א טייערן טשאקלעד וואס שמייכלט אזוי זיס און ווארט נאר אריינצוטאנצן אין קליינעמ׳ס מויל, זאל מען דאס אזוי ארויסלאזן במחי יד?!

איז אבער דא א עצה ארויסצושלעפן א מדה משקל ומשורה און מעסטן רעכטס און לינקס, אין די הויעך און אין די ברייט, אולי יחוס וירחם וועלן זיי זיך בארואיגן אז טאקע זייער שטיקל איז גרעסער פונעם צווייטנס…

אבער א גוטער שפילער וועט אויפצוקומען מיט א געדאנק אז זיי אליין זאלן איינזעהן און מסכים זיין פה אחד אן קיין שום טענות ומענות והכל על מקומו יבוא בשלום.
די מאמע נעמט א נייעם טשאקלעד און זאגט פאר מוישי: דו וועסט צוטיילן דעם טשאקלעד אין צוויי, און דו מאך זיכער אז ביידע זאלן טאקע זיין אקוראט די זעלבע. און שרוליק וועט זיין דער וואס קלויבט אויס ערשט וועלכע צו נעמען און זיך מתכבד זיין מיטן חתיכה הראויה להתכבד.

דא וועלן ביידע זיין צופרידן על כרחם, מוישי קען נישט האבן טענות אז איין שטיקל איז גרעסער פון צווייטן, ווייל ער איז דאך דער דזשאדזש דא צו פסק׳ענען צו די שטיקלעך זענען אייניג אדער איינס איז גרעסער. מער פון דעם, וויבאלד ער ווייסט אז שרוליק גייט נעמען ערשט וועט ער זיכער מאכן אז קיין איינס זאל חלילה נישט האבן א כעין חרדל וואס וועגט איבער, ווייל שרוליק וועט דאך נעמען יענע שטיקל. ווידער שרוליק איז דאך זיכער צופרידן ווייל ער נעמט דאך די ״גרעסערע״…

דא האבן מיר צוויי זייטן, די מאמע וואס וויל די קינדער זאלן זיך נישט שלאגן, און די קינדער וואס זייער ציל איז ס׳זאל זיין משפט ויושר, (אויסער דעם שפיל צווישן די קינדער אליין וואס דארט האבן ביידע איין ציל צו באקומען די זעלבע חלק פון דעם צווייטן). די מאמע׳ס ציל ביים שפיל איז לאו דוקא אז ביידע זאלן באקומען א חלק שוה - ווי ביים ערשטן מהלך פון מעסטן - נאר אז זיי זאלן מיינען אז ביידע זענען די זעלבע גרויס. ס׳וועט איר נישט אנגיין צו איינער באקומט א גרעסערע חלק, ווייל דער ציל דא איז נישט אז זיי זאלן עסן ביידע דעם זעלבן חלק נאר אז זיי זאלן אנטון פידזשאמעס און אריין גיין אין בעט… און דערפאר איז די מהלך א מאוו וואס זי דריידט אן דעם קעגנער שפילער (דהיינו די קינדער) צו שפילן לטובתה.

די איינציגעסטע פראבלעם מיטן גאנצן מהלך איז וואס וועט זיין מיטן ערשטן יחצ׳דיגן טשאקלעד, אבער נישט גע׳דאגה׳ט אידן, מארגן ווען מויש׳עלע וועט זיך נישט אויפירן אזוי וואויל וועט מען געבן דעם טשאקלעד פאר שרוליק…

כעין דעם געדאנק טרעפן מיר שוין אין די תורה, ביים ריב בין רעי מקנה אברם ובין רעי מקנה לוט, זאגט אברהם פאר לוט הפרד נא מעלי, לאמיר זיך אפטיילן, אבער דו וועסט דאך האבן טענות אז איך גיי צום בעסערן פלאץ, דערפאר טאקע קלויב דו אויס וועלכע חלק דו ווילסט, אם השמאל ואימנה ואם הימין ואשמאילה. ווי דער ספורנו שרייבט, כי אמנם אתה תבחר המקום שתרצה לפיכך הפרד נא אתה אל הצד אשר תבחר ואני אסע אל הפכו.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און להבדיל בין הטשאקלעד ובין הקודש, לאמיר נעמען א מעשה פון אונזערע מקורות. יעדער קען די מעשה פון די ערשטע דין תורה ביי שלמה המלך (בעצם נישט יעדער, נאר ווער ס׳זאגט די הפטורות…).
ווען שלמה המלך איז געווארן קעניג איז דער אויבערשטער געקומען צו איהם אין חלום און געזאגט: שאל מה אתן לך, וואס דו ווילסט קענסטו בעטן, אבער לא בקש לא עושר ולא כבוד נאר ונתת לעבדך לב שמע לשפט את עמך להבין בין טוב לרע כי מי יוכל לשפט את עמך הכבד הזה, וייטב הדבר בעיני ה׳ כי שאל שלמה את הדבר הזה, ויאמר אלקים אליו יען אשר שאלת את הדבר הזה ולא שאלת לך ימים רבים ולא שאלת לך עשר ולא שאלת נפש איביך ושאלת לך הבין לשמע משפט, הנה עשיתי כדבריך, הנה נתתי לך לב חכם ונבון אשר כמוך לא היה לפניך ואחריך לא יקום כמוך, ויקץ שלמה והנה חלום.

אז תבואנה שתי נשים וואס האבן געוואוינט אין איין הויז, און ביידע פון זיי האבן געבוירן א קינד. אין דעם דריטן נאכט האט איינע פון זיי זיך איבערגעדרייט אינמיטן שלאף אויף איר קינד, והילד איננו. איז זי געגאנגען שטילערהייט און אויפגעטוישט די קינדער. ויהי בבוקר און די מאמע פונעם לעבעדיגן קינד דערזעהט זיך מיט איר חבר׳טעס טויטן קינד אין איר בעט, ותקם צעקה גדולה זאת אומרת בני החי ובנך המת וזאת אומרת לא כי בנך המת ובני החי. זענען זיי געקומען צו שלמה המלך היושב על כסאו און פארגעלייגט זייערע טענות.
ויגזור אומר מיט א שארפן פסק! גזרו את הילד החי!, אונז קענען דאך נישט אויפווייזן ווער איז גערעכט, זאת אומר כולו שלה וזאת אומרת כולו שלה, לאמיר מאכן א יחלוקו, האלב פאר דיר און האלב פאר דיר.

די מאמע פונעם קינד האט רחמנות געהאט אויפן קינד און געזאגט איך געב אויף נא אל תמותוהו, געבט איר דאס קינד! נאר דאס נישט הרג׳ט נישט דעם קינד. אבער די צווייטע האט זיך געהאלטן ביי זיך, גם לי גם לך לא יהיה, לאמיר מאכן א חלוקה.

ויען המלך ויאמר תנו לה את הילוד החי והמת לא תמיתהו היא אמו, וישמעו כל ישראל את המשפט אשר שפט המלך ויראו מפני המלך כי ראו כי חכמת אלקים בקרבו לעשות משפט.

כאטש וואס על פניו זעהט אויס אז ביידע צילן צו באקומען דעם לעבעדיגן קינד איז אבער יעדער דא מיט א צווייטע מטרה. די מאמע פונעם קינד וויל צוריק באקומען איר אייגן קינד און איהם אויפציהען, אבער די צווייטע פילט נישט פאר וויכטיג צו באקומען דעם קינד, אדרבה וואס פעלט איר אויס צו אויפציעהן א פרעמד קינד, איר מטרה איז זי זאל זיך נישט פילן אין א נידעריגערן מצב פון איר חבר׳טע, און ווי זי האט שפעטער קלאר געזאגט גם לי גם לך לא יהיה. פאר איר איז די בעסטע געווינס ווען מ׳וועט הרג׳ענען דעם צווייטן קינד, אזוי וועט זי נישט דארפן האדעווען א פרעמדן קינד און זי וועט נישט זיין ווייניגער פון איר חבר׳טע. שלמה המלך בחכמתו האט זיי אריינגעדרייט אין א מצב וואס יעדער פון זיי זאל אליין ארויסזאגן און אומדירעקט מודה זיין ווער פון זיי איז די העכטע מאמע.

דער פסק קען אבער נישט ווערן באטיטלט אלס א כללות׳דיגע אויסגעארבעטע מהלך פאר יעדע אזא סיטואציע, ווייל אויב נעמען מיר אין חשבון אז יתכן די בעלי דינים ווייסן פון דעם טריק וועט דאך קיינער פון זיי נישט זאגן גזרו את הילד. הגע עצמך אויף מארגן נאך וואס כלל ישראל ראו את חכמתו און יעדער האט געהערט די מעשה ווען ס׳זאל ווען קומען צו איהם נאך אזא פאל וואלט שוין נישט געהאלפן צו זאגן גזרו את הילד החי. נאר שלמה בחכמתו האט געגעזהן אז טאקע דא מיט זיינע בעלי דינים וועט דאס ארבעטן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאך א מעשה כעין זה פארציילט מען אויפן נודע ביהודה.

א עושר האט זיך אמאל ארויסגעלאזט אויפן וועג צו פארן קיין פראג צום יערליכן יריד, אינמיטן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט איבערצונעכטיגן אין א אכסניא, בחצות ליל האט זיך דער בעל עגלה אריינגערוקט צום עושר׳ס צימער און זיך אנעגטון זיינע קליידער, ער גייט צו צום עושר און וועקט איהם אויף בקול רעש גדול אדיר וחזק: ״וואס שלאפסטו? שטיי אויף! אונז לאזן זיך ארויס אויפן וועג!״. דער עושר ווייסט נישט צו ער חלומ׳ט אדער ער שלאפט... וואס? ווען? אבער דער ״בעל הבית״ ווארט נישט קיין צוויי נאר לאזט איהם אראפ מנה אחת אפים ״געגאנגען!״, דער עושר האט קיין סאך ברירות נישט געהאט און ווי א טאט...ווי א בעל עגלה האט ער אפיר גענומען די לייצעס און זיך ארויס געלאזט צו פראג, ווען די גאנצע וועג ער הערט נישט אויף וויינען און שרייען ״איך בין בעל הבית געב מיר צוריק מיין קליידער און געלט״, ולעומתו טרייבט דער צווייטער שפאס ״א זיסן חלום האסטו גע׳חלומ׳ט וועק דיר שנעל אויף...״

ווי נאר זיי זענען אנגעקומען קיין פראג האבן זיי זיך אפיר געלאזט צום בית דין שטיבל, דער שרייט אני החי און דו ביסט בעל עגלה, און ער זאגט לא כי דו ביסט בעל עגלה זעה נאר למי החותמת והפתילים, קוק דיר אן ווי אזוי דו זעהסט אויס, מיינסט טאקע איינער וועט קויפן דיינע ליגיונות?!

דער נודע ביהודה זעהט וואס גייט פאר, האט ער זיי געלאזט וויסן אז ס׳איז א שווערע דין תורה און ער קען נישט פסק׳ענען יעצט אויפן מינוט, זאלן זיי צו ווארטן אין פארצימער ביז ער וועט מעיין זיין. האט ער זיי געלאזט ווארטן אזוי לאנג ווי זיי האבן שוין נישט געהאט קיין כח צו שרייען, און ער קומט ארויס און רופט זיך אן: ״דער בעל עגלה זאל אריינקומען!" דער העכטער בעל עגלה געבט זיך א הייב אויף מיט א פרישקייט, ווען נאך א סעקנד כאפט ער זיך אז ער איז דאך נישט בעל עגלה… אבער ס׳איז שוין געווען צו שפעט.

דא איז אויך די חכמה צו וויסן ווען צו ניצן דעם טאקטיק ווייל נישט אייביג וועט דאס ארבעטן, נאך וואס דער בעל עגלה קען ווען האלטן חשבון אז דאס קען געשעהן און זיך אכטונג געבן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צומאל איז די בעסטע מהלך לאו דוקא די אויסגעהאלטנסטע מהלך, לדוגמא: א יוניען פון ביזנעסלייט האבן זיך צאמגענומען אז אנשטאט פארקויפן אסאך סחורה פאר ביליג לאמיר איינצוימען די קוואנטומס פון סחורה און אזוי שפארן לעיבער און ארבעט, און די געלט וועט מען מאכן דורך אויפהייבן די פרייז. אבער כדי דאס זאל ארבעטן מוזן אלע ארויפגיין מיטן פרייז, ווייל אויב איינער פון זיי וועט ממשיך זיין פארקויפן פאר ביליג וועט דאך יעדער לויפן קויפן ביי יענעם.

אויב קוקן מיר אלס אויסגעהאלטנסטע מהלך, דארף זיך יעדער צושטעלן, אדער לטענת הקונים קיינער זאל זיך נישט צושטעלן... אבער אלס א בליק פון מאכן די ׳בעסטע׳ מאוו צו ארויס גיין מיט די מערסטע געלט איז די בעסטע וועג פאר יעדן פון זיי אז ער זאל האלטן די פרייז נידריג, און ממה נפשך לוינט זיך איהם, אויב וועלן אנדערע אויך לאזן נידריג די פרייז וועט דאך זיין כדאתמול, אויב וועט יעדער ארויף גיין מיט די פרייז וועט ער דאך ארויס גיין מיטן גרעסטן רווח ווייל יעדער וועט דאך קומען צו איהם.

למעשה אין אזא סיטואציע וועט רוב מאל געשעהן יעדער זאל זיך צושטעלן, ווייל ער האט טאקע א מאטיוואציע וואס טרייבט איהם צו מאכן דעם דריי אבער ער ווייסט אז די זעלבע מאטיוואציע קען אויך אנדרייען די אנדערע און זיי קענען מאכן דעם זעלבן חשבון און קיינער וועט נישט ארויף גיין מיטן פרייז ונפל פיתא בבירא. די כלל ביי דעם איז: ווען יעדער קוקט נאר אויף זיך אליין גייט יעדער ארויס מיט א פארלוסט, און ממילא וועט זיך יעדער צושטעלן. ס׳איז דא אסאך דוגמאות אויף דעם אבער יעצט לאמיר זיך רוקן וויטער.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לאמיר אריבערגיין צו א נאך א חלק אין ״שפילערייען״, און דאס איז די נושא ביי אונזער סוגיא. ווען מ׳דארף צוטיילן א סכום פאר צוויי צדדים, צו ס׳איז חלוקת רווחים פון ביזנעס, אדער הפסדים, אזוי אויך ביים אנזעצן ווי אזוי מ׳זאל פארטיילן די געלט וואס איז געבליבן פאר די בעלי חובות. אדער אפילו א מענטש וואס האט געבארגט פון עטליכע און ער האט יעצט נאר א חלק צו באצאלן וויאזוי איז די ריכטיגסטע און יושר׳דיגסטע וועג צו צוטיילן.

דאס נעמט אויך אריין מערערע נושאים פון טעגליכן לעבן, און לאמיר ברענגען איין משל. די וועג ווי אזוי די פליגערס באצאלן פארן לאנדן אין א עירפארט. די וועג ווי אזוי ס׳איז היינט אנגענומען איז אז מ׳רעכנט אויס וויפל קאסט צו בויען און אויפהאלטן דעם ראנוועי און דאס ווערט צוטיילט צווישן די פליגערס. אבער וויבאלד נישט יעדע פליגער דארף דעם זעלבן ראנוועי, דארף מען אויסרעכענען וויפל יעדער איז דא נהנה און לויט דעם זאל ער צאלן. צוטיילט מען די קאסטן און יעדער צוטיילט זיך מיט די אנדערע פליגערס נאר אין די חלק וואס ער נוצט.

לאמיר זאגן די ראנוועי איז לאנג 100 פיס און ס׳קאסט אויפצוהאלטן $100, אונז האבן צוויי פליגערס איינער דארף א ראונוועי פון 100 פיס כדי צו לאנדן און דער צווייטער דארף נאר 50 פיס צו לאנדן. קומט אויס אז די צווייטע 50 פיס באנוצט זיך מיט דעם נאר דער ערשטער, וועט ער באצאלן די גאנצע 50 פאר יענע חלק, און אין די ערשטע 50 וואס ביידע ניצן צוטיילט מען זיך און יעדער צאלט האלב, וואס דאס איז דאס 25. קומט אויס אז דער וואס דארף נאר 50 צאלט 25 און דער וואס דארף נוצן 100 צאלט 75. דאס דערמאנט פון די סוגיא פון שנים אוחזין און מ׳וועט שפעטער צוריק קומען צו דעם.

אזוי ביי יעדע שפיל וואס איז דא מער פון צוויי שפילערס און מ׳דארף אויפקומען מיט א מהלך צו צופרידן שטעלן יעדן מיט די מערסט יושר׳דיגע וועג. די סארט שפילערייען זענען נישט קיין שפיל פון א זיגער קעגן א דערליידעגר נאר א שפיל ווי יעדער זאל געווינען אדער דערלייגן יושר׳דיג. אנדערש ווי די שפילערייען וואס מיר האבן פריער געהאט וואס ס׳איז דא א זיגעער אדער צומאל א תיקו.

און יעצט לאמיר געבן א דריי מיטן פינגער: זאגט די הייליגע משנה...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 13, 2021 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מתני' מי שהיה נשוי שלש נשים ומת כתובתה של זו מנה ושל זו מאתים ושל זו שלש מאות ואין שם אלא מנה חולקין בשוה היו שם מאתים של מנה נוטלת חמשים של מאתים ושל שלש מאות שלשה שלשה של זהב היו שם שלש מאות של מנה נוטלת חמשים ושל מאתים מנה ושל שלש מאות ששה של זהב וכן ג' שהטילו לכיס פיחתו או הותירו כך הן חולקין:

א מענטש וואס האט חתונה געהאט מיט דריי פרויען, וועלן מיר זיי רופן שרה רבקה און רחל. שרה׳ס כתובה איז 100 זוז (=1 מנה), רבקה׳ס כתובה איז 200 זוז, און רחל׳ס כתובה איז 300 זוז.

ומת, דער מאן איז געשטארבן, איז די הלכה אז כל נכסי דבר איניש ערבין ביה צו אפצאלן די כתובה, און אנדערש ווי אנדערע בעלי חובות וואס נעמען נאר פון משועבדים, ביי א כתובה איז מען גובה אפילו פון מטלטלין, ווי דער וואס האקט די ציינער צו ליינען די כתובה זאגט: וכך אמר חתן דנן אחריות שטר כתובתא דא נדוניא דן ותוספתא דא קבלית עלי ועל ירתי בתראי להתפרע מכל שפר ארג נכסין וקנינין דאית לי תחות כל שמיא דקנאי ודעתיד אנא למקנא נכסין דאית להון אחריות ודלית להון אחריות כלהון יהון אחראין וערבאין לפרוע מנהון שטר כתובתא דא נדוניא דן ותוספתא דא מנאי ואפילו מן גלימא דעל כתפאי בחיי ובתר חיי מן יומא דנן ולעלם.

רש״י לייגט נאר צו א נקודה אז מ׳רעדט ווען אלע דריי כתובות זענען גע׳חתמ׳ט געווארן אין איין טאג, ווייל אויב נישט איז הקודמת בשטר קודמת בגיבוי.

אויב וואלט געווען גענוג געלט פון זיינע נכסים צו בצאלן פאר אלע דריי, נעמט יעדע פרוי איר כתובה געלט, און די איבריגע קענען זיי מיר שיקן... אבער ואין שם אלא מנה, נישטא גענוג צו באצאלן פאר יעדן, ווי אזוי זאל מען צוטיילן די מנה צוויישן די דריי פרויען?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: מי שהיה נשוי שלש נשים - כתובות צג.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

אה גירסא דינקותא
איך האף אז עס וועט קומען א געהעריגע שיעור עיון
keep it up
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פי די עף

החולק יחלוק - א.pdf
(43.04 KiB) געווארן דאונלאודעד 42 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

א עכטע תלמיד חכם!
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע:בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

נאט איט, העלמיר עס ליינען וועס עס העט זיך מאכן א געלענגהייט, קוקט אויס רייכע סחורה,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

וואו וואו וואו !!!

אזא שיעור לוינט מיטצוהאלטען, הייבט אן מיט א שיינע הקדמה באגדתא, איז ממשיך מיט שפילערייען און שיינע משלים ממילי דעלמא, און מעשיות פון שלמה המלך און די נוב"י, און פארט אריין אין גמרא מיט א פרישקייט, און פון דארט מסתמא ממשיך זיין צו שיטות הראשונים און חשבון אא"וו.

נתפעל צו ווערן וויפיל כשרונות ליגט ב"ה ביי איין מענטש, און ווי שנעל ער טייפט...
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע:אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: החולק יחלוק - ווי אזוי מאכט מען א חלוקה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

עשעעעעעעערת... אההה...
אפגעליינט מיט איין אטעם די גאנצע אשכול דיינע

(די ביסט דער יונגערמאן וואס זיצט אלעמאל ביים עק פון היכל התורה און שרייבט אויף א לעפטאפ?)
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”