Re: אוישוויץ (נישט פאר שוואכע הערצער)
אינו דומה שמוע לראיה!
ווען מ'זעט עפעס לעבעדיג, איז דאס טויזענט מאל מער ווי א גלאטן בילד:
די Ww2 In color איז א גאר אינטערסאנטע אין קלארע פילם, וואס דערציילט די געשיכטע פון די צווייטע וועלט קריג, גאר אקוראט! אין דערציילט עס מיט א לייכטע אין געשמאקע ענגליש, באגלייט מיט עכטע! יא! עכטע!!! ווידיאס פון די קריג! די חידוש פון די ווידיאוס איז, אז אלעס איז הערלעך שיין "קאלירט" - מיט היינטיגע טעכנעלאגיע פארשטייצעך - וואס דאס מאכט עס פיל אינטערסאנטער. ווי אויך קומט דאס מיט דעטאלירטע מאפעס, וואס געבן צו פארשטיין די מאוומענט אויפן שלאכטפעלד.
עס איז זייער א לאנגער documentary, עס נעמט בערך 11 שעה! אבער דאס איז שיין צעטיילט אין 16 חלקים.
אבער איר וועט אסאך לערנען איבער די נישט-נארמאלע היסטאריע פון די צווייטע וועלט קריג, ווי די רשעים האבן געראצכעט אונזערע רביים, זיידעס, באבעס, קרובי משפחה, אין וועימען נישט??!!
ווי מיר אלע ווייסן איז די "צווייטע וועלט קריג" אריין אין די היסטאריע ביכער אלץ די גרעסטע, אין מערסט טראגישע מלחמה ווי סיי ווען! מיט א געשאצטע 75 מיליאן מענטשן וואס זענען ליידער געהארגעט געווארן, אריינגערעכענט 6 מיליאן אידן השם ינקום דמם!
די היסטאריע פון די קריג איז זייער אינטערסאנט אין היסטאריש!! ווי אויך היפש קאמפלעצירט... מיט אזויפיל זאכן וואס האבן פאסירט אין פארשידענע זמנים אין מקומות! פון אייראפע, קיין אזיע! פון אמעריקע, ביז אפריקע! פונעם אטלאנטיק אוישן, ביזן טיפן פאסיפיק! פון ריזיגע עיר קרעפט קעריער שיפן, צו פערד אין שווערדן, אין אלעס אין דערמיט! ביזן ענדגילטיגן "אטאם באמבע" וואס האט געברענגט די קריג צו א ענדע!
מיר וועלן דא אי"ה ברענגען גאר אינטערסאנטע ווידעא'ס, אין אנאליזן! וואס וועט אייך דערציילן אין געבן א שטיקל קלארקייט וויזוי די קריג איז צוגעגאנגען, סטעפ ביי סטעפ לפי ווי אזוי עס איז געווען בערך בשעת מעשה! פונעם אנפאנג ביזן סוף! ווי אויך איבער די וואפן וואס זענען געניצט געווארן יענע צייטן וואס איז א גאר אינטערסאנטע שטיקל היסטאריע פאר זיך....!
"רוב פון די אלע ווידיאו'ס איז נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער"