אוישוויץ (נישט פאר שוואכע הערצער)
[align=center] קורצע פאקטן איבער אוישוויץ[/align]
די לאגער אוישוויץ איז געווארן אוועקגעשטעלט אין פולין אין יאר 1939 אלטס א פלאץ ווי מהאלט מלחמה געפאנגענע פארדעם איז עס געווען א ארמיי באזע
די ערשטע צוויי יאר זייט עס איז געוען א לאגער זענען דארט געווען מערסטנס פולישע איינוואונער וואס זענען געווארן געפאנגען דורך די SS
די לאגער איז געווארן א פארניכטונגס לאגער אין יאר 1941 ווען מהאט אנגעהויבן צו פארגאזן פולישע און רוסישע געפאנגענע נאכדעם איז עס געווארן אנגעפילט מיט אידן ווי מהאט געהרגעט אן ערך פון 850.000 גלייך ביים אנקומען דורכן אריינפירן אונעם טרויערדיגע בארימטע גאז קאמערן
אן ערך פון איבער 1.3 מיליאן מענטשן זענען דארט דורכגעגאנגן וואס פון דעם זענען 1.1 געווארן געהרגעט און פון דעם זענען געווען איבער 900.000 אידן געהרגעט געווארן עקדה"ש
אוישוויץ איז געווען איינגעטיילט אין דריי חלקים סאיז געווען די לאגער ווי מ'פלעגט ארבעטן ביז מאיז געשטארבן און סאיז געוווען נאך א חלק ווי מפלעגט טעגליך הרגענען מענטשן גלייך ביים אנקומען די דריטע פלאץ איז געווען ווי מ'פלעגט אויפנעמען פרישע מענטשן
אזוי אויך האט אוישוויץ געהאט אינטער זיך בערך 40 קליינע לאגערן
די לענגסטע פירער פון דו לאגערן איז געווען רודלוף העס שר"י ער איז געהאנגן געווארן אין יאר 1947 נאכן אויסשטיין זיין פארצעס אין נורמבערג
928 מענטשן האבן געטרייט צו אנטלויפן אבער נאר 196 זענען געווען סוקסעספול
פון די מערסטע ווייטאגליכע זאכן איז געווען אז די אמעריקאנע נאכן באקומען פונקטליכע מאפעס ווי צו באמבאדירן האבן זיי גארנישט געטוהן
אין יאר 1945 איז אוישוויץ באפרייט געווארן דורך די רוסישע מיליטער אבער האבן נישט געטראפן צופיל נאר 7000 מענטשן נאך וואס די דייטשן האבן ארויסגעגעבן די טויט מארש פארארדענונג וואס באדייט אז מדארף אריינפירן אלע געפאנגענע קיין דייטשלאנד
די טאג האט זיך אנגעהויבן פאר די מענער ווינטער בערך 5:30 און זוממער 4:30 די פרויען פלעגן שוין דארפן אויפשטיין פריער
בלאק נאמבער 10 איז געווען באוויסט אלטס די מעדיקל אפטיילונג דארט איז פארגעקומען די ערגסטע מעדיצינשע עקספערמענטן וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן
בלאק נאמבער 11 איז געוואן באוויסט אלטס די שטראף אפטיילונג ווי מ'פלעגט הרגענען מענטשן מיט מיתות משונות אזוי אויך איז דארט געווען גאז קאמערן
צווישן בלאק 10 און 11 איז געווען א טויט וואנט ווי מפלעגט שיסן מענטשן טעגליך
אוישוויץ איז באשטאנען פון 28 בלאקס פון באראקן וואס האבן געקענט האלטן בערך 700 מענטשן אבער די נאציס שר"י פלעגן אריינשטיפן איבער 1200 מענטשן
בערך 6635 עס עס ניקעס האבן דארט געארבעט איבער די 6 יאר וואס סאיז געשטאנען
בירקענאו איז געווען די גרעסטע לאגער פון אלע לאגערן
איבער 232.000 קינדער זענען דארט אנגעקומען
[align=center] דעי ווידיאו איז גענומען געווארן ווען מהאט באפרייט אוישוויץ די רוסן פלעגן מיטנעמען א קאמרא מאן וואס האט אפגעכאפט זייער קאמפן אנטקעגן די נאציס שר"י אזוי האט מען געהאט איינער וואס האט אויך אפגעכאפט ווי מבאפרייט אוישוויץ[/align]
[align=center] נישט פאר שוואכע הערצער[/align]
https://drive.google.com/file/d/1KJlGZw ... sp=sharing