אוי מה הי' לנו! ( נישט פאר שוואכע הערצער )

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

אוי מה הי' לנו! ( נישט פאר שוואכע הערצער )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

אביסעלע מקרב צו זיין אל הלב, די צרות ויסורים וואס אידישע קינדער זענען דורך ביים חורבן הבית:


ג' של''ו- בערך אנדערהאלבן יאר בעפארן חורבן-

צובראכן און אפגעמיטשעט, זיצט זיך אלישע מיט די פאמיליע אונדערהיים, דער מצב אין ירושלים איז זייער נישט גוט, הערשט נעכטן האט אלישע נעבעך געברויכט באגראבן זיין אייגן קינד, נאך עטליכע טעג וואס ער איז געליגן פארשמאכטעט אין בעט, א לעכטיג זיס נשמה'לע געוועזן, אבער זיינע יונגע אפגעמיטשעטע ביינדלעך האבן שוין מער נישט געקענט דערהייבן די גרויס דארשט וואס האט געהערשט אין שטוב, דער געטרייער פאטער אלישע, האט פרובירט שלעפן א טאג נאך א טאג, מיט'ן האפענונג, אז סוכ''ס וועט דער רבוש''ע רחמנות האבן, און ער וועט נאך קענען זעהן נחת און פירן דעם זיס לעכטיג חיים'ל אונטער די חופה געזונטערהייט, אבער נעכטן ליידער באישון לילה, ווען אלישע האט באזיכט דעם קינדער צימער, זיך ארומקיקענדיג אויף די פולע זעקלעך ביינער בצורת אדם וואס געפינען זיך דארט, איז נישט געווען מער ווי צו באשטעטיגן, אז חיים'ל, האט פארמאכט זיינע אייגעלעך אויף אייביג, און מ'וועט מער נישט זוכה זיין צו זעהן דעם בא'חנ'ט פנימ'ל, דער רבוש''ע האט איהם צוריקגענימען צו זיך, און שנעל פארענדיגט זיין תפקיד,

אלישע כאפט אהן זיין הייליג קינד, דאס שווארטץ אפעל פון זיין אויג, ער גיבט איהם א לייכטע גלעט, און א קיש אין שטערן, און רוימט איהם אריין אין אויער:

''מיין טייער קינד, מיין זיסע נשמה, איידער די גיבסט צוריק דיין לויטערע נשמה להקב''ה, וויל איך דיר זאגן עטליכע דיבורים מעומק הלב, בכדי די זאלסט וויסן און געדענקען דיינע עלטערן דארט בשמי מעל, און איינרייסן פאר אונז, און פאר גאנץ כלל ישרא' א גאנצע ישועה בקרוב ובניקל. די ווייסט כ'האב אלעס פרובירט, דיך צו האלטן ביים לעבן, אבער כך גזר חכמתו יתברך, און מיר פרעגן נישט קיין שאלות, דיין זיסער קול וואס פלעגט לערנען און עוסק זיין בתוי''ש, קלינגט מיר אין די אויערן, דיינע ריינע אייגעלעך וואס האבן נעכטן נאכט זיך געבעטן פאר א שלונג וואסער, שטייט מיר יעצט פאר די אויגן, און ס'צוברעכט מיר און בארירט ביזן טיעפסטע הארץ סטרונעס, אבער איין זאך ווילעך דיר זאגן, מאמי און איך האבן מחליט געווען, אז מ'גייט דיר נישט חלילה נעמען און צושניידן, און אויפעסן דיין פלייש, אזוי ווי אנדערע טוען נעבעך מחמת גרויס הונגער, ניין! ניין! דיין נשמה וועל מיר צוריקגעבן גאנץ פאר'ן בורא עולם, דער משכון וועט בלייבן אומבארירט'',

און אזוי האט אלישע צום לעצטן מאל אין זיין לעבן, נאך איינמאל צוגעדריקט דעם קליינעם נשמה'לע, און געכאפט דאס לעצטן בליק אויפן בלאסן געזיכט, ווען הייסע זוידיגע טרערן גיסן פון זיינע אויגן, אין מח קלינגט איהם נאך די הארציגע געבעטן פון זיין זיס קינד, ''טאטי, כ'קען נישט מער, כ'מעג האבן אביסל וואסער???'', און ווי ער האט איהם נאך נעכטן נאכט מחזק געווען, און פרובירט צו שטארקן,

אזוי אויפהייבענדיג דאס קעפעלע, זעהט ער נעבעך, ווי דאס צונג איז איהם נעבעך צוגעקלעבט צו די גומען פון גרויס דארשט, דאס קליין קינד, האט נעבעך פארבראכט זיינע לעצטע שעות אונטער שרעקליכע יסורים ל''ע, און ניטאמאל האט ער געקענט שרייען און וויינען, דאס צונג האט זיך איהם פארקלעבט פון גרויס טרוקעניש, זעהנדיג דאס, האט דער טאטע אלישע, פון פריש באנייעט זיינע געפילן, און שטערקער צוגעדריקט דאס קינד, און פרייוויליג געלאזט פאלן זיינע טרערן, כאטשיג זאל ער געניסן פון עפעס פליסיגקייט יעצט לאחר פטירתו,


דער טאטע גייט ארויס אין פעלד, און מיט די לעצטע כוחות האט ער אויפגעגראבן א שטיק ערד, און אריינגעלייגט זיין טייערסטע זאך וואס ער פארמאגט, מיט א הייסע תפלה צום רבוש''ע אז עליה השלם כל הקרבנות כולם, און כאטשיג די אנדערע קינדער זאלן נאך יא איבערלעבן די שווערע זמנים, אזוי אוועקגייענדיג, גיבט ער אזא בליק צוריק צום פרישן קבר, און צו זיין ווייטאג, זעהט ער ווי עטליכע אויסגעהונגערטע אידן, האבן זיך שוין צוגעכאפט צו די קערפער פון זיין שעפעלע, און מ'גרייט שוין צו די האלץ און אלע כלים, ארויפצולייגן דערויף זיין בן יקיר, ער לויפט צוריק, און פרובירט זיך איינבעטן, מ'זאל רחמנות האבן, אבער די אידן קוקן איהם צוריק אין פנים אריין, ווי זיי ווייסן נישט וואס ער וויל, און גייען ווייטער אהן מיט זייער עבודה מיט א שנעלקייט, און ביז געציילטע מינוט איז דאס קליין קינד שוין געליגן אין די מיילער פון עטליכע אויסגעהונגערטע אידעלעך, ווען דער טאטע שטייט פונדערזייט און ברויך צוקוקן ווי די אידן צוברעכן און קוועטשן אויס יעדעס ביינדל, זעהן אויב מ'קען ארויסנעמען עפעס לחלוחית דערפון, און שטעלן זיך דערנאך אויף, איבערלאזענדיג אפאר פארהארטעוועטע ביינדלעך פאר די פייגעלעך צו עסן,


אנקומענדיג אהיים, איז אלישע דערשיטערט געווארן, זעהנדיג זיין אשת חיל זיצט מיט דאס דריי חדשים'דיג קינד, און דעבאטירט מיט'ן שכן אויב מ'זאל צושניידן דאס קינד און דערמיט שטילן די הונגער פאר עטליכע שעה, ווי נאר אלישע האט דאס געהערט, איז ער צוגעלאפן, און ארויסגעכאפט דאס קליין עופה'לע פונעם מאמע'ס שויס, און ארומגענומען דאס מערסטע וואס שייך, די גרויסע תמימות'דיגע אויגעלעך זענען געווען די איינציגסטע באשטעטיגונג אז דאס קינד לעבט נאך, קיין כח צו וויינען האט דאס קינד נישט געהאט, רירן האט זי זיך אויך נישט געקענט, אבער ווען דער טאטע האט איר אויפגעהויבן, האט זי געגעבן א דינע אבער טיפע קרעכטץ, ווי זי וואלט זיך געבעטן ביים טאטע'ן ''כ'וויל נאך לעבן, לאז נישט מאמי טוען אזעלכע נארישקייטן, שוין אזויפיל טעג זיך געמיטשעט, זאג פאר מאמי אז ס'וועט קומען בעסערע צייטן, ווען זי וועט מיר קענען זייגן מיט א רואיגקייט'',, דער טאטע הייבט אויף דעם קליין קינד, און ענטפערט איר צוריק מיט א ליבשאפט און ווארימקייט ''טייערע יוכבד'ל, דיין טאטע וועט אזא זאך קיינמאל נישט טוען צו דיר, די ביסט מיר טייער און לעכטיג, דיין ברודער האבן אנדערע נעבעך אוועקגעלייגט, אבער ביי דיר וועל איך אפבאכט געבן, וויש אפ שיין דיינע טרערעלעך, ס'וועט קומען גוטע צייטן,'', א קליינער זיסער שמייכל האט זיך אויסגעשפרייט אויפן קינד'ס געזוכט, און איז אנטשלאפן געווארן, נישט האבענדיג מער קיין כח צו רירן אפי' איין גליד,

המשך יבא בס''ד
לעצט פארראכטן דורך עומד מן הצד אום זונטאג יולי 18, 2021 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער שיין אראפגעלייגט, הנאה געהאט.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18073
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נישט פאר שוואכע הערצער!!

אם תאכלנה נשים פרים, עללי טפחים – אללי לי!
אם תבשלנה רחמניות ילדיהן המדודים טפחים טפחים – אללי לי!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

שרעקעדיג!
(--ווערטערלאז--)
מלוה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 12:51 am

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלוה »

זייער גיט אראפגעלייגט יישר כח
מלוה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 12:51 am

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלוה »

זייער גיט אראפגעלייגט יישר כח
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

:-e;/:-e;/:-e;/
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

:-e;/:-e;/:-e;/
עומד, נישט געוויסט אז דו קענסט דאס אויך. זיי ממשיך, מיר האבן הנאה.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

:cry:
!!THANK YOU BANAA#
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נישט פאר שוואכע הערצער
אוי למי כוללת כה???
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מעט מן האור
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 8:12 am

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעט מן האור »

עיני עיני יורדה מים!

יעצט ווייס מיר שוין אביסל אויף וואס צו וויינען תשעה באב.
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

צושטורעמט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

עומד מן הצד האט געשריבן: אביסעלע מקרב צו זיין אל הלב, די צרות ויסורים וואס אידישע קינדער זענען דורך ביים חורבן הבית:


ג' של''ו- בערך אנדערהאלבן יאר בעפארן חורבן-

צובראכן און אפגעמיטשעט, זיצט זיך אלישע מיט די פאמיליע אונדערהיים, דער מצב אין ירושלים איז זייער נישט גוט, הערשט נעכטן האט אלישע נעבעך געברויכט באגראבן זיין אייגן קינד, נאך עטליכע טעג וואס ער איז געליגן פארשמאכטעט אין בעט, א לעכטיג זיס נשמה'לע געוועזן, אבער זיינע יונגע אפגעמיטשעטע ביינדלעך האבן שוין מער נישט געקענט דערהייבן די גרויס דארשט וואס האט געהערשט אין שטוב, דער געטרייער פאטער אלישע, האט פרובירט שלעפן א טאג נאך א טאג, מיט'ן האפענונג, אז סוכ''ס וועט דער רבוש''ע רחמנות האבן, און ער וועט נאך קענען זעהן נחת און פירן דעם זיס לעכטיג חיים'ל אונטער די חופה געזונטערהייט, אבער נעכטן ליידער באישון לילה, ווען אלישע האט באזיכט דעם קינדער צימער, זיך ארומקיקענדיג אויף די פולע זעקלעך ביינער בצורת אדם וואס געפינען זיך דארט, איז נישט געווען מער ווי צו באשטעטיגן, אז חיים'ל, האט פארמאכט זיינע אייגעלעך אויף אייביג, און מ'וועט מער נישט זוכה זיין צו זעהן דעם בא'חנ'ט פנימ'ל, דער רבוש''ע האט איהם צוריקגענימען צו זיך, און שנעל פארענדיגט זיין תפקיד,

אלישע כאפט אהן זיין הייליג קינד, דאס שווארטץ אפעל פון זיין אויג, ער גיבט איהם א לייכטע גלעט, און א קיש אין שטערן, און רוימט איהם אריין אין אויער:

''מיין טייער קינד, מיין זיסע נשמה, איידער די גיבסט צוריק דיין לויטערע נשמה להקב''ה, וויל איך דיר זאגן עטליכע דיבורים מעומק הלב, בכדי די זאלסט וויסן און געדענקען דיינע עלטערן דארט בשמי מעל, און איינרייסן פאר אונז, און פאר גאנץ כלל ישרא' א גאנצע ישועה בקרוב ובניקל. די ווייסט כ'האב אלעס פרובירט, דיך צו האלטן ביים לעבן, אבער כך גזר חכמתו יתברך, און מיר פרעגן נישט קיין שאלות, דיין זיסער קול וואס פלעגט לערנען און עוסק זיין בתוי''ש, קלינגט מיר אין די אויערן, דיינע ריינע אייגעלעך וואס האבן נעכטן נאכט זיך געבעטן פאר א שלונג וואסער, שטייט מיר יעצט פאר די אויגן, און ס'צוברעכט מיר און בארירט ביזן טיעפסטע הארץ סטרונעס, אבער איין זאך ווילעך דיר זאגן, מאמי און איך האבן מחליט געווען, אז מ'גייט דיר נישט חלילה נעמען און צושניידן, און אויפעסן דיין פלייש, אזוי ווי אנדערע טוען נעבעך מחמת גרויס הונגער, ניין! ניין! דיין נשמה וועל מיר צוריקגעבן גאנץ פאר'ן בורא עולם, דער משכון וועט בלייבן אומבארירט'',

און אזוי האט אלישע צום לעצטן מאל אין זיין לעבן, נאך איינמאל צוגעדריקט דעם קליינעם נשמה'לע, און געכאפט דאס לעצטן בליק אויפן בלאסן געזיכט, ווען הייסע זוידיגע טרערן גיסן פון זיינע אויגן, אין מח קלינגט איהם נאך די הארציגע געבעטן פון זיין זיס קינד, ''טאטי, כ'קען נישט מער, כ'מעג האבן אביסל וואסער???'', און ווי ער האט איהם נאך נעכטן נאכט מחזק געווען, און פרובירט צו שטארקן,

אזוי אויפהייבענדיג דאס קעפעלע, זעהט ער נעבעך, ווי דאס צונג איז איהם נעבעך צוגעקלעבט צו די גומען פון גרויס דארשט, דאס קליין קינד, האט נעבעך פארבראכט זיינע לעצטע שעות אונטער שרעקליכע יסורים ל''ע, און ניטאמאל האט ער געקענט שרייען און וויינען, דאס צונג האט זיך איהם פארקלעבט פון גרויס טרוקעניש, זעהנדיג דאס, האט דער טאטע אלישע, פון פריש באנייעט זיינע געפילן, און שטערקער צוגעדריקט דאס קינד, און פרייוויליג געלאזט פאלן זיינע טרערן, כאטשיג זאל ער געניסן פון עפעס פליסיגקייט יעצט לאחר פטירתו,


דער טאטע גייט ארויס אין פעלד, און מיט די לעצטע כוחות האט ער אויפגעגראבן א שטיק ערד, און אריינגעלייגט זיין טייערסטע זאך וואס ער פארמאגט, מיט א הייסע תפלה צום רבוש''ע אז עליה השלם כל הקרבנות כולם, און כאטשיג די אנדערע קינדער זאלן נאך יא איבערלעבן די שווערע זמנים, אזוי אוועקגייענדיג, גיבט ער אזא בליק צוריק צום פרישן קבר, און צו זיין ווייטאג, זעהט ער ווי עטליכע אויסגעהונגערטע אידן, האבן זיך שוין צוגעכאפט צו די קערפער פון זיין שעפעלע, און מ'גרייט שוין צו די האלץ און אלע כלים, ארויפצולייגן דערויף זיין בן יקיר, ער לויפט צוריק, און פרובירט זיך איינבעטן, מ'זאל רחמנות האבן, אבער די אידן קוקן איהם צוריק אין פנים אריין, ווי זיי ווייסן נישט וואס ער וויל, און גייען ווייטער אהן מיט זייער עבודה מיט א שנעלקייט, און ביז געציילטע מינוט איז דאס קליין קינד שוין געליגן אין די מיילער פון עטליכע אויסגעהונגערטע אידעלעך, ווען דער טאטע שטייט פונדערזייט און ברויך צוקוקן ווי די אידן צוברעכן און קוועטשן אויס יעדעס ביינדל, זעהן אויב מ'קען ארויסנעמען עפעס לחלוחית דערפון, און שטעלן זיך דערנאך אויף, איבערלאזענדיג אפאר פארהארטעוועטע ביינדלעך פאר די פייגעלעך צו עסן,


אנקומענדיג אהיים, איז אלישע דערשיטערט געווארן, זעהנדיג זיין אשת חיל זיצט מיט דאס דריי חדשים'דיג קינד, און דעבאטירט מיט'ן שכן אויב מ'זאל צושניידן דאס קינד און דערמיט שטילן די הונגער פאר עטליכע שעה, ווי נאר אלישע האט דאס געהערט, איז ער צוגעלאפן, און ארויסגעכאפט דאס קליין עופה'לע פונעם מאמע'ס שויס, און ארומגענומען דאס מערסטע וואס שייך, די גרויסע תמימות'דיגע אויגעלעך זענען געווען די איינציגסטע באשטעטיגונג אז דאס קינד לעבט נאך, קיין כח צו וויינען האט דאס קינד נישט געהאט, רירן האט זי זיך אויך נישט געקענט, אבער ווען דער טאטע האט איר אויפגעהויבן, האט זי געגעבן א דינע אבער טיפע קרעכטץ, ווי זי וואלט זיך געבעטן ביים טאטע'ן ''כ'וויל נאך לעבן, לאז נישט מאמי טוען אזעלכע נארישקייטן, שוין אזויפיל טעג זיך געמיטשעט, זאג פאר מאמי אז ס'וועט קומען בעסערע צייטן, ווען זי וועט מיר קענען זייגן מיט א רואיגקייט'',, דער טאטע הייבט אויף דעם קליין קינד, און ענטפערט איר צוריק מיט א ליבשאפט און ווארימקייט ''טייערע יוכבד'ל, דיין טאטע וועט אזא זאך קיינמאל נישט טוען צו דיר, די ביסט מיר טייער און לעכטיג, דיין ברודער האבן אנדערע נעבעך אוועקגעלייגט, אבער ביי דיר וועל איך אפבאכט געבן, וויש אפ שיין דיינע טרערעלעך, ס'וועט קומען גוטע צייטן,'', א קליינער זיסער שמייכל האט זיך אויסגעשפרייט אויפן קינד'ס געזוכט, און איז אנטשלאפן געווארן, נישט האבענדיג מער קיין כח צו רירן אפי' איין גליד,

המשך יבא בס''ד


דער נאכט איז שוין לאנג צוגעפאלן, אלישע שפאצירט זיך צום קינדער צימער ווי ער מאכט זיין טעגליכער באזוך צווישן די פארפייניגטע אויסגעמאטערטע נשמות וואס ליגן אזוי האלב באוואוסטלאז אויפן בעט, ווען יעדער באזונדער באקומט א ווארעמע קיש אויפן שטערן, אינדערצייט וואס ביי אלישע אין מח רוישן די געפילן ווי די כוואליע'ס אינמיטן א שטורעם רעגן, די מחשבות לויפן איהם, און ביי יעדעס קינד באזונדער פארפעלט איהם דאס הארץ א קלאפ, זייענדיג גערישט, אז דאס קינד איז שוין נישט בין החיים מער, דער ''על כל נשמה ונשימה וכו''', האט געהאט א פרישער באדייט,

קוים וואס ער האט זיך צוגעשארט צו זיין אייגענעם בעט, אויב טוען איהם די הענט יעדן טאג שטארק וויי, פון די מיטמאכענישן און יסורים, איז עס אבער היינט פילפאכיג שטערקער, ער האלט דאך איצט נאכן אויפגראבן און באערדיגן זיין אייגן קינד, אבער ווער טראכט דען פון די פיזישע יסורים?, די גייסטישע יסורים זענען סאך שטערקער און טיפער, וואס גארנישט וועט העלפן עס צו דערלייכטערן,

אזוי ליגענדיג אין בעט, האבן איהם זיינע מחשבות צוריק געטראגן צו 52 יאר צוריק, ווען דער נביא זכרי' איז געשטאנען און זיך געבעטן בתחנונים, מ'זאל תשובה טאן, ער האט דעמאלטץ אלעס פארגעזאגט, אבער מ'האמיר נישט געהאט קיין שכל, און זיך געלאזט פאר'נער'ן פון די נביאי שקר, און ליידער אומשולדיגערהייט האט מען איהם גענומען און קאלטבלוטיג פארגאסן זיין בלוט, וואס קאכט און זידט עד היום הזה דארט אויפן מזבח, די געפילן פון חרטה און תשובה האבן איהם איבערגענומען זיין מח, און שטילערהייט האט ער זיך צוכליפעט מיט א תפילה קצרה און מיט גרויס השתוקקות געוואנדן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט:

''טייערער זכרי', מיר האבן זיך באנארישט, ס'שטייט מיר נאך פאר די אויגן דאס בילד, ווען יואש המלך האט פארארדענט מ'זאל שופך זיין דם נקי, אלץ פאר'ן בלויזן חטא פון איבערגעבן דעם דבר ה', דיינע לעצטע דיבורים זענען געווען דאן, ''השי''ת זאל זיך אננעמען פאר מיר, און נקמה נעמען אין מיין בלוט'', און טאקע זינט דאן האט דיין בלוט נישט אויפגעהערט זידן און קאכן דארט ביים עזרה, וואס ווייזט נישט קיין גוט'ס, אבער אפשר דאך, קוק צו די פיין און ווייטאג וואס מיר אידישע קינדער מאכן דא מיט, און זיי מעורר רחמים ביים קל רחום וחנון''

אלישע האט טאקע נישט באקומען קיין אנטווארט פונעם נביא ה', אבער זיינע געפילן האבן צוגעשפילט און איהם פארציילט וואס זכרי' וואלט איהם געענטפערט יעצט:

''אלישע טייערער, 52 יאר איז זיך שוין פארלאפן, אונזערע אידישע ברודער האבן אזויפיל מצער געווען דעם הייליגן באשעפער, הערשט נעכטן האט מען נאך נאכגעשריגן און געשלאגן דעם איצטיגער נביא ירמי', אבער וויסן זאלסטו, די גאנצע פמליא של מעלה וויינט, כביכול די רבוש''ע האט נישט קיין מנוחה, יעצט קעמען נאך ראטעווען, אבער ליידער איז מען שטארק אריינגעטאן אונעם כוחי ועוצם ידי, און אפי' יעצט ווען די צרות זענען שוין אזוי גרויס, זענען דא גאר ווייניג וואס טראכטן אזוי ווי דיר, דער שכינה הקדושה שטייט דא לפני כסא הכבוד, און לאזט נישט נאך, לאמיר האפן אז סוכ''ס וועט מען זיך בארעכענען און תשובה טאן''

און אזוי מיט אזעלכע מחשבות איז אלישע איינגעשלאפן האלב באוואוסטלאז, ווען זיינע אויגן זענען דורכגעווייקט מיט טרערן, וואס האבן איהם בא'גנב'עט דאס לעצט ביסל פליסיגקייט פון זיינע קערפער,

נאך עטליכע מינוט, האט זיך אלישע דערוועקט, נעמליך, א לייכטער שארך האט זיך דערהערט הארט נעבן זיין בעט, ער עפנט זיינע אויסגעמיטשעטע אויגן, און כאפט א בליק, בלויז זיכער צו מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג, אבער ווי ערשטוינט און פארפרוירען איז ער געווארן, ווען ער האט געזעהן ווי דאס ווייב זיינער שטייט העכער דעם קליין בעטל פונעם דריי חדשים'דיג קינד, מיט א מעסער אין די האנט, פון אירע אויגן גיסן טרערן, אירע הענט ווארפן זיך פאר שרעק, אבער זעהט אויס די הונגער האט גובר געווען, און דאס האט איר געברענגט צו מאכן אזא ביטערע החלטה,

דאס מעסער שטייט שוין ביים האלדז פונעם קליינעם נשמה'לע, די מאמע קוקט אריין דאס קליין קינד אין די אויגן, און זאגט:

''יוכבד'ל טייערער, מאמי האט דיך זייער שטארק ליעב, דיין זיס פנים'ל וועט מיר באגלייטן אייביג, דיין שיינענדיגע געזוכט וועט מיר ווייטער באלייכטן מיין וועג אין אט די שווערע זמנים, אבער כ'האב נישט קיין ברירה, מאמי וועט דיך יעצט נעמען, און שנעל צושניידן, האב נישט מורא, ס'וועט דיר גארנישט וויי טאן, כאטשיג זאלסטו האבן די זכות פון שפייזן דיינע עלטערן פאר נאך איין טאג'',

זי הייבט אויף דעם קליין לויטערע נשמהל'ע, און כאפט דעם לעצטן בליק, באגלייט מיט א ווארעמע קיש אויף די יונגע ווייעכע שטערן, און מיט פארציטערטע הענט גיבט זי א שנייד אריין אונעם האלדז, וואס מיט דעם איז פארענדיגט געווארן די קורצע אבער פארפאניגטע לעבן,

דאס קליין בעט'ל וואס וואלט געדארפט זיין פארשמירט מיט לעבעדיגע קינדערישע אקטיוועטען, איז אבער באדעקט געווארן מיט א שיכט רויטע בלוט, אבער נישט ווייל דאס קינד איז ארפגעפאלן און זיך צוקלאפט, און אויך נישט דורך עפעס א רוצח וואס האט זיך אריינגעבראכן אין שטוב, ניין, ניין, נאר די אייגענע מאמע, וואס האט זיך אפגעפלאגט די תשעה ירחי לידה, און אויפגעהאדעוועט דאס קינד על ברכי', האט דורכגעשניטן דעם קליינעם קנה ושט, און זיך נישט געקימערט מיט די רחמניות'דיגע שטימע געבעטן פונעם אומשולדיג קינד, וואס וועט ניטאמאל קומען לקבר ישרא',

די מאמע האט נישט יעצט די צייט צו טראכטן אפי', די ברענעדיגע טאפ הייס וואסער ליגט שוין אויפן פייער, און גרייט אפצוקאכן דעם פעטן ביינדל וואס זי האט זיך אקאורשט ערלעדיגט, זי טראכט נישט קיין צוויי, כאפט אהן דעם ווייעכן פיסעלע, וואס איז נאך נעבעך מפרכס, און שליידערט עס אריין אין טאפ, און שטייט און ווארט דארט, ווען יעדעס מינוט קוקט זי אויב די פייער האט שוין גענוג שטארק געכאפט די לייב פון איר יוכבד'ל, און ס'שוין גענוג אפגעקאכט מ'זאל עס קענען עסן,

אוי! ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהן....

המשך יבא בס''ד
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יוש איז דאס שרעקעדיג
דאס איז פאר שטארקע הערצער אויך נישט
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ס'איז יא
מיר זאגן דאס תשעה באב, און א פליכט צו האבן כוונת המילים, צו וויסן אויף וואס מיר קלאגן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אוי... כאפט א שוידער...

אוי מה היה לנו!!

עיני יורדה מים!!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כ'ווייס נישט וויאזוי א בשר ודם האט אפגעטייפט די בלוטיגע קאפיטל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

זייער גוט שרייבעריש,

איך מיין אבער די זאלסט ווייזען אזא ארטיקעל פאר א דיין אדער דעת תורה אויב סמעג דא בלייבען
סאיז דא א וועג וויאזוי משרייבט די זאכען
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פאלעסיידס האט געשריבן: זייער גוט שרייבעריש,

איך מיין אבער די זאלסט ווייזען אזא ארטיקעל פאר א דיין אדער דעת תורה אויב סמעג דא בלייבען
סאיז דא א וועג וויאזוי משרייבט די זאכען

זיי ביטע מסביר אויף וואס די בויעסט די הנחה,

אישי איז אויך גוט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך קען נישט... ניין איך קען עס נישט ליינען.

אבער עס איז די ביטערע ווארהייט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7985
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

פאלעסיידס האט געשריבן: איך מיין אבער די זאלסט ווייזען אזא ארטיקעל פאר א דיין אדער דעת תורה אויב סמעג דא בלייבען
סאיז דא א וועג וויאזוי משרייבט די זאכען

ס''ה געטייטש איכה און קינות...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

:-(:-(זייער עמאציאנאל
פלאנסט צו המשכ'ן?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Wow. זייער עמאציאנאל און רירנד. שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

געטייטשט די קינות מיט אלע פרוטים
שיין געשריבען
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: אוי מה הי' לנו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

עומד מן הצד האט געשריבן: .

המשך יבא בס''ד


שרעקידיג,
די המשך זאלן מיר שוין זינגען מיט משיח׳ן אינאיינעם בקרוב ממש
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”