חבורת adhd

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

געדארפט זיין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 12:11 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדארפט זיין »

יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:41 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:16 pm
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:00 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:26 pm
איך דארף פארן א לאנגע וועג אבער מיין קאפ האלט זיך אין איין פארטראכטן איינער מיט א עצה?
מאך דיין GPS זאל רעדן הויך.
העלפט נישט צי סאך ווייל מיין קאפ הלט אין איין פארן ווייטער אין עס בלייבט נישט אויפן ראד
און די קענסט נישט טראכטן פון אנדערע זאכן ווען די דרייווסט? ווען די וואקסט אויפן גאס קראכסטו אריין אין מענטשן?
(איך האב פארשטאנען אז דיין פראבלעם איז אז די פארגעסט צי נעמען די עקזיט), אויב די קענססט בעסער מסביר זיין דיין פראבלעם, וואלט געווען א טובה.
איך זה נישט וואס די פארשטייסט נישט איך האלט מיך אין איין פארקלאצן אין פארחלומ'ן
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

AdultAdhd האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:41 am
retiredprofessor האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:23 am
I agree with you with 3 points:

1) that a forum is not professional advise, 2) that the major pain of an ADHD is because he's not properly understood, so an awareness would help somewhat, 3) that an ADHD enjoys creativity.

Still I agree with Neshomo that graphics is not always recommended for an ADHD, even that it is a creativity. Since the ADHD needs a stimulation and has a problem with structure and therefore, with completing tasks while things are not urgent.

Urgence is not so much his enjoyment, but it is his ignition. Creativity is never possible without an ignition.

(but, in my opinion, ADHD CAN be healed. SHHHHH.(
i used graphics as an example if someone finds it stimulating for him

your statement "Creativity is never possible without an ignition" is wrong for most ADD people Creativity = stimulating

my personal believe is that ADD can be managed it cant be healed, i am considered a very successful person in business and in personal life most people i come across would never imagine the pain the shame i still go thru not often but it still happens like when instead of finishing something important i will do something silly for a few hours

i cant take medicine because i had issues with it, i believe it should be the first thing to try not the last, when i see people writing that there are ways to overcome ADD without medicine, i am always wondering if they would give the same advice for people who need gasses to see, because there is unproven exercises to avoid glasses
Glasses does not equal side effects vs medication
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

Right. But me point wasn't intended to be against medication, as you can see in my other posts that I have nothing against it. It should always be represented as one of the options and should not be crossed out, just because of a false stigma. My point is only, that you shouldn't quit your job only because that you was told that your ADHD cannot be healed.
פארגעס
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

טערקישער גאון האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:55 pm
איש פשוט אני האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:34 am
טייערע חברים

כ'גלייב אז דא איז די פאסיגע מקום פאר אזא פראגע.

כ'האב קיינמאל נישט געהאלטן אז איך האב סיי וועלכע שייכות מיט ADHD צוליב וואס איך בין בכלל נישט הייפערעקטיוו.

למעשה מיט די יארן בינעך קלארער געווארן אז פול פון מיינע מיטשענישן קומט צוליב וואס איך קען נישט האלטן קיין קאנצעטראציע, אין אנהייב האב איך עס תולה געווען אין אויגן פראבלעמען אבער ווי א יאר שפעטער מיט פארשידענע עקסערסייזעס איז געבליבן אז די רעדע איז פון א טיפערע שורש.

כ'וואלט אראפגעלייגט מיין קאפ ווי א מח וואס שווימט אין וואסער, ס'זעט זאכן בלארי, אין אנהייב ווען איך טו דורך א נושא וועט נאך זיין די עקסטאז צו קענען אריינגריבלען אבער ווי מער די עקסיימענט גייט אוועק ווערט מיר עס ווי א בארג אויפן קאפ און ממש ס'קומט אן צו א פלאץ ווי איך קען פשוט נישט. כ'פלעג פאר די ארבעט דארפן דורכטון נושאים און איך האב עס פשוט נישט געקענט דעליווערן.

כ'האב זייער ליב צו לערנען אבער ס'איז מיר גאר שווער צו קענען האלטן די פאקוס, אין די ערשטע מינוט וואס איך לערן די גמרא וועט מיר גלייך ארויפשווימען נושאים וואס שטימען יא אדער נישט אבער ווען איך הייב אן בלעטערן וועל איך ווערן צואוואסערט און צושפרייט ביזן פארלירן די גאנצע אפעיטוט פאר אנהייבן לערנען.

ליינען איז מיר כמעט אוממעגליך, דיקע ביכער ווארטן מיר און בעטן זיך ביי מיר צו ווערן געליינט, כ'דארף דורכטון זאכן פאר מיין פרנסה אבער וואס קען מען טון אז די מח האלט נישט דערביי, ער לאזט מיר פשוט נישט.

כ'מאך אפ יעדן דריטע טאג אז מ'גייט אנהייבן נאכקומען טעסקס וואס ווארטן אבער ווען ס'קומט למעשה ווייסעך נישט וועלכע קנעפל מ'דארף דריקן צום ערשט, ס'ווער שטאק אין די שווים באסיין פון מחשבות וואס פירן מיר אין באד אריין.

כ'שפיר אז אסאך פאטענציאל אין לעבן ווערט מיר פארוואסערט בשעת'ן שוועבן אין די לופטן און איך בין זייער פרעמד צו די רפואת פון ADHD, כוואלט געוואלט הערן אויב איינער קען מיטטיילן פראקטישע רפואות פאר אזא בילבול המח.

כ'וואלט געווען אפן צו סיי וועלכע סארט רפואה.

א דאנק פון פאראויס.
אני הקטן פיהל צימאל די זעלבע. כמדומה לי קומט עס פון עצלות נישט פון אדהד.
ווי יעדע זאך. מאכט א גאול וועט איהר זעהן מופתים .

ליידענדיג פון די זעלבע פראבלעם, איז נאכ'ן דורך טון אביסל די נושא, איז "מיר" קלאר אז עס איז נישט קיין פוילקייט, עס איז גאראדע למעשה א פוילקייט, אבער די שורש דערפון איז נישט פוילקייט, פשוט ADHD ווערט פויל אויף זאכן וואס זיי ווערן בארד, אבער א פוילע מענטש איז פשוט אז אפילו זאכן וואס ער איז excited צו טון, איז עס דאך מיט א פוילע שטימונג, אנדערש איז אבער ADHD וואס ווען עפעס כאפט זיי זענען זיי נאך די געשיקסטע וואס שייך.
בנוגע דאס וואס די זאגסט וועגן קאנצעטראציע, וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער האט ערפארונג און די פעלד זאל ביטע אריינקומען מיט מער אינפארמאציע, ווייל איך פלאג מיר שוין יארן מיט די אויגן, און מיט קאנצעטרירן, איך האב אמאל געפרעגט די לאנדאנער דאקטער איבער דעם האט ער מיר געזאגט אז די קאנצעטראציע קען קומען פון אויגן פראבלעמען, ווייל די אויגן איז א גרויס חלק פון די קאנצעטראציע פון די מח, למעשה האב איך שפעטער אויסגעפינען אז מיין קאנצעטראציע פראבלעמען קומט פון ADHD , אויב אזוי קען אפשר זיין אז די אויגן פראבלעמען קומען גאר פון דעם וואס די מח קען נישט קאנצעטרירן, שיקט די מח ארויס די אויגן אויף א נישט ריכטיגע וועג??
ביטע ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן עס קען מיר אסאך ארויסהעלפן
דו האסט א טרעק אף מיינד, וואס קיינער חוץ דיר קען נישט טראכטן. לאז וויסן וויאזוי די טראכסט. ווייל קיינער קען עס נישט טראכטן אן דיר!

#איזהו חכם הלומד מכל אדם
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

I would say that such a physical thing as vision should be always checked BEFORE thinking psychological causes such as ADHD, since a physical thing can always be measured easier and more precisely than a psychological.
אברך הידוע
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2022 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך הידוע »

פארגעס האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:21 pm
טערקישער גאון האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:55 pm
איש פשוט אני האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:34 am
טייערע חברים

כ'גלייב אז דא איז די פאסיגע מקום פאר אזא פראגע.

כ'האב קיינמאל נישט געהאלטן אז איך האב סיי וועלכע שייכות מיט ADHD צוליב וואס איך בין בכלל נישט הייפערעקטיוו.

למעשה מיט די יארן בינעך קלארער געווארן אז פול פון מיינע מיטשענישן קומט צוליב וואס איך קען נישט האלטן קיין קאנצעטראציע, אין אנהייב האב איך עס תולה געווען אין אויגן פראבלעמען אבער ווי א יאר שפעטער מיט פארשידענע עקסערסייזעס איז געבליבן אז די רעדע איז פון א טיפערע שורש.

כ'וואלט אראפגעלייגט מיין קאפ ווי א מח וואס שווימט אין וואסער, ס'זעט זאכן בלארי, אין אנהייב ווען איך טו דורך א נושא וועט נאך זיין די עקסטאז צו קענען אריינגריבלען אבער ווי מער די עקסיימענט גייט אוועק ווערט מיר עס ווי א בארג אויפן קאפ און ממש ס'קומט אן צו א פלאץ ווי איך קען פשוט נישט. כ'פלעג פאר די ארבעט דארפן דורכטון נושאים און איך האב עס פשוט נישט געקענט דעליווערן.

כ'האב זייער ליב צו לערנען אבער ס'איז מיר גאר שווער צו קענען האלטן די פאקוס, אין די ערשטע מינוט וואס איך לערן די גמרא וועט מיר גלייך ארויפשווימען נושאים וואס שטימען יא אדער נישט אבער ווען איך הייב אן בלעטערן וועל איך ווערן צואוואסערט און צושפרייט ביזן פארלירן די גאנצע אפעיטוט פאר אנהייבן לערנען.

ליינען איז מיר כמעט אוממעגליך, דיקע ביכער ווארטן מיר און בעטן זיך ביי מיר צו ווערן געליינט, כ'דארף דורכטון זאכן פאר מיין פרנסה אבער וואס קען מען טון אז די מח האלט נישט דערביי, ער לאזט מיר פשוט נישט.

כ'מאך אפ יעדן דריטע טאג אז מ'גייט אנהייבן נאכקומען טעסקס וואס ווארטן אבער ווען ס'קומט למעשה ווייסעך נישט וועלכע קנעפל מ'דארף דריקן צום ערשט, ס'ווער שטאק אין די שווים באסיין פון מחשבות וואס פירן מיר אין באד אריין.

כ'שפיר אז אסאך פאטענציאל אין לעבן ווערט מיר פארוואסערט בשעת'ן שוועבן אין די לופטן און איך בין זייער פרעמד צו די רפואת פון ADHD, כוואלט געוואלט הערן אויב איינער קען מיטטיילן פראקטישע רפואות פאר אזא בילבול המח.

כ'וואלט געווען אפן צו סיי וועלכע סארט רפואה.

א דאנק פון פאראויס.
אני הקטן פיהל צימאל די זעלבע. כמדומה לי קומט עס פון עצלות נישט פון אדהד.
ווי יעדע זאך. מאכט א גאול וועט איהר זעהן מופתים .

ליידענדיג פון די זעלבע פראבלעם, איז נאכ'ן דורך טון אביסל די נושא, איז "מיר" קלאר אז עס איז נישט קיין פוילקייט, עס איז גאראדע למעשה א פוילקייט, אבער די שורש דערפון איז נישט פוילקייט, פשוט ADHD ווערט פויל אויף זאכן וואס זיי ווערן בארד, אבער א פוילע מענטש איז פשוט אז אפילו זאכן וואס ער איז excited צו טון, איז עס דאך מיט א פוילע שטימונג, אנדערש איז אבער ADHD וואס ווען עפעס כאפט זיי זענען זיי נאך די געשיקסטע וואס שייך.
בנוגע דאס וואס די זאגסט וועגן קאנצעטראציע, וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער האט ערפארונג און די פעלד זאל ביטע אריינקומען מיט מער אינפארמאציע, ווייל איך פלאג מיר שוין יארן מיט די אויגן, און מיט קאנצעטרירן, איך האב אמאל געפרעגט די לאנדאנער דאקטער איבער דעם האט ער מיר געזאגט אז די קאנצעטראציע קען קומען פון אויגן פראבלעמען, ווייל די אויגן איז א גרויס חלק פון די קאנצעטראציע פון די מח, למעשה האב איך שפעטער אויסגעפינען אז מיין קאנצעטראציע פראבלעמען קומט פון ADHD , אויב אזוי קען אפשר זיין אז די אויגן פראבלעמען קומען גאר פון דעם וואס די מח קען נישט קאנצעטרירן, שיקט די מח ארויס די אויגן אויף א נישט ריכטיגע וועג??
ביטע ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן עס קען מיר אסאך ארויסהעלפן
איך האב מיך אייביג געמוטשעט מיט קאצעטראציע.
אין שטייטצעך מ׳האט עס אנגעלייגט אויף די אויגען איך בין געווען ביי יעדע גרויסע אויגען דאקטער וואס מיין מאמע האט נאר געהערט פין. מ׳האט מיר געגעבן פריזעם/בייפאגעלס אין אלע אנדערע שמת נרדפים פארשטייטצעך גארנישט האט געהאלפן.

פארשטייטצעך זען האב איך טאקע געקענט בעסער אבער פאר די קאנצעטראציע האט עס נישט געהאלפן.

פשט איז די פאקט אז די adhd קינד קען זיך נישט קאנצעטרירן אויפען מלמד איז נישט קיין אויגן פראבלעם. די פראבלעם איז אז ס׳אים נישט גענוג אינטארסאנט
אברך הידוע
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2022 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך הידוע »

בנוגע דאס וואס די זאגסט וועגן קאנצעטראציע, וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער האט ערפארונג און די פעלד זאל ביטע אריינקומען מיט מער אינפארמאציע, ווייל איך פלאג מיר שוין יארן מיט די אויגן, און מיט קאנצעטרירן, איך האב אמאל געפרעגט די לאנדאנער דאקטער איבער דעם האט ער מיר געזאגט אז די קאנצעטראציע קען קומען פון אויגן פראבלעמען, ווייל די אויגן איז א גרויס חלק פון די קאנצעטראציע פון די מח, למעשה האב איך שפעטער אויסגעפינען אז מיין קאנצעטראציע פראבלעמען קומט פון ADHD , אויב אזוי קען אפשר זיין אז די אויגן פראבלעמען קומען גאר פון דעם וואס די מח קען נישט קאנצעטרירן, שיקט די מח ארויס די אויגן אויף א נישט ריכטיגע וועג??
ביטע ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן עס קען מיר אסאך ארויסהעלפן
[/quote]

דאס וואס די פרעגסט אז אפשר קימען די אויגען פראבלעםן פין די adhd.
די האסט אויגען פראבלעמען אז די דארפסט עס אנלייגן אויף adhd? ווי איך פארשטיי האסטע געהאט קאצעטראציע פראבלעמן אין עס געוואלט אנלייגן אויף די אויגן. נישט פארקערט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

געדארפט זיין האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:34 am
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:41 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:16 pm
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:00 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:26 pm
איך דארף פארן א לאנגע וועג אבער מיין קאפ האלט זיך אין איין פארטראכטן איינער מיט א עצה?
מאך דיין GPS זאל רעדן הויך.
העלפט נישט צי סאך ווייל מיין קאפ הלט אין איין פארן ווייטער אין עס בלייבט נישט אויפן ראד
און די קענסט נישט טראכטן פון אנדערע זאכן ווען די דרייווסט? ווען די וואקסט אויפן גאס קראכסטו אריין אין מענטשן?
(איך האב פארשטאנען אז דיין פראבלעם איז אז די פארגעסט צי נעמען די עקזיט), אויב די קענססט בעסער מסביר זיין דיין פראבלעם, וואלט געווען א טובה.
איך זה נישט וואס די פארשטייסט נישט איך האלט מיך אין איין פארקלאצן אין פארחלומ'ן
ב"ה

מיטלייד קען איך האב מיט דיר. ווייל איך האב אויך זייער אסאך געליטן פון דאס זיך פארקלאצן און פאר'חלומ'ן. ווייס איך נישט צי ס'איז עכט דא א עצה אז דו זאלסט מיטאיינמאל אינגאנצן אויפהערן צו חלומ'ן און ווערן אויס פארקלאצט. אונז דארף מיר צעביסלעך טרענירן אונזער מח אז אויף די זאך וואס מיר פאוקוסירן סיי וועלכע מינוט, זאל זיין דאס מערסטע Urgent.

אפילו אויב א זאך פילט זיך ווי א חידוש, און עס פילט זיך אלץ א טשאלענדש, און עס איז אינטערעסאנט, דארף דאס אבער אויך האבן די אינגרידיענט אז דאס קען נישט ווערן אפגעשטופט פאר סתם ארומיגע זאכן. ס'מוז יעצט געטראכט ווערן, אבער יעצט! דאס מיינט ס'האט אין זיך Urgency.

אזוי ווי ווען דו זעהסט עפעס א אינטרעסאנטע פייגל, פילסטוביי דיר אז אלעס ווערט יעצט אפגעשטופט פאר די Urgency פון זען דעם פייגל. נישט דו ווייסט עס, דו פילסט עס. "איך מוז עס יעצטזעהן. קיינער זאל מיר יעצט נישט שטערן" דער זעלבער געפיל דארפסטו האבן א גאנצן צייטווען דו פרובירסט צו האלטן דיין אטענשאן צו א געוויסע זאך. דער געפיל. א געפיל פון Urgency. צו יעדע חלק פון א שיעור וואס דו ווילסט אויסהערן דארף זיין אין דיר דעם Urgency געפיל.

אזא געפיל קען מען אויך אויפבויען אין זיך צו א געוויסע זאך. און דו דארפסט עס אויפבויען אין דיר צו די עצם זאך אז דו ווילסט נישט קלאצן.

ס'דא אסאך מאל ווען ס'קומט צו פארן א טרעקטער, און צעברעכט א שטיקל הויז וואס מ'וויל מאכן גרעסער. און מענטשן שטייען און קוקן. וואס איז אינטערעסאנט דערמיט? צו זען וויאזוי די שאוועל באווייזט צו חוזק מאכן פון א פעסטע הויז? וואס איז עס אזוי אינטערעסאנט, אדער וויכטיג, אדער א חידוש, אדער א טשאלענדש? נאר ס'האט אין זיך Urgency.

עכ"פ, וועסט באמערקען אז ביי די אלע וואס האלטן דאס מיט, אז ס'איז דא אזא Urgency דאס צו מיטהאלטן. "אלעס ווערט יעצט אפגעשטופט, אבער אלעס, בכמות ובאיכות, יעצט איז דא נאר א טרעקטער וואס באווייזט זיין כוח. דאס איז די געפיל פון Urgency. און דאס האלט אן דעם עולם צוגענאגלט צום טרעקטאר.

אמת טאקע אז שכל'דיג האט דאס נישט קיין שום פשט, ווייל איז עס דען אזוי וויכטיג? אבער דאך האט עס אין זיך א Urgency. קומט אויס פון דעם אז Urgency איז נישט אזוי שכל'דיג, אבער ס'איז נישט אזוי שווער צו באווייזן. דיסטרעקשאנס וואס געשעט צו א ADHD קומט פון זאכן וואס זענען Urgent. און נישט פון זאכן וואס זענען וויכטיג.

ענדערש ווי זיך צו פרובירן מסביר זיין אז אנדערע זאכן זענען נישט אזוי Urgent, ענדערש מאך דאס וואס דו טוסט יעצט דאס מערסטע Urgent.

Urgent מיינט נישט אז א זאך איז וויכטיג. ארדשענט מיינט אז א געוויסע זאך ציהט אויף עפעס א אופן מיין אטענשאן אין די יעצטיגע מינוט. פארוואס? איך ווייס נישט! קען זיין אז דו האסט שוין באמערקט אז דאס זיך פארקלאצן און פאר'חלומ'ן קומט ווייל אין א געוויסע רגע איז דיר עפעס געווען מער Urgent. אמאל איז עס א קליינע נישטיגקייט.

דו הייבסט אן טראכטן פון עפעס, און דאן געט א פליה א דורך א קליין רויטע קארעלע. וואס איז אזוי אינטערעסאנט מיט דעם רויטן קאר? ממש גארנישט. א פלעינע רויטע קליינע קאר. גארנישט! אבער למעשה עפעס אין די פליה וואס עס איז דיר דורכגעפלויגן, איז דיר עפעס געפאלן. דאס מאכט אז ס'זאל דיר זיין דאס מערסטע Urgent צו טראכטן יעצט פון דעם קליינעם רויטן קארעלע.

טראכט איך, אויב דו קענסט דיך איינגעוואוינען אז ווען דו טראכסט פון עפעס, און דו ווייסט אז דו טראכסט דערפון, (דאס מיינט אז דו האלטסט קאפ אויף צוויי זאכן. איינס וואס דו טראכסט יעצט, און איינס אז דו טראכסט יעצט פון די געוויסע זאך.) אויב דו קענסט דיך איינגעוואוינען דאס באוואוסטזיניג צו מאכן פאר דאס מערסטע Urgent, שנעלער ווי דיין מיינד וויל מאכן יענץ urgent, קענסטו דיך אפשר איינגעוואוינען צו האלטן קאפ.

דאס מיינט אז אויב אין יענע רגע פאר די קארעלע פארט דורך, וואלטסטו דיך געקענט דערמאנען די Urgency פון די זאך וואס דו ווילסט מיטהאלטן. די Urgency פארוואסדו ווילסטעך נישט פאר'חלומ'ן, אדער די Urgency פארוואס דו ווילסט מיטהאלטן א געוויסע שיעור, אויב א רגע פארדעם וואלט דאס געווען גענוג Urgent, וואלט זיך דיין אטענשאן געהאלטן צום טרעק. און די קליינע רויטע קארעלע וואלט עס נישט באווייזן אוועקצושלפן.

צום ביישפיהל. דו דרייווסט. דיין קאפ איז אויפן ראוד. דו מאכסט אפ ביי דיר אז דו ווילסט יעצט נישט ווערן פאר'חלומ'ט. דו מאכסט א רעמיינדער וואס זאל יעדע מינוט געבן אזא קליינע איידעלע פייף אז דו זאלסט צוריקומען. אבער דאס איז נישט גענוג. ווייל איך פארשטיי אז דאס אז מ'פארקלאצט זיך, קומט נישט נאר אומווילנדיג. נאר עס האט אין זיך רצון. איז וואס האסטו פון א רעמיינדער? די רעמיינדער קען דיר אנהייבן צו גיין אויף די נערווען.

צום ביישפיהל. דו דרייווסט. דו הייבסט אן טראכטן פון עפעס, און דו ווילסט מיטהאלטן דערמיט, דו ווילסט נישט אז דיין קאפ זאל אוועקפליען דערפון. וואס געשעט, דו זעסט עפעס אויפן וועג, צום ביישפיהל א מין בוים. און - לויט ווי איך פארשטיי - כאפ דיך אן א תאווה צו טראכטן פון דעם בוים, אדער זאכן בשייכות צו דעם בוים. עפעס איז יענץ געווען מער Urgent פאר א געוויסע ספליט סעקונד. פאר א געוויסע ספליט סעקונד איז יענץ געווען מער Urgent ווי דאס וואס דו ווילסט טראכטן, אדער מיטהאלטן.

נישט אייביג כאפט מען אז דאס מאכט פארקלאצט, און פאר'חלומ'ט. אבער איך מיין אז יעדע מאל ווען די מוח ווערט פארקלאצט אויף עפעס, קומט עס נישט סתם. עס איז געווען א סעקונדע, וואס עפעס איז דיר יענץ געווען מער Urgent.

די עצה איז צו מאכן די זאך וואס דו ווילסט הערן, מער urgent, ווי סיי וועלכע דרויסנדיגע זאך. און צו מאכן אזאך מער Urgent, דארף מען נישט נוצן שכל. נאר מ'דארף ארויפברענגען אין זיך געפילן פארוואס דאס איז יעצט די מערסטע Urgent.

אוודאי גייסטו ארבעטן זייער שווער. איינער וואס האט נישט ADHD פארקלאצט זיך נישט אזוי ווי איינער וואס האט יא ADHD. און דו גייסט האבן דורכפעלער. אבער 'אונטערשטע שורה' וועסטו צום סוף האבן מער הצלחה זיך צו קענען האלטן צו איין זאך.

Urgency איז א געפיל. דאס איז די געפיל וואס מאכט דיך בכלל וועלן טראכטן פון עפעס. "אה, wow, איך גיי יעצט דאס און דאס טראכטן, אדער דאס און דאס שמועסן" דאס קומט פון Urgency. דאס קומט נישט פון 'וויכטיגקייט'. יעצט, וואס דו דארפסט טון איז, דו דארפסט האלטן קאפ וויאזוי דער Urgency איז געשען אין דיר, און עס קענען צוריק ארויפברענגען און אנהאלטן אין דיר.

לאמיר זאגן דו ווילסט הערן א שיעור אין משניות. אדער דו ווילסט האלטן דיין קאפ אויפן ראוד, און נישט ווערן פאר'חלומ'ט. יעצט, אויב קענסטו ארויפברענגען אין דיר, און זיך דערמאנען די געפיל, די Urgency, פארוואס דו ווילסט עס, אויב קענסטו דאס ארויפברענגען און האלטן אין דיין קאפ, קענסטו דערמיט אפשר זיך פארמעסטן מיט די אלע אנדערע 'Urgency' זאכן,

וואס איך וויל דיר ארויסברענגען איז: וואס איז איינע פון די הויפט זאכן וואס מאכט אז מ'זאל זיך יא קענען קאנצענטרירן? די ענטפער איז Urgency. דאס מיינט עפעס א געפיל אין דיר וואס מאכט אז דאס וואס דו ווילסט יעצט טראכטן איז עפעס גענוג וויכטיג, אז אלעס ארום ווערט ממש בטל.

צו מאכן אז א זאך זאל זיך פילן Urgent איז נישט אזוי שווער. אדרבה, גיי אויפן גאס, און זאג מיר דו פארוואס געוויסע זאכן שלעפן אוועק דיין אטענשאן צו טראכטן דוקא פון יענץ? ווי אינטערעסאנט איז עס? צומאל איז עס כמעט נישט אינטערעסאנט. סתם א אלטע זיידע וואקט מיט א שטעקן! וואס איז עס אזוי אינטערעסאנט? האסט עס שוין געזען הונדערטער מאל. און דאך האט עס עפעס א Urgency און דאס שלעפט אוועק דיין אטענשאן.

זעט מען פון דעם אז צו מאכן אז אזאך זאל זיך פילן Urgent איז נישט אזוי שווער.

ס'איז אמת אז דו גייסט נאכאמאל און נאכאמאל דארפן צוריקברענגען דיין מיינד, אבער אינו דומה צו איינער וואס קלאצט אריין און ברענגט עס צוריק נאר איינמאל אין פופצן מינוט, צו איינער וואס ברענגט עס צוריק איינמאל יעדע מינוט.

פאר א ADHD העלפט נישט צו טראכטן אז א זאך איז וויכטיג, א ADHD האט גארנישט מיט וויכטיג. ס'האט מיט Urgency. די ווארט 'וויכטיג' מיינט אז דו פארשטייסט מיט שכל, מיט לאגיק, מיט פארשטאנד, אז דאס איז די וויכטיגסטע. Urgent מיינט אז א געוויסע זאך ציהט יעצט מיין אטענשאן אז איך זאל יעצט טראכטן דערפון. אפילו אויב ס'איז בכלל נישט וויכטיג. אפילו אויב ס'איז א שטות. מיט דעם אלעם האסטו א געפיל אז דאס איז מיר יעצט דאס וויכטיגסטע, און אלעס ארום זאל גיין. ס'איז עפעס א מין געפיל. אט דער געפיל איז וואס דו דארפסט אויפבויען אין דיר צו סיי וועלכע זאך דו ווילסט האלטן דיין קאפ דערצו און זיך נישט פארקלאצן דערפון.

אויב דו קענסט דיך צואגעוואוינען צו האלטן קאפ אויף וואס דו פאקוסירט יעצט, און אויך אנהאלטן אין דיר אז דאס זאל דיר באמת זיין דאס מערסטע Urgent, מיין איך אז דאס איז די בעסטע עצה וואס איך ווייס ביזדערווייל.

איך קלער אז מיר דארפן זיך איינגעוואוינען צו לעבן אין רגעים פון Urgency. ווען מיר לויפן פון Urgent צו Urgent.

לאמיר זאגן אז דו ווילסט פאר'ן אויפן ראוד און דיך נישט פאר'חלומ'ן, סאו, ס'מוז זיין עפעס א Urgency אין דיר וואס וויל באווייזן די "איך וויל מיך נישט פאר'חלומ'ן", איז אויב דו קענסט א גאנצן צייט האלטן קאפ, און צוריקארויפברענגען די געפיל, קען עס אפשר זיך פארמעסטן מיט ארומיגע זאכן.

פארשטייט זיך אז אלעס קומט מלמעלה צום מענטש.

דאס איז וואס איך ווייס אויפדערווייל.

והשם הטוב עוזר ויעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 02, 2024 7:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארגעס
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

אברך הידוע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:38 pm
בנוגע דאס וואס די זאגסט וועגן קאנצעטראציע, וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער האט ערפארונג און די פעלד זאל ביטע אריינקומען מיט מער אינפארמאציע, ווייל איך פלאג מיר שוין יארן מיט די אויגן, און מיט קאנצעטרירן, איך האב אמאל געפרעגט די לאנדאנער דאקטער איבער דעם האט ער מיר געזאגט אז די קאנצעטראציע קען קומען פון אויגן פראבלעמען, ווייל די אויגן איז א גרויס חלק פון די קאנצעטראציע פון די מח, למעשה האב איך שפעטער אויסגעפינען אז מיין קאנצעטראציע פראבלעמען קומט פון ADHD , אויב אזוי קען אפשר זיין אז די אויגן פראבלעמען קומען גאר פון דעם וואס די מח קען נישט קאנצעטרירן, שיקט די מח ארויס די אויגן אויף א נישט ריכטיגע וועג??
ביטע ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן עס קען מיר אסאך ארויסהעלפן
דאס וואס די פרעגסט אז אפשר קימען די אויגען פראבלעםן פין די adhd.
די האסט אויגען פראבלעמען אז די דארפסט עס אנלייגן אויף adhd? ווי איך פארשטיי האסטע געהאט קאצעטראציע פראבלעמן אין עס געוואלט אנלייגן אויף די אויגן. נישט פארקערט
[/quote]

איך האב ביידע פראבלעמען, די לאנדאנער דאקטער האט מיר געהאלפן ביז א געוויסע ספאט, און איך מעטשע מיר נאך היינט מיט דעם, האב איך געטראכט אז אויב קאנצעטראציע פראבלעמען קען קומען פון די אויגן, אפשר קען אויגן פראבלעמען קומען פון קאנצעטראציע פראבלעמען?
דו האסט א טרעק אף מיינד, וואס קיינער חוץ דיר קען נישט טראכטן. לאז וויסן וויאזוי די טראכסט. ווייל קיינער קען עס נישט טראכטן אן דיר!

#איזהו חכם הלומד מכל אדם
אוועטאר
רקידה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 10:10 pm
לאקאציע:חתונה

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רקידה »

נשמה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 7:25 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:34 am
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:41 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:16 pm
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:00 pm

מאך דיין GPS זאל רעדן הויך.
העלפט נישט צי סאך ווייל מיין קאפ הלט אין איין פארן ווייטער אין עס בלייבט נישט אויפן ראד
און די קענסט נישט טראכטן פון אנדערע זאכן ווען די דרייווסט? ווען די וואקסט אויפן גאס קראכסטו אריין אין מענטשן?
(איך האב פארשטאנען אז דיין פראבלעם איז אז די פארגעסט צי נעמען די עקזיט), אויב די קענססט בעסער מסביר זיין דיין פראבלעם, וואלט געווען א טובה.
איך זה נישט וואס די פארשטייסט נישט איך האלט מיך אין איין פארקלאצן אין פארחלומ'ן
ב"ה

מיטלייד קען איך האב מיט דיר. ווייל איך האב אויך זייער אסאך געליטן פון דאס זיך פארקלאצן און פאר'חלומ'ן. ווייס איך נישט צי ס'איז עכט דא א עצה אז דו זאלסט מיטאיינמאל אינגאנצן אויפהערן צו חלומ'ן און ווערן אויס פארקלאצט. אונז דארף מיר צעביסלעך טרענירן אונזער מח אז אויף די זאך וואס מיר פאוקוסירן סיי וועלכע מינוט, זאל זיין דאס מערסטע Urgent.

אפילו אויב א זאך פילט זיך ווי א חידוש, און עס פילט זיך אלץ א טשאלענדש, און עס איז אינטערעסאנט, דארף דאס אבער אויך האבן די אינגרידיענט אז דאס קען נישט ווערן אפגעשטופט פאר סתם ארומיגע זאכן. ס'מוז יעצט געטראכט ווערן, אבער יעצט! דאס מיינט ס'האט אין זיך Urgency.

אזוי ווי ווען דו זעהסט עפעס א אינטרעסאנטע פייגל, פילסטוביי דיר אז אלעס ווערט יעצט אפגעשטופט פאר די Urgency פון זען דעם פייגל. נישט דו ווייסט עס, דו פילסט עס. "איך מוז עס יעצטזעהן. קיינער זאל מיר יעצט נישט שטערן" דער זעלבער געפיל דארפסטו האבן א גאנצן צייטווען דו פרובירסט צו האלטן דיין אטענשאן צו א געוויסע זאך. דער געפיל. א געפיל פון Urgency. צו יעדע חלק פון א שיעור וואס דו ווילסט אויסהערן דארף זיין אין דיר דעם Urgency געפיל.

אזא געפיל קען מען אויך אויפבויען אין זיך צו א געוויסע זאך. און דו דארפסט עס אויפבויען אין דיר צו די עצם זאך אז דו ווילסט נישט קלאצן.

ס'דא אסאך מאל ווען ס'קומט צו פארן א טרעקטער, און צעברעכט א שטיקל הויז וואס מ'וויל מאכן גרעסער. און מענטשן שטייען און קוקן. וואס איז אינטערעסאנט דערמיט? צו זען וויאזוי די שאוועל באווייזט צו חוזק מאכן פון א פעסטע הויז? וואס איז עס אזוי אינטערעסאנט, אדער וויכטיג, אדער א חידוש, אדער א טשאלענדש? נאר ס'האט אין זיך Urgency.

עכ"פ, וועסט באמערקען אז ביי די אלע וואס האלטן דאס מיט, אז ס'איז דא אזא Urgency דאס צו מיטהאלטן. "אלעס ווערט יעצט אפגעשטופט, אבער אלעס, בכמות ובאיכות, יעצט איז דא נאר א טרעקטער וואס באווייזט זיין כוח. דאס איז די געפיל פון Urgency. און דאס האלט אן דעם עולם צוגענאגלט צום טרעקטאר.

אמת טאקע אז שכל'דיג האט דאס נישט קיין שום פשט, ווייל איז עס דען אזוי וויכטיג? אבער דאך האט עס אין זיך א Urgency. קומט אויס פון דעם אז Urgency איז נישט אזוי שכל'דיג, אבער ס'איז נישט אזוי שווער צו באווייזן. דיסטרעקשאנס וואס געשעט צו א ADHD קומט פון זאכן וואס זענען Urgent. און נישט פון זאכן וואס זענען וויכטיג.

ענדערש ווי זיך צו פרובירן מסביר זיין אז אנדערע זאכן זענען נישט אזוי Urgent, ענדערש מאך דאס וואס דו טוסט יעצט דאס מערסטע Urgent.

Urgent מיינט נישט אז א זאך איז וויכטיג. ארדשענט מיינט אז א געוויסע זאך ציהט אויף עפעס א אופן מיין אטענשאן אין די יעצטיגע מינוט. פארוואס? איך ווייס נישט! קען זיין אז דו האסט שוין באמערקט אז דאס זיך פארקלאצן און פאר'חלומ'ן קומט ווייל אין א געוויסע רגע איז דיר עפעס געווען מער Urgent. אמאל איז עס א קליינע נישטיגקייט.

דו הייבסט אן טראכטן פון עפעס, און דאן געט א פליה א דורך א קליין רויטע קארעלע. וואס איז אזוי אינטערעסאנט מיט דעם רויטן קאר? ממש גארנישט. א פלעינע רויטע קליינע קאר. גארנישט! אבער למעשה עפעס אין די פליה וואס עס איז דיר דורכגעפלויגן, איז דיר עפעס געפאלן. דאס מאכט אז ס'זאל דיר זיין דאס מערסטע Urgent צו טראכטן יעצט פון דעם קליינעם רויטן קארעלע.

טראכט איך, אויב דו קענסט דיך איינגעוואוינען אז ווען דו טראכסט פון עפעס, און דו ווייסט אז דו טראכסט דערפון, (דאס מיינט אז דו האלטסט קאפ אויף צוויי זאכן. איינס וואס דו טראכסט יעצט, און איינס אז דו טראכסט יעצט פון די געוויסע זאך.) אויב דו קענסט דיך איינגעוואוינען דאס באוואוסטזיניג צו מאכן פאר דאס מערסטע Urgent, שנעלער ווי דיין מיינד וויל מאכן יענץ urgent, קענסטו דיך אפשר איינגעוואוינען צו האלטן קאפ.

דאס מיינט אז אויב אין יענע רגע פאר די קארעלע פארט דורך, וואלטסטו דיך געקענט דערמאנען די Urgency פון די זאך וואס דו ווילסט מיטהאלטן. די Urgency פארוואסדו ווילסטעך נישט פאר'חלומ'ן, אדער די Urgency פארוואס דו ווילסט מיטהאלטן א געוויסע שיעור, אויב א רגע פארדעם וואלט דאס געווען גענוג Urgent, וואלט זיך דיין אטענשאן געהאלטן צום טרעק. און די קליינע רויטע קארעלע וואלט עס נישט באווייזן אוועקצושלפן.

צום ביישפיהל. דו דרייווסט. דיין קאפ איז אויפן ראוד. דו מאכסט אפ ביי דיר אז דו ווילסט יעצט נישט ווערן פאר'חלומ'ט. דו מאכסט א רעמיינדער וואס זאל יעדע מינוט געבן אזא קליינע איידעלע פייף אז דו זאלסט צוריקומען. אבער דאס איז נישט גענוג. ווייל איך פארשטיי אז דאס אז מ'פארקלאצט זיך, קומט נישט נאר אומווילנדיג. נאר עס האט אין זיך רצון. איז וואס האסטו פון א רעמיינדער? די רעמיינדער קען דיר אנהייבן צו גיין אויף די נערווען.

צום ביישפיהל. דו דרייווסט. דו הייבסט אן טראכטן פון עפעס, און דו ווילסט מיטהאלטן דערמיט, דו ווילסט נישט אז דיין קאפ זאל אוועקפליען דערפון. וואס געשעט, דו זעסט עפעס אויפן וועג, צום ביישפיהל א מין בוים. און - לויט ווי איך פארשטיי - כאפ דיך אן א תאווה צו טראכטן פון דעם בוים, אדער זאכן בשייכות צו דעם בוים. עפעס איז יענץ געווען מער Urgent פאר א געוויסע ספליט סעקונד. פאר א געוויסע ספליט סעקונד איז יענץ געווען מער Urgent ווי דאס וואס דו ווילסט טראכטן, אדער מיטהאלטן.

נישט אייביג כאפט מען אז דאס מאכט פארקלאצט, און פאר'חלומ'ט. אבער איך מיין אז יעדע מאל ווען די מוח ווערט פארקלאצט אויף עפעס, קומט עס נישט סתם. עס איז געווען א סעקונדע, וואס עפעס איז דיר יענץ געווען מער Urgent.

די עצה איז צו מאכן די זאך וואס דו ווילסט הערן, מער urgent, ווי סיי וועלכע דרויסנדיגע זאך. און צו מאכן אזאך מער Urgent, דארף מען נישט נוצן שכל. נאר מ'דארף ארויפברענגען אין זיך געפילן פארוואס דאס איז יעצט די מערסטע Urgent.

אוודאי גייסטו ארבעטן זייער שווער. איינער וואס האט נישט ADHD פארקלאצט זיך נישט אזוי ווי איינער וואס האט יא ADHD. און דו גייסט האבן דורכפעלער. אבער 'אונטערשטע שורה' וועסטו צום סוף האבן מער הצלחה זיך צו קענען האלטן צו איין זאך.

Urgency איז א געפיל. דאס איז די געפיל וואס מאכט דיך בכלל וועלן טראכטן פון עפעס. "אה, wow, איך גיי יעצט דאס און דאס טראכטן, אדער דאס און דאס שמועסן" דאס קומט פון Urgency. דאס קומט נישט פון 'וויכטיגקייט'. יעצט, וואס דו דארפסט טון איז, דו דארפסט האלטן קאפ וויאזוי דער Urgency איז געשען אין דיר, און עס קענען צוריק ארויפברענגען און אנהאלטן אין דיר.

לאמיר זאגן דו ווילסט הערן א שיעור אין משניות. אדער דו ווילסט האלטן דיין קאפ אויפן ראוד, און נישט ווערן פאר'חלומ'ט. יעצט, אויב קענסטו ארויפברענגען אין דיר, און זיך דערמאנען די געפיל, די Urgency, פארוואס דו ווילסט עס, אויב קענסטו דאס ארויפברענגען און האלטן אין דיין קאפ, קענסטו דערמיט אפשר זיך פארמעסטן מיט די אלע אנדערע 'Urgency' זאכן,

וואס איך וויל דיר ארויסברענגען איז: וואס איז איינע פון די הויפט זאכן וואס מאכט אז מ'זאל זיך יא קענען קאנצענטרירן? די ענטפער איז Urgency. דאס מיינט עפעס א געפיל אין דיר וואס מאכט אז דאס וואס דו ווילסט יעצט טראכטן איז עפעס גענוג וויכטיג, אז אלעס ארום ווערט ממש בטל.

צו מאכן אז א זאך זאל זיך פילן Urgent איז נישט אזוי שווער. אדרבה, גיי אויפן גאס, און זאג מיר דו פארוואס געוויסע זאכן שלעפן אוועק דיין אטענשאן צו טראכטן דוקא פון יענץ? ווי אינטערעסאנט איז עס? צומאל איז עס כמעט נישט אינטערעסאנט. סתם א אלטע זיידע וואקט מיט א שטעקן! וואס איז עס אזוי אינטערעסאנט? האסט עס שוין געזען הונדערטער מאל. און דאך האט עס עפעס א Urgency און דאס שלעפט אוועק דיין אטענשאן.

זעט מען פון דעם אז צו מאכן אז אזאך זאל זיך פילן Urgent איז נישט אזוי שווער.

ס'איז אמת אז דו גייסט נאכאמאל און נאכאמאל דארפן צוריקברענגען דיין מיינד, אבער אינו דומה צו איינער וואס קלאצט אריין און ברענגט עס צוריק נאר איינמאל אין פופצן מינוט, צו איינער וואס ברענגט עס צוריק איינמאל יעדע מינוט.

פאר א ADHD העלפט נישט צו טראכטן אז א זאך איז וויכטיג, א ADHD האט גארנישט מיט וויכטיג. ס'האט מיט Urgency. די ווארט 'וויכטיג' מיינט אז דו פארשטייסט מיט שכל, מיט לאגיק, מיט פארשטאנד, אז דאס איז די וויכטיגסטע. Urgent מיינט אז א געוויסע זאך ציהט יעצט מיין אטענשאן אז איך זאל יעצט טראכטן דערפון. אפילו אויב ס'איז בכלל נישט וויכטיג. אפילו אויב ס'איז א שטות. מיט דעם אלעם האסטו א געפיל אז דאס איז מיר יעצט דאס וויכטיגסטע, און אלעס ארום זאל גיין. ס'איז עפעס א מין געפיל. אט דער געפיל איז וואס דו דארפסט אויפבויען אין דיר צו סיי וועלכע זאך דו ווילסט האלטן דיין קאפ דערצו און זיך נישט פארקלאצן דערפון.

אויב דו קענסט דיך צואגעוואוינען צו האלטן קאפ אויף וואס דו פאקוסירט יעצט, און אויך אנהאלטן אין דיר אז דאס זאל דיר באמת זיין דאס מערסטע Urgent, מיין איך אז דאס איז די בעסטע עצה וואס איך ווייס ביזדערווייל.

איך קלער אז מיר דארפן זיך איינגעוואוינען צו לעבן אין רגעים פון Urgency. ווען מיר לויפן פון Urgent צו Urgent.

לאמיר זאגן אז דו ווילסט פאר'ן אויפן ראוד און דיך נישט פאר'חלומ'ן, סאו, ס'מוז זיין עפעס א Urgency אין דיר וואס וויל באווייזן די "איך וויל מיך נישט פאר'חלומ'ן", איז אויב דו קענסט א גאנצן צייט האלטן קאפ, און צוריקארויפברענגען די געפיל, קען עס אפשר זיך פארמעסטן מיט ארומיגע זאכן.

פארשטייט זיך אז אלעס קומט מלמעלה צום מענטש.

דאס איז וואס איך ווייס אויפדערווייל.

והשם הטוב עוזר ויעזור
איך ווייס נישט ווי מענטשן מיט adhd קענין שרייבן אזעלכע לאנגע באשראבונגין
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

רקידה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:21 am

ווען מען איז הייפערפאוקוסט קען מען שוין איינמאל שרייבן לאנג.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
געדארפט זיין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 12:11 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדארפט זיין »

נשמה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 7:25 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:34 am
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:41 pm
געדארפט זיין האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:16 pm
יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:00 pm

ב"ה

צום ביישפיהל. דו דרייווסט. דו הייבסט אן טראכטן פון עפעס, און דו ווילסט מיטהאלטן דערמיט, דו ווילסט נישט אז דיין קאפ זאל אוועקפליען דערפון. וואס געשעט, דו זעסט עפעס אויפן וועג, צום ביישפיהל א מין בוים. און - לויט ווי איך פארשטיי - כאפ דיך אן א תאווה צו טראכטן פון דעם בוים, אדער זאכן בשייכות צו דעם בוים. עפעס איז יענץ געווען מער Urgent פאר א געוויסע ספליט סעקונד. פאר א געוויסע ספליט סעקונד איז יענץ געווען מער Urgent ווי דאס וואס דו ווילסט טראכטן, אדער מיטהאלטן.

נישט אייביג כאפט מען אז דאס מאכט פארקלאצט, און פאר'חלומ'ט. אבער איך מיין אז יעדע מאל ווען די מוח ווערט פארקלאצט אויף עפעס, קומט עס נישט סתם. עס איז געווען א סעקונדע, וואס עפעס איז דיר יענץ געווען מער Urgent.

והשם הטוב עוזר ויעזור
האסט עס זייער גיט אנגעכאפט, א ריזיגע ייש"כ
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

יעדע נפש איז צאמגעשטעלט פון אסאך סארט שטריכן.

יעדע נפש האט צוויי סארט כוחות (אדער מער פון צוויי) וואס דעליווערן צום מענטש זאכן וואס צו טראכטן, און טון.

צוויי אדער מערערע כוחות אינעם מענטש נעמען אויף מעסעדשעס. איין כוח נעמט אויף מעסעדשעס וואס אנבאלאנגט די: האלט קאפ, זיי דא, זיי קאנטראלירט, טו צום זאך. מצד דעם כוח וואלט א מענטש זיך קאנצענטרירט און נישט געווארן דיסטרעקטעד.

און אין די זעלבע צייט נעמט א צווייטע כוח אויף מעסעדשעס ווי: דארט אהינציער פליהט א פייגל. אפשר בויסטו דיך א ביזנעס, איך האב א פלאן. משה האט דיך געטשעפעט, וואס קען מען טון דערצו. זייטיגע זאכן וואס שלעפן אוועק ערגעץ אנדערש.

ס'דא נפשות וואס די כוחות זענען מער בדיעה אחת. אדער זיי ציהלן מער צוזאמען אויף איין אין די זעלבע נושא. אדער איין כוח רעדט ביים מענטש, העכער און שטערקער, און מער צייט, און די זעלבע צייט רעדט די אנדערע כוח גאנץ שטיל און ווייניגער צייט, מיט סך ווייניגער ענערגיע. און ס'דא וואס די צוויי כוחות קריגן זיך און שלאגן זיך אויף טריט און שריט. ווייל ביידע רעדן די זעלבע הויעך אגאנצן צייט. אבער אויף טריט און שריט.

די וואס די צוויי כוחות שלאגן זיך אויף טריט און שריט, קענען ווערן ADHD.

וועסט קיינמאל נישט טרעפן א ADHD וואס אלע זיינע כוחות זענען פאראייניגט צו טון א געוויסע דיסטרעקשאן, ווייל אויב יא, וואלט נישט געווען שייך צו זאגן אז דער מענטש ווערט דיסטרעקטעד. אויב אלעס איז מסכים אז דארט איז די טרעק וואו צו פארן, איז שייך צו זאגן אז ער ווערט דיסטרעקטעד?

ס'דא נפשות וואס איין כוח אין זיי זאגט זיי: פארשטיי, טראכט, האלט קאפ, קאנצענטריר. אבער אין די זעלבע צייט ממש זאגט א אנדערע כוח, דארט אהינציער איז דא עפעס Urgent פון וואס צו פילן יעצט, פון וואס צו טראכטן יעצט. עפעס א חידוש.

אויסהערן א שיעור קומט מלמעלה צום מענטש. אזוי ווי שלאפן קומט צום מענטש, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי מ'שלאפט איין. מ'קען דאס נישט באוואוסטזיניג פאר דוקא מאכן אז ס'זאל געשען. מ'קען דען דאס מיטהאלטן וויאזוי ס'געשעט?

נראה לי אז מ'קען אויך נישט עכט מיטהאלטן וויאזוי קאנצענטראציע געשעט אינעם מענטש. וויאזוי מאך איך אז זאל מיך קאנצענטרירן. וואס טו איך אינערליך? קאנצענטראציע געשעט צום מענטש, און נישט פונעם מענטש. מ'קען זיך נאר גרייטן דערצו, מ'קען זיך נאר אגאנצן צייט אויסשטעלן דערצו, אבער געשען, געשעט עס פון זיך אליין.

א ADHD וועט זאגן: איך גיי יעצט קאנצענטרירן, און האלטן קאפ. מיין איך, אז ער וועט ענדערש האלטן קאפ אז ער וויל זיך קאנצענטרירן, ווי איידער זיך עכט קאנצענטרירן. ער וועט זיין זייער פארנומען אז ער וויל זיך קאנצענטרירן.

אזוי ווי ווען א מענטש וויל איינשלאפן, איז די בעסטע עצה אז ער זאל זיך אריינלייגן אין בעט, רואיג, און ווארטן אז די שלאף זאל קומען צו אים מלמעלה. אזוי אויך, קלער איך, ווען מ'וויל זיך קאנצענטרירן אין לערנען, איז די מערסטע וואס מ'דארף טון דערצו, אז מ'דארף זיך אגאנצן צייט צוגרייטן דערצו. אבער די עצם קאנצענטראציע געשעט פון זיך אליין. דו דארפסט זיין גרייט אז דו גייסט קיינמאל נישט וויסן וויאזוי ס'געשען. צי קען מען דען טון געוויסע אינערליכע פעולות "איך גיי מיך יעצט קאנצענטרירן" און עס וועט גיין? איך מיין אז מ'וועט ענדערש בלייבן ביים טראכטן אז מ'וויל זיך קאנצענטרירן, ווי איידער האבן קאנצענטרירט.

די זעלבע זאך, ווען א מענטש וויל נישט ווערן פאר'חלומ'ט, איז אויך די זעלבע. אויב מ'וועט אגאנצן צייט טראכטן און האלטן קאפ אז "איך חלום יעצט נישט, ריכטיג?" מיט א ציהל אז דאס זאל אים האלטן קאנצענטרירט, דאן מיין איך, אז ער וועט ענדערש טראכטן אגאנצן צייט אז ער פרובירט, נישט צו ווערן פאר'חלומ'ט. אבער ער וועט זיך נישט עכט קאנצענטרירן אין עפעס זאכליך. און אפילו יא, האט עס נישט די עכטע קאנצענטראציע.

די עצה דערצו איז, קלער איך יעצט בשעת איך שרייב די שורות, אז מ'זאל אגאנצן צייט טראכטן "איך גרייט מיך מיינע געפילן צו קענען הערן דעם שיעור. איך פרוביר יעצט ארויפצוברענגען אין מיר די Urgency צו הערן יעדעס ווארט אינעם שיעור. איך גרייט צו מיין הבנה צו זיין גרייט צו קלערן פונעם שיעור, איך פרוביר זיך צו צוגרייטן דערצו. איך גרייט צו מיין חכמה צו קענען פארשטיין וואס איך הער" אבער נאר דאס.

יעצט, דאס וואס איך שרייב יעצט איז נאר וואס איך קלער יעצט, אבער אפשר איז דאס די עצה.

בשעת מ'הערט אויס דעם שיעור, אדער בשעת מ'ארבעט אויף זיך נישט צו ווערן פאר'חלומ'ט, דארף מען ווארטן אז די קאנצענטראציע זאל געשען פון זיך אליין. פרוביר נישט צו טון עפעס אינערליך, מיט דיין מחשבה, אז דו זאלסט ווערן קאנצענטרירט. אלעס וואס דו זאלסט טון איז, מאך דיך בלויז גרייט אז קאנצענטראציע זאל קענען געשען.

איך קלער אז מ'זאל נישט פרובירן אויפצוכאפן וויאזוי די קאנצענטראציע געשעט. אז ס'געשעט פון זיך אליין איז גוט, אויב נישט טו איך ווייטער מיינס, און איך גרייט מיך צו אז ס'זאל האבן וואו צו געשען.

זיך צוגרייטן מיינט אז מ'האלט א גאנצן צייט קאפ אויף: "איך מאך ליידיג מיין מוח צו קענען אויפכאפן די חכמה וואס איך הער יעצט, איך מאך מיך רואיג צו קענען הערן, איך מאך מיך דאהי, איך ברענג אהערן מיין מוח". דאס איז אלעס וואס מ'קען טון.

אויב מ'וועט פרובירן צו טון עפעס אינערליך אז די עצם קאנצענטראציע זאל זיך אנהייבן אפשפילן אין מוח, קען מען זען צום סוף, אז אלעס וואס מ'האט מיטגעהאלטן איז געווען די מיה און פלאג זיך צו קענען קאנצענטרירן, אבער מ'האט נישט באמת קאנצענטרירט. אזוי ווי ווען א מענטש פרובירט איינצושלאפן, צום סוף זעהט ער אז אלעס וואס עס איז געשען מיט אים איז געווען אז ער האט פרובירט איינצושלאפן. אבער איינגעשלאפן איז ער נישט. ווייל כדי איינצושלאפן דארף מען זיך נאר מאכן גרייט דערצו, און מ'דארף אויפהערן זיך אריינצומישן אין די פעולה וואס באלאנגט פאר'ן מוח. איינשלאפן באלאנגט פאר'ן מוח, עס קומט מלמעלה צום מענטש, די זעלבע איז מיט קאנצענטראציע. אדער הבנה.

קאנצענטראציע קומט אויך פון מוח. וואס מיר דארפן טון איז פשוט זיך צוצוגרייטן דערצו. די הבנה, די Urgency, די רצון צו הערן חידוש, וכו'. די עצם קאנצטראציע געשעט פון זיך אליין מלמעלה צום מענטש.

ווען מ'זעט אז מ'האט זיך פאר'חלומ'ט, זאל מען נישט פרובירן צוריקצוקומען צום די עצם פעולה פון קאנצענטרירן, ווייל ס'באלאנגט פאר'ן מוח. נאר מ'זאל זיך צוריקברענגען צו די הכנה, צו די "איך גרייט צו מיין מוח אז די קאנצענטראציע זאל קענען געשען"

אפילו אויב עס וועט געדויערן א לאנגע צייט ווילאנג קאנצענטראציע וועט געשען, לבי אומר לי, אז צום סוף האט עס מער שאנסן צו געשען, ווי ווען מ'פרובירט דאס צו פועל זיין מיט די כוח הרצון לדעת.

וויאזוי קען א ADHD קאנצענטרירן?

לאמיר זאגן א ADHD לערנט א געוויסע מסכת. יעצט, איין חלק מח זאגט אים אז ער זאל צולייגן קאפ צו די ווערטער פון די גמ', און איין חלק מוח זאגט אים אז ס'איז דא עפעס אינטערעסאנט און Urgent, ערגעץ אנדערש. צום ביישפיהל: עפעס א חידוש אין א אנדערע מסכת. איז וויאזוי איז מעגליך אז ער זאל זיך קענען קאנצטענטרירן.

די עצה איז צו צאמרופן ביידע כוחות אז ביידע זאלן זיך ווייטער קריגן, אבער קריגטס ענק דא ביי מיר אינדערהיים. דאס וועט מאכן אז אפילו אויב דער מענטש וועט זיך אמאל צוהערן צו דעם כוח, און אמאל צו דעם אנדערן כוח, אדער כוחות, וועט ער אבער בלייבן אויפן טרעק. ערגעץ דא אויפן טרעק.

מ'זאגט פאר די כוח וואס זוכט קריעטיוויטעט: דו ווילסט זוכן קריעטיוויטעט? זוך עס דא ביי דעם מסכת, ביי דעם רש"י וואס איך לערן יעצט. דו ווילסט זוכן חידוש? זוך עס דא. און דאס מיינט אז מ'מאכט אז א זאך זאל זיין Urgent. און טאשלענדשינג וכו'. ווייל דאס מאכט אז אלעס זאל זיך אפשפילן דא.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז מ'זאל געדענקען אז אלעס קומט מלמעלה צום מענטש.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”