Re: חבורת adhd
אני הקטן פיהל צימאל די זעלבע. כמדומה לי קומט עס פון עצלות נישט פון אדהד.איש פשוט אני האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:34 amטייערע חברים
כ'גלייב אז דא איז די פאסיגע מקום פאר אזא פראגע.
כ'האב קיינמאל נישט געהאלטן אז איך האב סיי וועלכע שייכות מיט ADHD צוליב וואס איך בין בכלל נישט הייפערעקטיוו.
למעשה מיט די יארן בינעך קלארער געווארן אז פול פון מיינע מיטשענישן קומט צוליב וואס איך קען נישט האלטן קיין קאנצעטראציע, אין אנהייב האב איך עס תולה געווען אין אויגן פראבלעמען אבער ווי א יאר שפעטער מיט פארשידענע עקסערסייזעס איז געבליבן אז די רעדע איז פון א טיפערע שורש.
כ'וואלט אראפגעלייגט מיין קאפ ווי א מח וואס שווימט אין וואסער, ס'זעט זאכן בלארי, אין אנהייב ווען איך טו דורך א נושא וועט נאך זיין די עקסטאז צו קענען אריינגריבלען אבער ווי מער די עקסיימענט גייט אוועק ווערט מיר עס ווי א בארג אויפן קאפ און ממש ס'קומט אן צו א פלאץ ווי איך קען פשוט נישט. כ'פלעג פאר די ארבעט דארפן דורכטון נושאים און איך האב עס פשוט נישט געקענט דעליווערן.
כ'האב זייער ליב צו לערנען אבער ס'איז מיר גאר שווער צו קענען האלטן די פאקוס, אין די ערשטע מינוט וואס איך לערן די גמרא וועט מיר גלייך ארויפשווימען נושאים וואס שטימען יא אדער נישט אבער ווען איך הייב אן בלעטערן וועל איך ווערן צואוואסערט און צושפרייט ביזן פארלירן די גאנצע אפעיטוט פאר אנהייבן לערנען.
ליינען איז מיר כמעט אוממעגליך, דיקע ביכער ווארטן מיר און בעטן זיך ביי מיר צו ווערן געליינט, כ'דארף דורכטון זאכן פאר מיין פרנסה אבער וואס קען מען טון אז די מח האלט נישט דערביי, ער לאזט מיר פשוט נישט.
כ'מאך אפ יעדן דריטע טאג אז מ'גייט אנהייבן נאכקומען טעסקס וואס ווארטן אבער ווען ס'קומט למעשה ווייסעך נישט וועלכע קנעפל מ'דארף דריקן צום ערשט, ס'ווער שטאק אין די שווים באסיין פון מחשבות וואס פירן מיר אין באד אריין.
כ'שפיר אז אסאך פאטענציאל אין לעבן ווערט מיר פארוואסערט בשעת'ן שוועבן אין די לופטן און איך בין זייער פרעמד צו די רפואת פון ADHD, כוואלט געוואלט הערן אויב איינער קען מיטטיילן פראקטישע רפואות פאר אזא בילבול המח.
כ'וואלט געווען אפן צו סיי וועלכע סארט רפואה.
א דאנק פון פאראויס.
ווי יעדע זאך. מאכט א גאול וועט איהר זעהן מופתים .