עס מאכט זיך פון מאל צו מאל אז איך לייג ארויף פאליטישע קליפס (פארשטייט זיך אן קיין נשים) אין פארשידענע אשכולת, אין נישט יעדער קומט אויס אריינצוגיין אין די אלע אשכולת, האב איך געטראכט אז עס קען זיין א גוטע זאך צו עפענען א אשכול נאר פאר די קליפס, דער עולם זאל קענען הנאה האבן על טהרות הקודש.
ר' זעקל האט געשריבן:
און א פראוו ארויסצוברענגן די היפאקרעסי פון די דעמאקראטן, וואס פון איין זייט זענען זיי ביזי א גאנצען טאג איבער קאוויד קאוויד קאוויד, און פון די אנדערע זייט טוהן זיי מיט זייערע פאלעסיס צוברענגן אז די קאוויד ראטעס און טעקסעס זאלן ארויפגיין, (און נאכדעם בלעמען טעקסעס רעפאבליקען גאווענער) האט סענאטער טעד קרוז פון טעקסעס אפגעהאלטן א פרעס קאנפרענס ארויסשטעלנדיג די פאקטן, און פארלאנגט עקשען אפצושטעלן די אמזיסטע פיין פון די אימשילדיגע טעקסעס איינוואוינער, וואס ליידן נעבעך פון די דיזעסטרעזס פאלעסיס פון די שעמלאזע דעמאקראטן.
קיינמאל נישט געהערט פאוטשי אזוי ארויסגיין פון די דישעס
קודם האט ער געטרייט בגדול'טערהייט צו זאגן אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט האט ער אים פארגעליינט פון די NIH אליינס וואס זיי רופן געין אוף פאנקשען אז ער זאל נישט קענען מאכן פשעטלך וואס עס מיינט סתם געשאסן אויפגערעגטערהייט און זיך געשטעלט אויף זייטיגע זאכן אבי נישט צו ענטפערען אויף דעם וואס ער האט אים געזאגט אז לויט די NIH דעפענישן הייסט דעס געין אוף פאנקשען
דאס איז די בייעסט קעפל פון וואשינגטאן פאוסט In latest clash over Wuhan lab, Fauci tells Sen. Rand Paul: ‘You do not know what you’re talking about’
און אינעווייניג ברענגען זיי בכלל נישט אז סענעטאר פאול האט געזאגט פאר פאוטשי די דעפענישן פון די NIH אליין דאס איז די בעסיק פון פארפעשינעל מידיע צו ברענגען א ריספאנס פון די אנדער זייט און זיכער נישט שרייבן נאר האלב מעשה און מאכן אויסזען ווי יענער האט גארנישט געזאגט