רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו
- ב' תמוז -
ב' תמוז איז די יארצייט פון א גרויסע צדיק. ער איז געווען איינע פון די דרייצען הייליגע קינדער פון ר' מאטעלע טשערנאבלער זי"ע. ער האט געהייסען ר' אברהם און מען האט אים גערופען דער טריסקער מגיד. עס איז דא א ספר פון זיינע תורות, "מגן אברהם" על התורה. ער איז געווען א גרויסע רבי פון אסאך חסידים און ער האט געהאט אסאך דערהויבענע חסידים וואס זיי זענען אליין געווען רבי'ס פון חסידים. דער טריסקער מגיד, אויסער זיין געוואלדיגע גרויסקייט אין תורה און אין עבודה, פלעגט ער אטפט פארציילען פאר זיינע חסידים מעשיות פון צדיקים וואס זענען געלעגען אין זיי א ברען צו עבודה און צו אהבת חברים.
איין מאל איז דער טריסקער מגיד אריינגעקומען אין בית המדרש מיט צוויי פרעמדע אידן און ער האט געהייסען אז מען זאל צוזאמען רופען די גאנצע שטאט אין בית המדרש אריין צו הערען די מעשה וואס די צוויי מענטשען וועלען פארציילען. מען האט צוזאמען גערופען די גאנצע שטאט און די אידען האבען אנגעהויבען צו דערציילען ווי פאלגענד.
אונז צוויי זענען שותפים אין א גרויסע געשעפט. מיר האבען געדארפט אוועקפארען צום יריד איינצוקויפען אסאך סחורה פאר אונזער געשעפט, האבען מיר זיך איינגעפאקט און מיר האבען איינגעשפאנט שיינע פערד און וואגען. מיר האבען אנגעגרייט די גרויסע סומע פון פינף הונדערט גאלדענע רענדליך און מיר האבען זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנגע וועג. אויף די וועג האבען מיר געזעהן א איד שלעפט זיך מיט זיין פעקעלע און ער גייט צופיס און ער האט אויסגעזעהן זייער אויסגעמאטערט. מיר האבען זיך אפגעשטעלט און מיר האבען אים געפרעגט ווי ער גייט. ער האט אונז געזאגט, און מיר האבען געזאגט צו אים אז ער זאל מיט אונז קומען ווייל מיר גייען אין די זעלבע ריכטינג. ער איז ארויפגעקומען און מיר האבען אנגעהויבען צו שמיסען מיט אים. מיר האבען געזעהן אז ער איז זייער א געשמאקע איד וואס קען אסאך לערנען און ער איז א ירא שמים. מיר האבען זיך זייער געפרייט מיט אים און אזוי זענען מיר ווייטער געפארען ביז עס איז געווארען נאכט.
מיר האבען זיך אפגעשטעלט ביי א גאסטהויז צו נעכטיגען און מיר האבען געזאגט פאר דער איד אז ער זאל אויך קומען נעכטיגען דא און אזוי וועט ער קענען פאטר'ן ווייטער מיט זיי, מארגען צופרי. דער איד האט געזאגט אז ער קען נישט נעכטיגען דא ווייל ער האט נישט קיין געלד צו צאלען פאר'ן גאסטהויז. מיר האבען אים געזאגט אז מיר וועלען אים אויסצאלען פאר'ן גאסטהויז און אזוי איז ער געקומען דארט נעכטיגען. מיר האבען גענומען איין צימער און ער האט גענומען אן אנדערע צימער און מיר האבען אריין געברענגט אונזערע פעק אין אונזער צימער און מיר האבען זיך געלייגט שלאפען.
מיר זענען אויפגעשטאנען אין דערפרי און מיר האבען זיך אנגעגרייט צו פאטרן ווייטער. מיר האבען געזיכט דער איד און מיר האבען געטראפען זיין צימער ליידיג. מיר האבען געזיכט אונזער פעקל מיט די פינף הונדערט גאלדענע רענדליך און מיר האבען עס נישט געפינען. עס איז געגנב'עט געווארען. מיר האבען נישט געוואלט בשום אופן גלייבען אז דער איד האט עס געגנב'עט ווייל ער האט אויסגעזעהן צו זיין זייער א פיינע מענטש. מיר האבען געפרעגט דער בעל הבית פון די גאסטהויז, ווען דער איד איז געגאנגען, האט ער דערציילט אז ער איז אויפגעשטאנען אין מיט'ן די נאכט און ער איז אוועקגעגאנגען. ער האט אונז געוויזען אין וועלכע ריכטונג ער איז געגאנגען. ער האט אויך געזאגט פאר אונז, אז פאר ער איז געגאנגען האט ער געבעטען אביסעל פאדעם מיט א נאדעל און איך האב אים געגעבען.
מיר האבען תיכף אנגעהויבען אים נאכצויאגען און מיר האבען אים דערגרייכט אין מיט'ן וועג. מיר האבען אים געפרעגט צו ער האט גענומען די געלד, האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין געלד. מיר האבען אים אויסגעטאפט און מיר האבען געטראפען אריינגענייט אין זיין קלייד פונקט פינף הונדערט גאלדענע רענדליך. מיר האבען יעצט געזעהן אויף זיכער אז ער האט געגנב'עט די געלד ווייל ער האט אליין געזאגט אז ער האט נישט קיין געלד. מיר האבען צוגענומען די געלד און מיר האבען אים אנגעבראכען זיינע ביינער און מיר האבען אים דארט איבערגעלאזט א צוקלאפטער. מיר זענען געפארען ווייטער צום יריד און מיר האבען איינגעקויפט אסאך סחורה און מיר זענען צוריק אהיים געפארען.
אזוי ווי מיר זענען אנגעקומען אהיים זענען אונזערע בני בית אנטקעגען געקומען. ווען זיי האבען געזעהן אלע סחורה וואס מיר האבען געקויפט, האבען זיי זיך געווינדערט, וויאזוי האט איר געקענט קויפען אלע סחורה, איר האט דא בטעות איבערגעלאזט די בייטעל מיט די געלד מיט די פינף הונדערט גאלדענע רענדליך?!
אזוי ווי מיר האבען דאס געהערט, איז אונז פינסטער געווארען. מיר האבען פארשטאנען אז מיר האבען צוגענומען פון דער איד זיינע רענדלעך. מיר זענען תיכף צוריקגעפארען צו יענע גאסטהויז און מיר האבען געפרעגט צו זיי ווייסען עפלעס פון דער איד. זיי האבען געזאגט אז נאכדעם ווי מיר האבען אים נאכגעיאגט, איז ער צוריקגעקומען א צובליטיגטער און א צוביילטער און ער האט געוויינט און געזאגט, אז צוויי מענטשען האבען אים אוועקגענומען זיין גאנצע געלד וואס ער האט פארדינט זייענדיג א מלמד אין א דארף אפאר יאר און ער האט מיט דעם געלד געדארפט חתונה מאכען א טאכטער. ער האט זיך דא אויפגעהאלטען אפאר טעג און ער איז נישט געקומען צו זיך פון זיינע קלעפ און פון זיין צער,ביז ער איז נעבעך געשטארבען. עס איז פאר אונז זייער פינסטער געווארען און מיר זענען יעצט געקומען צום טריסקער מגיד, אז ער זאל אונז געבען א תשובה פאר אונזערע שווערע חטא פון הרג'ענען אן ערליכע איד.
דער הייליגע טריסקער מגיד האט אויסגעפירט, אידען טייערע, פון דא זעהט מען ווי ווייט מען דארף זיין פאטרזיכטיג פאר מען איז דחן א מענטש. מען דארף זיין הונדערט פארצענט זיכער און האבען געזעהן אליין, פאר מען קען דחן זיין א מענטש, אז ער האט געטוהן א שלעכטע זאך.