רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ז'וריקער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:07 pm
לאקאציע:אין גלות

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ז'וריקער »

בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 10:48 pm
אויב ווילסטו פונקטליך זעהן וואספארא אידענטיטעט-קריזיס די רבי'ס זענען אריבער בימים ההם, האסטו דא עפעס בשייכות מיט טוריסק.

עס איז א באזונדערער נושא און וואלט געדארפט באהאנדעלט ווערן אויף א ברייטערער פארנעם וויאזוי די פירמע נעמען איז געווארן א הויפט טעמע ביי חסידים און וויאזוי דאס האט זיך פארוואנדעלט במשך די צייטן ווען אידן די צדיקי הדור האבן זיך פארוואנדעוועט אין גלות, עד ימינו אלה וואס דער נאמען פון א חסידות איז א הויפט טעמע צווישן קריגערישע פראקציעס ביז דאס ווערט אזא ערנסטער קאנפליקט אזש געברענגט צו ווערן אין די בתי דינים אריין.
א גרויסן יישר כח פאר די בילדער, גערעכט אז עס האט געהערשט א צעמישעניש אין אמעריקא בימים ההםאיבער די היבש פרעמדע מושג פאר זיי איבער רבי'ס ווי מען זעהט פון די צעטלעך.

סתם פאר אינטרעסאנטקייט טריסק-באהוש קומט ווייל זיין טאטע הרה"ק רבי מרדכי זוסיא זצוק"ל איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי יצחק מבאהוש זצוק"ל, און טריסק-זינקוב קומט פון דעם וואס ער אליין איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי פינחס מזינקוב זצוק"ל (שבדרך אגב היה גם הוא חתן רבי יצחק מבוהוש)
א איי וועלט איד
אוועטאר
ז'וריקער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:07 pm
לאקאציע:אין גלות

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ז'וריקער »

בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 10:48 pm
אויב ווילסטו פונקטליך זעהן וואספארא אידענטיטעט-קריזיס די רבי'ס זענען אריבער בימים ההם, האסטו דא עפעס בשייכות מיט טוריסק.
בד"וו סתם פאר אינטרעסאנטקייט, פון ווי נעמט זיך די וועג פון שרייבן טוריסק מיט א 'ו'?
א איי וועלט איד
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

ז'וריקער האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 7:37 pm
מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 10:48 am
געזעהן די שבת בספר מגן אברהם תורה לרגל יום הצלה לח לעומר איינער ווייסט וואס די מעשה איז?
זיך געווינדערט די זעלבע, למעשה ער איז דאך געזיצן אין תפיסה איז אפשר קען גאר זיין אז דאס איז געווען די טריסקע כ"א כסלו… ומי שיודע בבירור מה הסיפור ביטע אריינקומען מיט איפארמאציע…
יישר כח
יא ער איז געזיצן אין תפיסה צוזאמען מיט הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע און אין דעם טאג האט מען זיי באפרייט. ס'איז א אריכות'דיגע סיפור, מ'האט זיי איינגעזעצט אום פסח.

כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מאל ביים פארציילן דעם סיפור צוגעצייכענט אז ל"ח בעומר איז די ספירה פון 'תפארת שביסוד' וואס דאס איז 'יעקב יוסף', א רמז צו הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע וואס איז באפרייט געווארן אין דעם טאג.

פארצייטיש האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:39 pm

זייער שיין און א גרויסן דאנק פארן אויסקלארן..
א איי וועלט איד
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ז'וריקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:36 pm
בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 10:48 pm
אויב ווילסטו פונקטליך זעהן וואספארא אידענטיטעט-קריזיס די רבי'ס זענען אריבער בימים ההם, האסטו דא עפעס בשייכות מיט טוריסק.
בד"וו סתם פאר אינטרעסאנטקייט, פון ווי נעמט זיך די וועג פון שרייבן טוריסק מיט א 'ו'?

אזוי קומט עס צו שרייבן, זעה מגן אברהם, היחס מטשערנאביל, גדולת מרדכי וכו' אלע שרייבן אזוי.
אטעטשמענטס
מגן אברהם.JPG
מגן אברהם.JPG (103.67 KiB) געזען 741 מאל
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
ז'וריקער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:07 pm
לאקאציע:אין גלות

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ז'וריקער »

אאינער ווייסט פארוואס ער\זיי זענען געזיצן?
(איך מיין אז מען דארף נישט קיין הסבר "פארוואס" מיט די רוסישע רשעים, איך מיין נאר צו פרעגן וואס זייער תירוץ איז געווען...)

בן בוזי האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:43 pm
ז'וריקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:36 pm
בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 10:48 pm
אויב ווילסטו פונקטליך זעהן וואספארא אידענטיטעט-קריזיס די רבי'ס זענען אריבער בימים ההם, האסטו דא עפעס בשייכות מיט טוריסק.
בד"וו סתם פאר אינטרעסאנטקייט, פון ווי נעמט זיך די וועג פון שרייבן טוריסק מיט א 'ו'?

אזוי קומט עס צו שרייבן, זעה מגן אברהם, היחס מטשערנאביל, גדולת מרדכי וכו' אלע שרייבן אזוי.
כ'האב קיינמאל אויפגעפאסט
אין אוקרייניש שרייבט מען עס מיט א U Turijsk אפשר וועגן דעם?
א איי וועלט איד
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

ז'וריקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:46 pm
אאינער ווייסט פארוואס ער\זיי זענען געזיצן?
(איך מיין אז מען דארף נישט קיין הסבר "פארוואס" מיט די רוסישע רשעים, איך מיין נאר צו פרעגן וואס זייער תירוץ איז געווען...)
כ'האב נישט קיין צייט יעצט צו שרייבן באריכות, אבער די מעשה גייט אז ס'איז געווען א מוסרה אז דער טריסקער מגיד האט געשיקט א בריוו פון רבי יעקב יוסף מאוסטראה וויאזוי מ'קען הרג'נען דעם צאר... און זיי האבן געהאט די בריוו אלץ א ראי'.

למעשה האט דער טריסקער מגיד אויפגעוויזן אז די דאטום וואס ס'שטייט אין די בריוו איז ער ניטאמאל געווען אין טריסק דאן ממילא איז עס פאלש.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איז דא עמיצער וואס פלאנט צו זייו אין טוריסק אויף די יארצייט די וואך ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יואלי'של
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 10:44 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי'של »

dovidal האט געשריבן: זונטאג יוני 18, 2023 1:45 pm
איז דא עמיצער וואס פלאנט צו זייו אין טוריסק אויף די יארצייט די וואך ?
מ'קען בכלל גיין אהין?
רבי זי"ע פאר אונז פועל, ס'זאל זיין נאר גוט און וואויל, ובא לציון גואל, בזכות רבינו הק' מרן רבי יואל!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יואלי'של האט געשריבן: זונטאג יוני 18, 2023 5:06 pm
dovidal האט געשריבן: זונטאג יוני 18, 2023 1:45 pm
איז דא עמיצער וואס פלאנט צו זייו אין טוריסק אויף די יארצייט די וואך ?
מ'קען בכלל גיין אהין?
יא אין טריסקער געגענט איז שטיל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע טריסקער מגיד זכותו יגן עלינו
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

לחיים האמיר זיך משתתף געווען בסעודת הלולא זי"ע
שמעתי היום שהמגיד מטריסק זי"ע אמר איך האב אינזין תמיד 5000 חסידים מיט די מאמעס נאמען !
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
אבליגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 7:51 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבליגה »

dovidal האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 11:52 pm
לחיים האמיר זיך משתתף געווען בסעודת הלולא זי"ע
שמעתי היום שהמגיד מטריסק זי"ע אמר איך האב אינזין תמיד 5000 חסידים מיט די מאמעס נאמען !
.
השעה ממנו ו"אבליגה" בטרם אלך ואיננו תהילים לט
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי אברהם ב"ר מרדכי זי"ע, (טווערסקי), בעל מגן אברהם, המגיד מטריסק.
איז געבוירן אין שטאט וואהלין, בשנת תקס"ו.
צו זיין טאטן הרה"ק רבי מרדכי המגיד מטשארנאביל זי"ע.
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת פייגא ע"ה,
בת הרה"ק רבי דוד לייקס זי"ע, מתלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע.

ער איז געווען א איש קדוש, גאון הגאונים און א זכרון נפלא, ער האט די גאנצע וואך כמעט נישט געגעסן, און אפילו שבת קודש האט ער געגעסן ממש נאר לכבוד שבת.
ער האט געהאט א מנהג אז פונעם פיש שבת קודש האט ער געגעסן נאר די אויגן.
טויזנטער תלמידים זענען געקומען לערנען פון דעם גדול חכמת התורה און יראת שמים.

מען דערציילט אז ביי די 3 יאר איז ער געווען מיט זיין טאטן ביי א חתונה, און דארט איז געווען דער הייליגער בעל התניא זי"ע, און דער בעל התניא האט דארט געזאגט א גאר טיפע דרשה אויף חסידות, און יארן שפעטער האט דער טריסקער מגיד געקענט נאכזאגן ווארט ביי ווארט פון יענעם דרשה.
דער טאטע דער מגיד מטשערנאביל זי"ע האט אים מיטגענומען אויף נסיעות, ווי דער טאטע האט אסאך אויפגעטון אין תיקון נשמות.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת ריקל ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב אריה לייב שפירא מקאוולא זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע,
וואס איז געווען דער זעקסטע דור פון הגה"ק בעל מגלה עמוקות זי"ע,
און די זיבעטע דור פון הגה"ק בעל חנוכת התורה מקראקא זי"ע.

ווי ערווענט האט דער צדיק כמעט נישט געגעסן.
איין וואך שבת איז דער צדיק געווען בצלו פון הרה"ק רבי ארון מקראקא הנקרא דער הויכער ר' ארון זי"ע, און ווען ר' ארון האט געזען אז דער צדיק מטריסק עסט גארנישט, האט ער געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער עסט גארנישט.
האט דער מגיד מטריסק געזאגט אז ער איז א אונס, ווייל ער קען נישט אריינלייגען קיין מאכל אין זיין מויל, האט דער צדיק ר' ארון אים געפרעגט פארוואס נישט, האט ער געזאגט ווייל ער קען נישט שלאפן און דערפאר קען ער נישט עסן אויך נישט, און דער צדיק מטריסק האט געזאגט איך אייך דערציילן א מעשה.

דער טאטע המגיד מטשערנאביל זי"ע פלעגט אונז אסאך מיט נעמען אויף זיינע הייליגע נסיעות ווען ער האט אפגעראכטען תיקון נשמות און עניינים נסתרים וגבוהים, און ער האט דאן מפרנס געווען די ל"ו צדיקים נסתרים.
איינמאל האט ער אונז מיט גענומען אויף א נסיעה, מען איז אנגעקומען צו א קרעטשמע, און דארט איז געווען אסאך מענטשן וואס זענען געקומען טרונקען ביים קרעטשמע, דער טאטע האט געבעטן אז מען זאל מאכן א מחיצה ווי ער זאל זיך קענען דארט אויפהאלטן ווילאנג ער איז דארט אז ער זאל קענען עוסק זיין אין זיין עבודה אימגעשטערט.

נאך א שטיק צייט איז אנגעקומען א וואגן ווי עס איז געזעצן א אלטער איד וואס איז געווען גאר קראנק און פיל מיט וואונדען, און דער אלטער איד האט געפרעגט אויב דער מגיד פון טשערנאביל איז דא, דער טאטע איז ארויס מיט א שמחה מקבל פנים זיין דעם איד, און מען האט דעם איד אריין געברענגט אין שטוב, און דער טאטע איז געזעצן מיט דעם איד און פארברענגט אונטערן פירהאנג.

ווען דער איד האט זיך געגרייט אוועק צו גיין האט דער טאטע אונז געבעטן אז מיר זאלן העלפן פאר דעם איד ארויס צו גיין וויבאלד ער איז אזוי שוואך אין קראנק, ווען אונז האבן דעם איד געהאלפן ארויסגיין האט דער איד גאר שטארק געקרעכצט און עס האט אונז אלע געכאפט א שרעקליכע פחד, און ממש מיט ניסים האט מען באוויזן ארויס צו טראגן דעם איד און אריינלייגען אונעם וואגן, און ער איז אוועק געפארן.

ווען אונז זענען צוריק אריין צום טאטן און דערציילט אז עס האט אונז אלע אנגעכאפט א גרויסע פחד בשעת מען האט זיך מטפל געווען מיט דעם איד, און צוזעענדיג די גרויסע יסורים פון דעם זקן.
האט דער טאטע געפרעגט, ווייסט עטץ ווער דער זקן איז געווען, דאס איז משיח צדקנו וואס אויף משיח שטייט, וְהוּא מְחֹלָל מִפְּשָׁעֵנוּ מְדֻכָּא מֵעֲו‍ֹנֹתֵינוּ, און ביז עס איז נאכנישט געקומען די גאולה שלימה, ליידט משיח צדקינו יסורים נוראים וועגן די עוונות פון כלל ישראל און וועגן די צער השכינה.
האט דער טריסקער מגיד צוגעענדיגט פאר רבי ארון זי"ע, פון די מעשה ווען איך האב געזען די צער און ווייטאג פון משיח צדקנו קען איך מער נישט שלאפן אדער עסן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

כ' אייר בשנת תקצ"ז ווען זיין הייליגע טאטע דער מגיד מטשערהנאביל זי"ע איז נסתלק געווארן, האט זיך דער צדיק מטריסק אריבער געצויגען קיין טריסק, און דארט האט דער צדיק עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, און דארט האט ער מרביץ תורה געווען פאר טויזנטער תלמידים.

הרה"ק רבי ברוכ'ל גארליצער זי"ע דער זוהן פונעם צאנזער רב זי"ע, איז געפארן צו דעם צדיק, און ער האט געזאגט,
פון מיין טאטן האב איך מיך געלערנט אז מען קען לעבן אן שלאפן, און פונעם טריסקער מגיד האב איך מיך געלערנט אז מען קען לעבן אן עסן.

דער טריסקער מגיד איז אמאל געפארן אויף א שבת קיין טארנא, און דארט איז געווען א צאנזער קלויז ווי בערך דריי הונדערט חסידים פונעם צאנזער רב האבן געדאווענט, איז מען געקומען פרעגן פונעם צאנזער רב ווי אזוי מען זאל זיך באציען צום טריסקער מגיד.
האט דער צאנזער רב געשיקט זאגן אז מען זאל דעם טריסקער מגיד איבערגעבן דעם צאנזער קלויז, און מען זאל אים מכבד זיין ווי א מלך ישראל, און דער צאנזער רב האט געשיקט זיינע קינדער און גבאים אז זיי זאלן זיין דארט אין טארנא פאר שבת און זיכער מאכן אז מען איז מכבד דעם טריסקער מגיד מיטן כבוד הראי' לו.

אויך האט ער דארט אין טריסק משמש געווען אלס מגיד מישרים, און זיין נאמען איז געווען באוויסט און אלע שטעט מיט זיינע געוואלדיגע דרשות.
ער האט דארט אין טריסק געדינט אלס מגיד משירים פאר איבער 50 יאר, אויך האט ער געהאט א גרויסע עבודה מיטן דערציילן מעשיות פון צדיקים.
זיין ברידער הרה"ק רבי דוד'ל מטאלנא זי"ע האט מעיד געווען אויפן ברידער, אז מען קען צו אים נישט רעדן בעניני עולם הזה.
די עבודת התפלה פון דעם צדיק איז געווען מיט א מוראדיגע התלהבות.
און "רבים השיב מעוון", הונדערטער אידן האט דער צדיק געברענגט צו יראת שמים.

אמאל איז הרה"ק רבי יעקב משה זי"ע דער זוהן פון הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי"ע, געווען אויף שבת ביים הייליגען טריסקער מגיד זי"ע, און נאך די תורה זאגן ביים טיש האט ער געזען ווי דער הייליגער טריסקער מגיד בייגט זיך צי צו זיין זוהן הרה"ק רבי מרדכי מקוזמיר זי"ע און פרעגט אים עפעס שטילערהייט, און דער זוהן זאגט "יא" און דאן האט דער מגיד געזאגט "נו קען מען שוין בענטשן".

רבי יעקב משה האט זייער געוואלט וויסן וואס דער מגיד האט געפרעגט פונעם זוהן, אבער דער זוהן רבי מרדכי האט אים אפגעשטיפט, אבער נאכדעם וואס ער האט אים זייער מפציר געווען און רבי מרדכי האט אים געזאגט "וואס האב איך דיר צו זאגן, אז איר וועט מיר סיי ווי סיי נישט גלייבן", אבער דער גאסט רבי יעקב משה האט אים געזאגט איך וועל אייך אוודאי גלייבן, האט דער זוהן געזאגט, "דער טאטע האט מיך געפרעגט צי ער האט שוין געזאגט תורה", און דאס איז שוין געווען נאכן אפזאגן א תורה פאר א שיין שטיק צייט, ווייל דער צדיק איז נישט געווען אויף די וועלט בשעת'ן זאגן זיינע הייליגע דברי תורה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איינמאל פאר דעם יו"ט סוכות, האט דער צדיק געהייסן פאר די קינדער אז זיי זאלן דורך לערנען דעם גאנצן מסכת סוכות לכבוד דעם הייליגען יו"ט סוכות.
ווען זיי האבן געענדיגט דעם מסכת זענען זיי געקומען זאגן פארן טאטן אז זיי האבן געענדיגט די מסכת, האט דער טאטע געפרעגט, וויפיל סוכות כשרות, און וויפיל סוכות פסולות, שטייען אין די מסכת, די קינדער האבן דאס נישט געוויסט, האט דער טאטע געזאגט גייט ציילט איבער וועט עטץ זעהן אז עס איז דא ס"ו סוכות כשרות, און כ"ה סוכות פסולות, וואס דאס באטרעפט כמנין סו-כה.

זיינע הייליגע דברי תורה איז געדריקט געווארן אונעם "ספר מגן אברהם על התורה", און ווי דער צדיק שרייבט די ווערטער אין די הקדמה "ובכח הזה הנני מברך את אשר יקח את הספר הזה, כי יתמשכו עליו חסדים רבים, ואלקי אברהם יהיה בעזריכם, למלאות כל משאלותיכם, בנים ובני בנים שתולים סביב לשלחניכם, למעלה ירים קרניכם".

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער.
הרה"ק רבי מנחם נחום טווערסקי אדמו"ר מטריסק / בריסק זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי טווערסקי הנקרא ר' מאטעלע מקאזמיר זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב אריה לייב טווערסקי מטריסק זי"ע, ממלא מקום אביו,
בתו הצדקת מרת שיינא רייזא ע"ה, אשת הרה"ק רבי אפרים מרגליות ממאציב זי"ע, בזיווג ראשון,
בתו הצדקת מרת פייגא מינטשע ע"ה, אשת הרה"ק רבי שמואל העשיל אדמו"ר מקרילוביץ זי"ע, נכד הרה"ק מאפטא זי"ע,
בתו הצדקת מרת מלכה ע"ה, אשת הרה"ק רבי אפרים מרגליות ממאציב זי"ע, בזיווג שני,
בתו הצדקת מרת גיטל לאה ע"ה, אשת הרה"ק רבי מרדכי טווערסקי מקוריסטשוב זי"ע,
בתו הצדקת מרת צפורה ע"ה, אשת הרה"ק רבי ישראל טווערסקי אדמו"ר מסקווירא זי"ע,
בתו הצדקת מרת פייגא ע"ה, אשת הרה"ק רבי דוד טווערסקי אדמו"ר ממקארוב זי"ע.

נסתלק לגנזי מרומים ב' תמוז תרמ"ט.
ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין טריסק.
דעם מקום פון זיין ציון איז געווען א מקום תפלה פאר כלל ישראל און אסאך אידן זענען ביי דעם ציון געהאלפן געווארן, און עד היום דערציילן אסאך אידן פון גרויסע ישועות וואס מען זעהט ביי דעם ציון הקדוש.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

dovidal האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 11:52 pm
שמעתי היום שהמגיד מטריסק זי"ע אמר איך האב אינזין תמיד 5000 חסידים מיט די מאמעס נאמען !
מה המקור לזה?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 3:34 pm
dovidal האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 11:52 pm
שמעתי היום שהמגיד מטריסק זי"ע אמר איך האב אינזין תמיד 5000 חסידים מיט די מאמעס נאמען !
מה המקור לזה?
שמעתי מאחד ששמע מהרה"ח הישיש רבי יחיאל גרשון ז"ל שעוד היה אצל המגיד מטריסק זצ"ל
אגב האם יש לך העתק מהמכתב או מקור שהמגיד מטריסק אמר על בנו הרה"ק מקאזמיר זי"ע שכל מי שישתתף עמו יצליח ?
לעצט פארראכטן דורך dovidal אום מיטוואך יוני 21, 2023 4:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בספר בן לאשרי מביא סיפור נפלא שהרה"ק מרוזשין זצ"ל נתן סידור כתב יד על קלף במתנה להמגיד הקדוש מטריסק זצ"ל שנכתב ע"י הרה"ק בעל אור פני משה זי"ע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
מוטל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 06, 2021 12:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטל »

כתר ישועה האט געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2009 5:28 pm
וויפל יאך ווייס, איז איינער פון די טריסקער רבי'ס און לאנדאן איז א מחותן צוויי מאל מיטן באקאנטן צדיק ר' דוד'ל סקווערער זצ"ל פון בארא פארק, איינער איז זיין קינד הרה"צ ר' יושע העשיל שליט"א - דער נשיא פון מוסדות סקווירא און ב"פ. און איינער איז הרה"צ ר' פני' טווערסקי שליט"א.
אויך איזמען און טריסק לאנדאן א מחותן מיטן שבט הלוי שליט"א ר' משה יודא וואזנער פון לאנדאן איז דארטן אן איידעם.
אין בני ברק אין אר"י איז געווען א טווערסקי א טריסקער אייניקעל וואס האט געהאט א בית מדרש'ל, וואס היינט פיר'ט זיך עס דארעך א רב בשם דויטש, על שמו ולזכרו.
רבי יעקב אריה טברסקי, בנו של רבי מרדכי זוסיא מהוצעליס - יאס, כיהן כאדמו"ר מטריסק בלונדון ובבני ברק. נולד בטריסק בט' באב תרמ"ד. נשא את בלומא רייזל בת דודו רבי פנחס מזינקוב. לבש שטריימל עם כיפה מחודדת כמנהג בית רוז'ין. לאחר פטירת חותנו בשנת תרע"ו מילא את מקומו ונסע לקבל סמיכה מרבי דוד מסקווירא. לאחר שנתיים עבר לקמניץ-פודולסקי. בשנת תר"פ נודע לו שמתכוננים להגלותו לסיביר ונמלט לווינה ומשם לברלין. בשנת תרפ"ד היגר ללונדון. הקים שם חצר חסידית עם בית הכנסת אורחים, מאפיית מצות ומקווה. בשנות השואה אירח פליטים יהודיים מאירופה. בחודש אב תשכ"ד עלה לישראל והתגורר בבני ברק ברחוב רבי טרפון, עד לפטירתו בהושענא רבה תש"מ. נקבר בהר הזיתים.
בית מדרשו של רבי יעקב אריה בבני ברק, נקנה על ידי הרב שמחה הכהן דויטש שהחל לכהן כאדמו"ר מטריסק על מקומו, בשנים האחרונות בנה בנין בית מדרש חדש ברחוב הרב בלוי בבני ברק.
=מתוך ערך חסידות טריסק ב"המכלול"
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר מדרש שמואל, רוסיה – פולין. תק"פ [1820].
העותק של האדמו"ר ר' דוד טברסקי ממקארוב, חתנו של רבינו בעל ה"מגן אברהם" מטריסק.

ספר מדרש שמואל ביאור על פרקי אבות, מאת החכם השלם ר' שמואל די אוזידה, עם פרש"י העומד לימינו כמש"נ באמשטרדם. דפוס רוסיה – פולין. תק"פ [1820].

בשולי הדפים לאורך הספר יש ארבעה רישומי בעלות בכת"י : "שייך לר' דוד בן אדמו"ר הרב המפורסם ממקאריב"
האדמו"ר רבי דוד טברסקי ממקארוב: בן האדמו"ר רבי יעקב יצחק טברסקי ממקארוב (תקפ"ח-תרנ"ב), שהוא בנו של אבי חסידות מקארוב הלא הוא סבו ר' מנחם נחום טברסקי בנו הרביעי של ר' מרדכי מטשרנוביל. אביו ר' יעקב יצחק נשא את בתו של הרב שמואל אבא שפירא מסלאוויטא. ר' דוד נישא עם מרת פייגא, בת דודתו, בתו של רבינו בעל " המגן אברהם" מטריסק זיע"א. חתנו הלא הוא רבי יהודה אריה פערלאוו האדמו"ר מנובומינסק, בעהמח"ס "לב אריה" (ירושלים תרצ"ג) ו"קול יהודה" (ניו יורק תש"ו). בסוף ימיו עבר לעיר קיוב ונפטר בכ"ד בחשון שנת תרס"ג, ושם מנוחתו כבוד.
אטעטשמענטס
TRISKKK.jpg
TRISKKK.jpg (73.38 KiB) געזען 385 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

גם השנה ב"ה זכו אנ"ש להתפלל על הציון הקדוש ביומד"ק
אריין פון פוילן און ארויס דורך מולדוביע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

dovidal האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:49 pm
גם השנה ב"ה זכו אנ"ש להתפלל על הציון הקדוש ביומד"ק
אריין פון פוילן און ארויס דורך מולדוביע
וויפיל אידן זענען געווען ביים ציון?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

קאשע זופ האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 4:21 pm
dovidal האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:49 pm
גם השנה ב"ה זכו אנ"ש להתפלל על הציון הקדוש ביומד"ק
אריין פון פוילן און ארויס דורך מולדוביע
וויפיל אידן זענען געווען ביים ציון?
יחידי סגולה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”