רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9967
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הופיע לאור חמשה כרכים ספר מגן אברהם ע"י המכון של הגה"צ המקובל דוד אבוחצירא שליט"א ובתחלת הספר כותב המקובל בערך 40 עמודים בשבח הספר

משכו וקחו ברכה לביתכם
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9967
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

0
לעצט פארראכטן דורך dovidal אום זונטאג יולי 07, 2024 12:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9967
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

dovidal האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:24 pm
מקובל בשם בנו הרב הקדוש רבי מרדכי, שב' תמוז הוא יום גדול לקבלת התפילות, והרמז: פעמיים 'תמוז', בגימטריה "שועתנו קבל ושמע צעקתנו".
ר"ת של שועתינו קבל ושמע צעקתינו יודע תעלומות ר"ת הוא השם הקדוש שקוצי"ת
איתא בספר "מאמר מרדכי" מהרה"ק רבי
מרדכי מקאזמיר זי"ע (בסוף הספר( וזל"ק:
ובפרט היום שהוא ב' תמוז, ומרמז על זה. ב'
פעמים תמו"ז בגימטריה כמנין השם הקדוש
שקוצי"ת )ש'ועתנו ק'בל ו'שמע צ'עקתנו
י'ודע ת'עלומות(, שהיום ישמע ד' את
שוועותינו ויקבל את תפילותינו וכו'. אגב דאס איז די לעצטע תורה שאמר הרה"ק מקאזמיר קודם הסתלקותו ימים ספורים ביום חי"ת תמוז
=====================
גם הפסוק קרוב ה לכל קוראיו לכל אשר יקראהו באמת באמ"ת ר"ת ב' ת'מוז א'ברהם ב'ן מ'רדכי אז קרוב השם
=================================================================
גם הפסוק קרוב ה לכל קוראיו לכל אשר יקר "אה"ו באמ"ת" גימטריה ב" תמו"ז
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע טריסקער מגיד זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

יארצייט מאנטאג ב' תמוז.

הרה"ק רבי אברהם ב"ר מרדכי זי"ע, (טווערסקי), בעל מגן אברהם, המגיד מטריסק.

ער איז געבוירן אין שטאט וואהלין, בשנת תקס"ו,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי מרדכי המגיד מטשארנאביל זי"ע,
בן הרה"ק רבי מנחם נחום בעל מאור עינים מטשערנאביל זי"ע, תלמיד מובהק מבעש"ט הקדוש זי"ע, און א תלמיד פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע,
בן הגה"ק רבי צבי זי"ע,
בן הגה"ק רבי נחום גאון זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת פייגא ע"ה,
בת הרה"ק רבי דוד לייקס זי"ע, מגדולי תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד, און גאון הגאונים און געהאט א זכרון נפלא, ער איז געווען א בקי נפלא בתורת הנגלה והנסתר, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן גאר אסאך מסגף געווען מיט געוואלדיגע סיגופים, ער האט די גאנצע וואך כמעט נישט געגעסן, און אפילו שבת קודש האט ער געגעסן ממש נאר לכבוד שבת, ער האט געהאט א מנהג אז פונעם פיש שבת קודש האט ער געגעסן נאר די אויגן, טויזנטער תלמידים זענען געקומען לערנען פון דעם גדול חכמת התורה און יראת שמים, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ,

מען דערציילט אז ביי די 3 יאר איז ער געווען מיט זיין טאטן ביי א חתונה, און דארט איז געווען דער הייליגער בעל התניא זי"ע, און דער בעל התניא האט דארט געזאגט א גאר טיפע דרשה אויף חסידות, און יארן שפעטער האט דער טריסקער מגיד געקענט נאך זאגן ווארט ביי ווארט פון יענעם דרשה,

דער טאטע דער מגיד מטשערנאביל זי"ע האט כסדר מפליא געווען דאס גדלות בתורה און די געוואלדיגע קדושה פונעם זון, און האט אים אסאך מאל מיט גענומען אויף נסיעות, ווי דער טאטע האט אסאך אויף געטון אין תיקון נשמות,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת ריקל ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב ארי' לייב שפירא מקאוולא זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע,
וואס איז געווען דער זעקסטע דור פון הגה"ק בעל מגלה עמוקות זי"ע,
און די זיבעטע דור פון הגה"ק בעל חנוכת התורה מקראקא זי"ע,

ווי ערווענט האט דער צדיק כמעט נישט געגעסן, איין וואך שבת איז דער צדיק געווען בצלו פון הרה"ק רבי ארון מקראקא הנקרא דער הויכער ר' ארון זי"ע, און ווען ר' ארון האט געזען אז דער צדיק מטריסק עסט גארנישט, האט ער געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער עסט גארנישט,

האט דער מגיד מטריסק געזאגט אז ער איז א אונס, ווייל ער קען נישט אריינלייגען קיין מאכל אין זיין מויל, האט דער צדיק ר' ארון אים געפרעגט פארוואס נישט, האט ער געזאגט ווייל ער קען נישט שלאפן און דערפאר קען ער נישט עסן אויך נישט, און דער צדיק מטריסק האט געזאגט איך וועל אייך דערציילן די מעשה,

דער טאטע המגיד מטשערנאביל זי"ע פלעגט אונז אסאך מיט נעמען אויף זיינע הייליגע נסיעות, ווען ער האט אפ געראכטען תיקון נשמות און עניינים נסתרים וגבוהים, און ער האט דאן מפרנס געווען די ל"ו צדיקים נסתרים, איינמאל האט ער אונז מיט גענומען אויף א נסיעה, מען איז אנגעקומען צו א קרעטשמע, און דארט איז געווען אסאך מענטשן וואס זענען געקומען טרינקען ביים קרעטשמע, דער טאטע האט געבעטן אז מען זאל מאכן א מחיצה ווי ער זאל זיך קענען דארט אויפהאלטן ווילאנג ער איז דארט, אז ער זאל קענען עוסק זיין אין זיין עבודה אימגעשטערט,

נאך א שטיק צייט איז אנגעקומען א וואגן ווי עס איז געזעצן א אלטער איד וואס איז געווען גאר קראנק און פיל מיט וואונדען, און דער אלטער איד האט געפרעגט אויב דער מגיד פון טשערנאביל איז דא, דער טאטע איז ארויס מיט א שמחה מקבל פנים זיין דעם איד, און מען האט דעם איד אריין געברענגט אין שטוב, און דער טאטע איז געזעצן מיט דעם איד, און פארברענגט אונטערן פירהאנג,

ווען דער איד האט זיך געגרייט אוועק צו גיין, האט דער טאטע אונז געבעטן אז מיר זאלן העלפן פאר דעם איד ארויס צו גיין, וויבאלד ער איז אזוי שוואך אין קראנק, ווען אונז האבן דעם איד געהאלפן ארויסגיין, האט דער איד גאר שטארק געקרעכצט, און עס האט אונז אלע געכאפט א שרעקליכע פחד, און ממש מיט ניסים האט מען באוויזן ארויס צו טראגן דעם איד און אריינלייגען אונעם וואגן, און ער איז אוועק געפארן,

ווען מיר זענען צוריק אריין צום טאטן און דערציילט, אז עס האט אונז אלע אנגעכאפט א גרויסע פחד בשעת מען האט זיך מטפל געווען מיט דעם איד, און צוזעענדיג די גרויסע יסורים פון דעם זקן, האט דער טאטע געפרעגט, ווייסט עטץ ווער דער זקן איז געווען, דאס איז משיח צדקנו וואס אויף משיח שטייט, וְהוּא מְחֹלָל מִפְּשָׁעֵנוּ מְדֻכָּא מֵעֲו‍ֹנֹתֵינוּ, און ביז עס איז נאכנישט געקומען די גאולה שלימה, ליידט משיח צדקינו יסורים נוראים וועגן די עוונות פון כלל ישראל און וועגן די צער השכינה, האט דער טריסקער מגיד צוגעענדיגט פאר רבי ארון זי"ע, פון די מעשה ווען איך האב געזען די צער און ווייטאג פון משיח צדקנו, קען איך מער נישט שלאפן אדער עסן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

כ' אייר בשנת תקצ"ז ווען זיין הייליגע טאטע דער מגיד מטשערנאביל זי"ע איז נסתלק געווארן, האט זיך דער צדיק מטריסק אריבער געצויגען קיין טריסק, און דארט האט דער צדיק עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, און דארט האט ער מרביץ תורה געווען פאר טויזנטער תלמידים,

דארט איז דער צדיק נתפרסם געווארן מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה מיט וואס דער צדיק האט זיך דאן געפירט, און אפילו זייענדיג נאר 30 יאר אלט, האבן אידן יראה השם און גדולי עולם זיך מדבק געווען אין דעם צדיק וקדוש, און הונדערטער אידן זענען שוין געקומען דאן זיך מסתופף זיין בצלו און מיט האלטן זיןין עבודת הקודש וואס איז געווען מיט א דביקות און התלהבות דקדושה,

צווישן זיינע חסידים זענען געווען אסאך פון די צדיקי הדור ובתוכם,

הרה"ק רבי יעקב צבי מפאריסוב זי"ע,
הרה"ק רבי יחיאל מאלכסנדר זי"ע,
הרה"ק רבי אלימלך מגראדזיסק זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם ישכר בעל חסד לאברהם מראדומסק זי"ע,
הרה"ק רבי ארי' לייבוש מאוזרוב זי"ע,
הרה"ק רבי יחיאל מאיר מגאסטינין זי"ע,

הרה"ק רבי ברוכ'ל גארליצער זי"ע דער זוהן פונעם צאנזער רב זי"ע, איז געפארן צו דעם צדיק, און ער האט געזאגט בזה"ל, "פון מיין טאטן האב איך מיך געלערנט, אז מען קען לעבן אן שלאפן, און פונעם טריסקער מגיד האב איך מיך געלערנט, אז מען קען לעבן אן עסן",

דער טריסקער מגיד איז אמאל געפארן אויף א שבת קיין טארנא, און דארט איז געווען א צאנזער קלויז ווי בערך דריי הונדערט חסידים פונעם צאנזער רב האבן געדאווענט, איז מען געקומען פרעגן פונעם צאנזער רב, ווי אזוי מען זאל זיך באציען צום טריסקער מגיד,

האט דער צאנזער רב געשיקט זאגן אז מען זאל דעם טריסקער מגיד איבערגעבן דעם צאנזער קלויז, און מען זאל אים מכבד זיין ווי א מלך ישראל, און דער צאנזער רב האט געשיקט זיינע קינדער און גבאים, אז זיי זאלן זיין דארט אין טארנא פאר שבת, און זיכער מאכן אז מען איז מכבד דעם טריסקער מגיד מיטן כבוד הראי' לו,

אויך האט ער דארט אין טריסק משמש געווען אלס מגיד מישרים, און זיין נאמען איז געווען מפורסם און אלע שטעט ארום מיט זיינע געוואלדיגע דרשות, ער האט דארט אין טריסק געדינט אלס מגיד משירים פאר איבער 50 יאר, אויך האט ער געהאט א גרויסע עבודה מיטן דערציילן מעשיות פון צדיקים,

זיין ברידער הרה"ק רבי דוד'ל מטאלנא זי"ע האט מעיד געווען אויפן ברידער, אז מען קען צו אים נישט רעדן בעניני עולם הזה, ווייל דער צדיק איז נישט אויף די וועלט בכלל,

די עבודת התפלה פון דעם צדיק איז געווען מיט א מוראדיגע התלהבות און דביקות בשם, הונדערטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און מיט האלטן זיין עבודת הקודש, און הונדערטער אידן האט דער צדיק געברענגט צו תשובה און תיקן המשעים און יראת שמים, ורבים השיב מעון,

אמאל איז הרה"ק רבי יעקב משה זי"ע דער זוהן פון הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי"ע, געווען אויף שבת ביים הייליגען טריסקער מגיד זי"ע, און נאך די תורה זאגן ביים טיש, האט ער געזען ווי דער הייליגער טריסקער מגיד בייגט זיך צי צו זיין זוהן הרה"ק רבי מרדכי מקוזמיר זי"ע און פרעגט אים עפעס שטילערהייט, און דער זוהן זאגט "יא" און דאן האט דער מגיד געזאגט "נו קען מען שוין בענטשן",

רבי יעקב משה האט זייער געוואלט וויסן וואס דער מגיד האט געפרעגט פונעם זוהן, אבער דער זוהן רבי מרדכי האט אים אפ געשטיפט, אבער נאכדעם וואס ער האט אים זייער מפציר געווען, און רבי מרדכי האט אים געזאגט "וואס האב איך דיר צו זאגן, אז איר וועט מיר סיי ווי סיי נישט גלייבן", אבער דער גאסט רבי יעקב משה האט אים געזאגט איך וועל אייך אוודאי גלייבן, האט דער זוהן געזאגט, "דער טאטע האט מיך געפרעגט צי ער האט שוין געזאגט תורה", און דאס איז שוין געווען נאכן אפזאגן א תורה פאר א שיין שטיק צייט, ווייל דער צדיק איז נישט געווען אויף די וועלט בשעת'ן זאגן זיינע הייליגע דברי תורה.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

איינמאל בעפאר דעם יו"ט סוכות, האט דער צדיק געהייסן פאר די קינדער אז זיי זאלן דורך לערנען דעם גאנצן מסכת סוכות לכבוד דעם הייליגען יו"ט סוכות, און מיט דעם זיך גרייטן אויפן גרויסן יו"ט,

ווען זיי האבן געענדיגט דעם מסכת, זענען זיי געקומען זאגן פארן טאטן, אז זיי האבן געענדיגט די מסכת, האט דער טאטע געפרעגט, וויפיל סוכות כשרות, און וויפיל סוכות פסולות, שטייען אין די מסכת, די קינדער האבן דאס נישט געוויסט, האט דער טאטע געזאגט, גייט ציילט איבער וועט עטץ זעהן, אז עס איז דא ס"ו סוכות כשרות, און כ"ה סוכות פסולות, וואס דאס באטרעפט כמנין סו-כה,

זיינע הייליגע דברי תורה איז געדריקט געווארן אונעם "ספר מגן אברהם על התורה", און ווי דער צדיק שרייבט די ווערטער אין די הקדמה "ובכח הזה הנני מברך את אשר יקח את הספר הזה, כי יתמשכו עליו חסדים רבים, ואלקי אברהם יהיה בעזריכם, למלאות כל משאלותיכם, בנים ובני בנים שתולים סביב לשלחניכם, למעלה ירים קרניכם".

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי מנחם נחום טווערסקי אדמו"ר מטריסק / בריסק זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי טווערסקי הנקרא ר' מאטעלע מקאזמיר זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב אריה לייב טווערסקי מטריסק זי"ע, ממלא מקום אביו,
בתו הצדקת מרת שיינא רייזא ע"ה, אשת הרה"ק רבי אפרים מרגליות ממאציב זי"ע, בזיווג ראשון,
בתו הצדקת מרת פייגא מינטשע ע"ה, אשת הרה"ק רבי שמואל העשיל אדמו"ר מקרילוביץ זי"ע, נכד הרה"ק מאפטא זי"ע,
בתו הצדקת מרת מלכה ע"ה, אשת הרה"ק רבי אפרים מרגליות ממאציב זי"ע, בזיווג שני,
בתו הצדקת מרת גיטל לאה ע"ה, אשת הרה"ק רבי מרדכי טווערסקי מקוריסטשוב זי"ע,
בתו הצדקת מרת צפורה ע"ה, אשת הרה"ק רבי ישראל טווערסקי אדמו"ר מסקווירא זי"ע,
בתו הצדקת מרת פייגא ע"ה, אשת הרה"ק רבי דוד טווערסקי אדמו"ר ממקארוב זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים ב' תמוז בשנת תרמ"ט, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין טריסק,

דעם מקום פון זיין ציון איז געווען א מקום תפלה פאר כלל ישראל און אסאך אידן זענען ביי דעם ציון געהאלפן געווארן, און עד היום דערציילן אסאך אידן פון גרויסע ישועות וואס מען זעהט ביי דעם ציון הקדוש,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

איינמאל איז דער טריסקער מגיד אריין געקומען אין בית המדרש מיט צוויי פרעמדע אידן, און ער האט געהייסן אז מען זאל צוזאמען רופען די גאנצע שטאט אין בית המדרש, צו הערען די מעשה וואס די צוויי מענטשן וועלן דערציילן, מען האט טאקע צוזאמען גערופען די גאנצע שטאט, און די אידן האבן אנגעהויבן צו דערציילן ווי פאלגענד,

אונז צוויי זענען שותפים אין א גרויסע געשעפט, מיר האבן געברויכט אוועק פארן צום יריד איינקויפן אסאך סחורה פאר אונזער געשעפט, האבן מיר זיך איינגעפאקט און מיר האבן איינגעשפאנט שיינע פערד און וואגען, און מיר האבן אנגעגרייט די גרויסע סומע פון פינף הונדערט גאלדענע רענדליך, און מיר האבן זיך ארויס געלאזט אויף די לאנגע וועג,

אויף די וועג האבן מיר געזעהן א איד שלעפט זיך מיט זיין פעקעלע און ער גייט צופיס, און ער האט אויס געזעהן זייער אויסגעמאטערט, מיר האבן זיך אפ געשטעלט און מיר האבן אים געפרעגט ווי ער גייט, ער האט אונז געזאגט, און מיר האבן געזאגט צו אים, אז ער זאל מיט אונז קומען ווייל מיר גייען אין די זעלבע ריכטינג, און ער איז ארויף געקומען און מיר האבן אנגעהויבן צו שמיסען מיט אים, און מיר האבן געזעהן אז ער איז זייער א געשמאקע איד וואס קען אסאך לערנען און ער איז א ירא שמים, מיר האבן זיך זייער געפרייט מיט אים, און אזוי זענען מיר ווייטער געפארן ביז עס איז געווארן נאכט,

מיר האבן זיך אפ געשטעלט ביי א גאסט הויז צו נעכטיגן, און מיר האבן געזאגט פאר דעם איד, אז ער זאל אויך קומען נעכטיגען דא און אזוי וועט ער קענען פארן ווייטער מיט אונז מארגען צופרי, דער איד האט געזאגט אז ער קען נישט נעכטיגן דא, ווייל ער האט נישט קיין געלט צו באצאלען פארן גאסט הויז, מיר האבן אים געזאגט אז מיר וועלן אים אויס צאלען פאר'ן גאסט הויז, און אזוי איז ער געקומען דארט נעכטיגן, מיר האבן גענומען איין צימער און ער האט גענומען אן אנדערע צימער, און מיר האבן אריין געברענגט אונזערע פעק אין אונזער צימער, און מיר האבן זיך געלייגט שלאפן,

מיר זענען אויפגעשטאנען אינדערפרי און מיר האבן זיך אנגעגרייט צו פארן ווייטער, מיר האבן געזיכט דעם איד און מיר האבען געטראפען זיין צימער ליידיג, מיר האבן געזיכט אונזער פעקל מיט די פינף הונדערט גאלדענע רענדליך, און מיר האבן עס נישט געפינען, עס איז גע'גנב'עט געווארען, מיר האבען נישט געוואלט בשום אופן גלייבען, אז דער איד האט עס גע'גנב'עט, ווייל ער האט אויס געזעהן צו זיין זייער א פיינע מענטש,

מיר האבן געפרעגט דעם בעל הבית פון די גאסט הויז, ווען דער איד איז געגאנגען, האט ער דערציילט אז ער איז אויף געשטאנען אין מיט'ן די נאכט און ער איז אוועק געגאנגען, ער האט אונז געוויזען אין וועלכע ריכטונג ער איז געגאנגען, ער האט אויך געזאגט פאר אונז, אז פאר ער איז געגאנגען האט ער געבעטען אביסעל פאדעם מיט א נאדעל און איך האב אים געגעבען,

מיר האבן תיכף אנגעהויבן אים נא, צו יאגען און מיר האבן אים דערגרייכט אין מיט'ן וועג, מיר האבן אים געפרעגט צו ער האט גענומען די געלט, האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט, מיר האבן אים אויסגעטאפט און מיר האבען געטראפן אריינגענייט אין זיין קלייד פינף הונדערט גאלדענע רענדליך,

מיר האבן יעצט געזעהן אויף זיכער אז ער האט גע'גנב'עט די געלט, ווייל ער האט אליין געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט, מיר האבן צו גענומען די געלט, און מיר האבען אים אנגעבראכען זיינע ביינער און מיר האבן אים דארט איבער געלאזט א צוקלאפטער, און מיר זענען געפארן ווייטער צום יריד, און מיר האבן איין געקויפט אסאך סחורה און מיר זענען צוריק אהיים געפארן,

אזוי ווי מיר זענען אנגעקומען אהיים, זענען אונזערע בני בית אנטקעגן געקומען, ווען זיי האבן געזעהן אלע סחורה וואס מיר האבען געקויפט, האבן זיי זיך געווינדערט, ווי אזוי מיר האבן געקענט קויפן אלע סחורה, איר האט דא בטעות איבער געלאזט די בייטעל מיט די געלט מיט די פינף הונדערט גאלדענע רענדליך, אזוי ווי מיר האבן דאס געהערט, איז אונז פינסטער געווארן פאר די אויגן, מיר האבן פארשטאנען אז מיר האבן צו גענומען פון דעם איד זיינע רענדלעך, מיר זענען תיכף צוריק געפארן צו יענע גאסט הויז, און מיר האבן געפרעגט צו זיי ווייסן עפעס פון דעם איד,

האבן זיי געזאגט אז נאכדעם ווי מיר האבן אים נאכגעיאגט, איז ער צוריק געקומען א צובליטיגטער און א צוביילטער און ער האט געוויינט און געזאגט, אז צוויי מענטשען האבן אים אוועק גענומען זיין גאנצע געלט וואס ער האט פארדינט זייענדיג א מלמד אין א דארף אפאר יאר, און ער האט מיט דעם געלט געדארפט חתונה מאכען א טאכטער, ער האט זיך דא אויפגעהאלטען אפאר טעג, און ער איז נישט געקומען צו זיך פון זיינע קלעפ און פון זיין צער, ביז ער איז נעבעך געשטארבען,

עס איז פאר אונז זייער פינסטער געווארן און מיר זענען יעצט געקומען צום טריסקער מגיד, אז ער זאל אונז געבען א תשובה פאר אונזערע שווערע חטא פון הרג'ענען אן ערליכע איד, און דער הייליגע טריסקער מגיד האט אויס געפירט, אידן טייערע, פון דא זעט מען ווי ווייט מען דארף זיין פארזיכטיג פאר מען איז דן א מענטש, מען דארף זיין הונדערט פראצענט זיכער און האבן געזעהן אליין, פאר מען קען דן זיין א מענטש, אז ער האט געטוהן א שלעכטע זאך.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

א יונגערמאן וואס האט חתונה געהאט ווינטער תשע"ג, און אלעס האט אויס געזען גינגאלד, אין פאקט איז עס געווען גוט, למעשה איז דורך געגאנגען א האלבע יאר, און ס'האט שוין אויס געקוקט ווי אלעס גייט אויפן ריכטיגן וועג, אבער גאנץ שנעל האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, און נאכן גיין צו א גרויסן דאקטאר, איז נתברר געווארן אז ס'דא א פראבלעם וואס קען זיין זייער ערענסט ח"ו, אזאנס וואס קומט זייער אסאך מאל צו גאר שווערער דורך גענג, און מאנכע מוטשען זיך ארום מיט דעם יארן לאנג ביז זיי זענען זוכה צי האלזן זייער ערשטע קינד,

הכלל, ווי פארשטענדליך איז זיין הארץ איינגעפאלן, א אינג קינד קוים ארויס פון ישיבה, ב"ה טאקע חתונה געהאט גליקלעך און צופרידן, אבער דא אזא פראבלעם, ביז ווען גייט זיך דאס אזוי ציען, מ'זעהט נישט די ליכטיגקייט, וואס זיי האבן דאן געשפירט קען נאר איינער וואס איז דאס דורך געגאנגען פארשטיין, און איינער וואס האט נישט געהאט אזא תקופה, וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין,

מיר האבן אנגעהויבן געוויסע שווערע דורכגענג וואס מען קען נישט מסביר זיין, די שוועריקייטן זענען געווען ממש אימדערטרעגליך, אזוי האט מען געשטופט מיט אנגסט און האפענונג ביז אינמיטן זומער תשע"ד,

ב' תמוז תשע"ד בשעת מנחה מעריב אין ביהמ"ד, קומט צו מיר צו א איד וואס האט מאיזה סיבה שיהיה אביסל מיט געהאלטן און געוואוסט וואס ס'טוט זיך, און פרעגט מיר אויב איך פארמאג דעם ספה"ק מגן אברהם פונעם הייליגן טריסקער מגיד זי"ע אין שטוב, ווי ווייט איך האב געדענקט האב איך עס נישט געהאט דעמאלסט אינדערהיים,

זאגט ער מיר היינט איז דער יארצייט פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע, און ער שרייבט צו בכתי"ק אין די הקדמה אויף זיין הייליג ספר, אז ער איז מבטיח אז ווער עס וועט אריין נעמען זיין ספר צו זיך אין שטוב (נישט דוקא אויף צי לערנען דערין), וועט געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות בכלליות ובפרטיות,

אבער איין געוויסע ענין איז ער מפרט, וואס דאס איז דאס ענין פון זש"ק, ווי ער דריקט זיך עקסטער אויס, אז ער וועט זוכה זיין צו נחת מבנים ובני בנים וכו', און דער אינגערמאן לייגט מיר צי, אז ער האט עס געזאגט פאר צוויי יאר צוריק פאר אן אנדערע אינגערמאן וואס האט זיך געמוטשעט, און ער האלט שוין יעצט ביים צווייטן קינד,

איך האב געהערט וואס דער איד פארציילט, אבער איך בין געווען סקעפטיש, וואס א נייע סגולה, לאז דיך אפ, האב איך איהם געזאגט, אבער למעשה האט יענער מיר שטארק געדרוקט און מיר געזאגט, וואס קען שוין שאטן, וועסטו העכסטנס פארמאגן אזא הייליג ספר ביי דיר אין שטוב,

הכלל, איך האב מיך געלאזט איבער רעדן אבער נאר מיט איין תנאי, איך גיי נישט ארויס אפי' א טראפ פון מיין וועג פאר דעם, יעצט געפינט זיך דא אין ביהמ"ד א איד, וואס פארט אפט ארום דער וועלט פארקויפן ספרים, ביכער וכדו', איך גיי איהם פרעגן צי ער האט דעם ספר יעצט מיט זיך, אויב יא קויף איך עס און אויב נישט איז נישט, און איך גיי אפי' נישט ווארטן ער זאל עס ברענגן פון זיין אכסניא,

צו דעם פשרה זענען מיר ביידע איין געגאנגען, עודי מדבר עמו, און דער איד, דער ספרים פארקויפער קומט מיר ממש אנטקעגן, איך גיי צו צו איהם און פרעג איהם אויב ער האט דא דעם ספר מגן אברהם, זאגט ער מיר אז ער איז די רגע געקומען אין ביהמ"ד מיט א סעט, שוין, האמיר שוין געזעהן אז מאת ד' היתה זאת און מ'האמיר זיך איינגעהאנדלט א סעט,

איין יאר איז פארביי א' תמוז תשע"ה נאכמיטאג והנני חובק בן!!, צומארגנס צופרי כאפענדיג א בליק אויף די יארצייטן ליסטע בין איך געבליבן שטיין פארגליווערט, ממש מיום ליום ומשעה לשעה ווען עס איז נשלם געווארן א יאר "צום מינוט" ווען דער הייליג ספר איז אריין אין מיין באזיץ איז מקוים געווארן במלואה די הייליגע הבטחה.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אמאל האט דער הייליגער מגיד געבעטן א נדבה פון א עושר וואס איז געווען א קארגע מענטש, האט זיך דער עושר אנגערופן "איך האב נאכנישט געטראפן דעם פאסיגן ארימאן אז ער זאל זיין ראוי מען זאל אים געבן צדקה", האט דער הייליגער מגיד געזאגט פאר דעם איד "אין הימל האט מען אויך נישט געזוכט דעם ריכטיגן מענטש אים צו שענקן עשירות", וואס ער האט געמיינט צו זאגן אז אויב דער עושר זיכט דעם ריכטיגן ארימאן, וועט מען אין הימל אויך זוכן א בעסערע עושר ווי אים,
--
א איד איז אמאל געפארן צום טריסקער מגיד, און ביים בענטשן נאכן סעודה, ווען דער מגיד איז אנגעקומען צו "הרחמן הוא ישלח לנו את אליהו הנביא זכור לטוב" האט דער טריסקער מגיד גע'חלש'ט, דער איד אן אונגארישער איד, האט זיך זייער דערשראקן, אבער צו זיין וואונדער זעט ער וואו די אלע חסידים זיצן זיך אזוי רואיג, ווי גארנישט וואלט פאסירט,

פרעגט ער איינעם, וואס גייט דא פאר, השם ישמרנו, וואו קען מען אין אזא מצב זיין אזוי שטיל, און גארנישט טון, דאן האבן אים די חסידים געגעבן צו פארשטיין, אז דאס איז א רוטינע זאך ביים רבין, אז יעדעס מאל ווען ער קומט אן צו די הרחמן, און דערמאנט זיך אז עדיין בן דוד לא בא, ווערט אים אזוי שלעכט אויפן הארץ, אז ער האלט דאס נישט אויס און חלש'ט אוועק.
--
עס איז אמאל געקומען א פרוי צו דער טריסקער מגיד וויינענדיג אז זי ווארט שוין זייער לאנג פאר קינדער און זי וויל געהאלפן ווערן, און זי האט זיך געבעטן צו הייליגען טריסקער מגיד, אז ער זאל איר וואונטשען אז זי זאל שוין זוכה זיין צו א קינד, דער מגיד האט איר געפרעגט ווי אלט זי איז, די פרוי וואס איז שוין געווען אביסעל עלטער האט מורא געהאט צו זאגן דעם אמת, ווייל זי האט געטראכט אז אפשר אין די יארן וואס זי איז שוין, קען זי נישט האבן קיין קינדער,

דערפאר האט זי נישט געזאגט פאר דער צדיק די אמת ווי אלט זי איז, נאר זי האט געזאגט עפעס אנדערש, אז דער צדיק זאל מיינען אז זי איז אסאך יונגער, און אזוי וועט ער איהר וואונטשן, דער צדיק האט איהר טאקע געוואונטשן אז זי זאל געהאלפן ווערן, אין די פרוי איז ארויס פון דארט צופרידן, און געגלייבט באמונה שלמה אין די ברכה פון דער צדיק,

שפעטער ווען די פרוי איז ארויס, האט דער צדיק זיך פארטראכט, און ער האט צוריק גערופען די פרוי און ער זאגט איהר "געשעפט איז געשעפט" ׁ(דאס הייסט אז דו וועסט געהאלפן ווערן), אבער פארוואס האסטו געדארפט טוישן פון די אמת, און דער צדיק האט איר מוסר געזאגט, אז מען טאר נישט ליגענט זאגן, אבער וויבאלד ער האט שוין געוואונטשן די ברכה, וועט עס שוין מקיים ווערן,

דערנאך האט דער מגיד זיך אנגערופען צו הרה"ק רבי אלימלך מגרודז'יסק זי"ע, וואס איז דארט געווען און איז געווען פון די נאנטע תלמידים פון דער מגיד בזה"ל, "דער אייבישטער האט אונז ליב אזוי שטארק, אז אפילו איך וועל זאגן אויף א ליידיגע בוים פון וואלד, אז עס זאל דארט וואקסן פרוכט, וועט עס געשען", און כך הוה, דער פרוי איז געהאלפן געווארן מיט א קינד.
--
הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט אמאל געזאגט, הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איז געווען רבי איבער אלע רבי'ס אין גאליציע, דער הייליגער מגיד מטשערנאביל זי"ע איז געווען מגיד איבער גאנץ רוסלאנד, און הרה"ק רבי אברהם המגיד מטריסק זי"ע, איז געווען דער מגיד איבער גאנץ פולין,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

עס האבן דערציילט אידן פון שטאט סאטמאר, אז עס האט דארט געוואוינט א איד א זקן, וואס האט זיך נאך מסתופף געווען בצלו פון הרה"ק רבי אברהם המגיד מטריסק זי"ע, און דער איד האט דערציילט, אז ביי די שובבים תורה ביי הייליגען מגיד מטריסק זי"ע, האט מען די גאנצע צייט כסדר געברויכט ארויס טראגן אידן וואס זענען פון גרויס פחד און התעוררות צוזאמען געפאלן,
--
צוויי חסידים פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע האבן דערציילט, אז איינמאל זענען זיי געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען מגיד מטריסק זי"ע, ווי באוויסט איז דער הייליגער מגיד געווען א איש חלוש מאוד, וויבאלד דער צדיק האט דאך די גאנצע וואך כמעט נישט געגעסן, נאר יעדע נאכט האט דער צדיק געטרינקען א האלב גלעזל מילך, און דאס האט ער געטאן נאר כדי צו האבן כח צו דינען דעם גרויסן באשעפער,

איז געווען איינגעפירט, אז יעדער איד דורך דעם צדיק לברך ולהתברך, אבער צוליב דעם חלשות פונעם צדיק, איז יעדער שנעל דורך געלאפן, אבער די צוויי חסידים האבן זייער געוואלט נאכאמאל דורך גיין, און האבן די זכי' נאכאמאל א בליק טאן אויפן צדיק,

אבער לפלא אזוי ווי זיי זענען צוריק געקומען דאס צווייטע מאל נעבן דעם צדיק, האט דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע אויף געהויבן זיינע הייליגע אויגן און געזאגט, איך האב אייך שוין איינמאל געזען, האבן די צוויי פון גרויס פחד געזאגט, אז מיר האבן געוואלט זיכער מאכן אז די רבי פארגעסט אונז נישט, האט דער הייליגער מגיד געזאגט, מיר זאגן דאך ביי תפילות ראש השנה, "כִּי אֵין שִׁכְחָה לִפְנֵי כִסֵּא כְבודֶךָ, וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ",
--
א ענליכע מעשה ווערט דערציילט, אז הרה"ק רבי יחיאל הורוויץ מפאקשוויץ זי"ע, בן הרה"ק רבי מאיר ב"ר אליעזר מדזיקוב זי"ע, האט געהאלטן אפאר יאר נאך די חתונה, און ער האט נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, איינמאל איז ער געפארן ימים נוראים קיין טריסק פאר א ברית, און ער איז געבליבן אויף יום הקדוש ביים הייליגען טריסקער מגיד זי"ע, ערב יום הקדוש איז דער רבי יחיאל אריין צום מגיד, און זיך מזכיר געווען פאר א ברכה, אז ער זאל זוכה זיין צו זש"ק,

יום הקדוש ביינאכט נאכן דאווענען און נאך זיין הייליגע עבודת הקודש פון כל נדרי און מעריב, האט דער הייליגער טריסקער מגיד ארום שפאצירט אינעם שוהל, איז דער רבי יחיאל נאכאמאל צו געגאנגען צום מגיד, און זיך נאכאמאל מזכיר געווען, אז ער זאל זוכה זיין צו זש"ק, האט דער הייליגער מגיד געזאגט בזה"ל, "נא, נא, אֵין שִׁכְחָה לִפְנֵי כִסֵּא כְבודֶךָ," און לפלא צום יאר איז ביי דעם רבי יחיאל געבוירן געווארן א בן זכר,
--
ווען דער הייליגער טריסקער מגיד איז אמאל געווען אין שטאט דובנא, וואס איז געווען א שטאט פון מתנגדים, האבן די מתנגדים געוואלט אויספראבירן דעם רבין, האבן די אידן גענומען א געזונטן מענטש און אריינגעזעצט אין א וועגעלע, און צוגעטראגן דעם איד צום פענסטער פונעם צדיק, איינע פון זיי איז אריין צום צדיק, און מזכיר געווען דעם איד וואס זיצט אונעם וועגעלע אינדרויסן ביים פענסטער, און געזאגט פאר דעם צדיק ער זאל ארויס קוקען פונעם פענסטער, און אנוואונטשן פאר דעם איד א רפואה שלימה,

ווען דער הייליגער מגיד האט ארויסגעקוקט פונעם פענסטער אויף דעם איד, האט ער גלייך מרגיש געווען אז דאס איז נאר א שפיל, האט דער צדיק געזאגט, עס שטייט דאך אין די משנה מסכת פאה, וכל מי שאינו לא חיגר ולא סומא, ועושה עצמו כאחד מהם, אינו מת עד שיהיה כאחד מהם, וואס טייטש אז איינער וואס איז נישט א הינקעדיגער און ער מאכט זיך ווי ער הינקעד, וועט ער נישט שטארבן ביז ער וועט ווערן א היקעדיגער, כך הוה דער איד איז געווארן א הינקעדיגער זיין גאנץ לעבן.
--
איינער פון די גרויסע חסידים פונעם טריסקער מגיד איז געווען א איד א גרויסער עושר פונעם שטאט מאטשוב, וואס האט זיך איינגעקויפט א חשובע איידעם א עילוי און א מתמיד עצום, וואס איז שפעטער נספרסם געווארן אלס הגה"ק רבי יעקב אב"ד בילגוריי זי"ע, וואס איז קודם געווען א מתנגד פון דעם דרך החסידות, דער שווער האט זייער געוואלט אז זיין איידעם זאל נתקרב ווערן צום הייליגען צדיק דער טריסקער מגיד זי"ע,

איינמאל האט דער איידעם געזאגט פארן שווער, אז ער איז מסכים צו פארן צום הייליגען טריסקער מגיד, נאר בתנאי אז דער הייליגער טריסקער מגיד זאל אים פאר ענטפערן א שווערע תוספות אויף וועלכע ער דער איידעם מיטשעט זיך שוין א גאר לאנגע צייט,

ווען דער שווער איז אריין צום רבין, האט ער דערציילט פארן רבין אז ער האט מיטגעברענגט זיין איידעם צום רבין, אבער ער בעט דעם רבין אז ער זאל אים לעכטיג מאכן און פארשטיין געבן א תוספות וואס איז אים שוין שווער א שטיק צייט, האט אים דער צדיק געזאגט, עטץ גייט דאך דא זיין ביז נאך שבת קודש, מיר האבן נאך צייט צו רעדן דערפון דורכ'ן שבת קודש,

דער מגיד האט געהאט א דרך, אז די שבתים צווישן פסח און שבועות פלעגט ער זאגן תורה ביי שלש סעודות אויף מסכת אבות אויף דעם פרק וואס מען לערנט יענע וואך, דער מגיד האט יענעם שבת געזאגט תורה פון אן ענין וואס האט געהאט שייכות צו יענעם תוספות, וואס איז שווער געווען פארן איידעם פון דעם עושר, און הפלא ופלא, אז בשעת דער מגיד האט גערעדט פון דעם תוספות, איז פאר דעם יונגערמאן דעם איידעם לעכטיג געווארן דער תוספות, און אלע שוועריקייטן זענען אים פארענטפערט געווארן,

מוצאי שבת קודש ווען דער שווער מיטן איידעם זענען אריין געגאנגען אל הקודש פנימה צום מגיד, פרעגט דער מגיד דעם יונגערמאן, "נו יעצט פארשטייסטו שוין דעם תוספות", פארשטייט זיך אז דער איידעם איז שוין געבליבן א חסיד פונעם הייליגען טריסקער מגיד.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער זון הרה"ק רבי מרדכי מקוזמיר זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל בעפאר די ימים נוראים האט זיך זייער פארשפרייט רח"ל די מחלה פון "חולירע" אינעם געגענט פון טריסק, איז מען אריין צום טאטן דער הייליגער מגיד מטריסק זי"ע, און מען האט אים געזאגט, אז מען וויל לאזן וויסן פאר די חסידים, אז קיינער זאל נישט קומען אויף די ימים טובים קיין טריסק, וויבאלד ווען מענטשן שטיפען זיך, קען מען ח"ו דורך דעם פארשפרייטן די מחלה,

האט דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע געזאגט, מען ברויך דאס נישט טון, ווייל ער האט שוין מיט זיינע תפילות געפויעלט, אז קיין איינער זאל ח"ו נישט ווערן אן געשטעקט פון די מחלה, טאקע יענעם יום טוב זענען געקומען א גרויסע עולם חסידים צום הייליגען טריסקער מגיד זי"ע, און טאקע אזוי ווי דער צדיק האט פאר געזאגט, איז קיינער טאקע נישט געווארן אן געשטעקט פונעם מחלה,

אבער הושענא רבה בעשת דער צדיק דער טריסקער מגיד זי"ע האט אפ געראכטן זיין הייליגע עבודה ביי די נענועים, איז איינע פון די חסידים קראנק געווארן מיט די מחלה פון "חולירע", מען האט גלייך געוואלט מזכיר זיין דעם איד ביים מגיד, אבער דער איד האט נישט געלאזט שטערן דעם צדיק אינמיטן זיין הייליגע עבודה, און ביז דער צדיק האט געענדיגט זיין עבודה איז דער איד ליידער רח"ל נפטר געווארן,

שפעטער ווען דער צדיק האט געענדיגט זיין עבודה, האט מען דערציילט פארן טריסקער מגיד, אז דער איד האט נישט געלאזט שטערן דעם רבין פון די עבודה, האט דער צדיק געזאגט מיט א ווייטאג, ווען מען וואלט ווען מזכיר געווען דעם איד, וואלט איך געקענט פויעלען א ישועה פאר אים, און איך וואלט געקענט מבטל זיין די גזירה פון אויף אים,

שפעטער ביי די לוי' פון יענעם איד, איז דער מגיד אויך ארויס צום לוי', און דער צדיק האט געלייגט 4 גראשן אויפן מיטה, און געזאגט פאר דעם נפטר, אז ער זאל גיין בעולם העליון צו זיין טאטן דער מגיד מטשערנאביל זי"ע און די זיידע דער הייליגער מאור עיניים זי"ע, און ער זאל פאר גארנישט מורא האבן, ווייל זיי וועלן זיין א שמירה פאר אים,

ביי די הקפות שמיני עצרת ווען דער מגיד מטריסק זי"ע האט זיך אפאר געזעצט אינמיטן די הקפות, האט ער צו געריפן זיין זון און געזאגט, קוק ווי ווייט דער איד איז שוין אנגעקומען בעולם העליון, ווייל ער איז שוין אן געקומען צום טאטן און אויך צום זיידן דער מאור עיניים זי"ע, און יעצט איז ער דא צוזאמען מיט די צוויי צדיקים געקומען מיט האלטן די הקפות,
--
דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע האט אמאל אום פורים גערעדט כלפי שמיא, און ממליץ געווען אויף די אידישע קינדער, בעטנדיג אז דער אייבישטער זאל שוין שיקען דער גאולה, און ער האט געזאגט בזה"ל, "רבונו של עולם, אִם הַחֲרֵשׁ תַּחֲרִישִׁי בָּעֵת הַזֹּאת, אויב וועסטו נישט יעצט צואיילן דער גאולה, דעמאלטס רֶוַח וְהַצָּלָה יַעֲמוֹד לַיְּהוּדִים מִמָּקוֹם אַחֵר, די אידן וועלן ח"ו זיך זוכן פרנסות פון דער סטרא אחרא, זיי וועלן לערנען זייערע קינדער צו זיין דאקטורים, אדוואקאטן אד"ג, און זיי וועלן פארן אויף אמעריקא, און זיך אפלאזן פון די תורה'דיגע וועגן און בגשמיות וועט עס טאקע זיין א רוח והצלה",

"אבער וְאַ"תְּ, דער תורה הקדושה, וואס אירע אותיות הייבן זיך אהן מיט אן א' און ענדיגן זיך מיט ת'. וּבֵית אָבִיךְ, די תפילות וואס די אבות הק' האבן מתקן געווען, תֹּאבֵדוּ, וועט פארגעסן ווערן, וּמִי יוֹדֵעַ אִם לְעֵת כָּזֹאת הִגַּעַתְּ לַמַּלְכוּת, אויב וועסטו כביכול צו ווארטן נאך אביסל, ביז זיי וועלן מקבל זיין עול מלכות שמים, ס'איז דאך אין מלך בלא עם, ווער ווייסט צו עס וועט נאך זיין וואס צו ווארטן, דערפאר בעט איך דיר רבוש"ע, אייל שוין צו דער גאולה השלימה",
--
צום הייליגען טריסקער מגיד זי"ע איז אמאל געקומען א חסיד און זאגט פאר'ן רבי'ן, אז ער געדענקט נאך ווען די רבי איז אלט געווען 3 יאר און ער האט אים דעמאלטס געזען, האט דער טריסקער מגיד געענטפערט, אוודאי געדענק איך אייך פון דעמאלט, כִּי אֵין שִׁכְחָה לִפְנֵי כִסֵּא כְבודֶךָ,

דער חסיד האט געקוקט אזוי מיט א וואונדער, ווי קען אים דער רבי געדענקען פון דעמאלטס, האט זיך אנגערופן דער מגיד, נישט נאר דאס געדענק איך, נאר פון א האלבער יאר פריער ווען מיין ברודער ר' יעקב ישראל פון טשערקאס האט חתונה געהאט, איז די משפחה געפארן קיין ליאזני אויפן חתונה, און דארט האט דער רב געזאגט א טיפער דרוש אין חסידות, און איך קען אייך יעצט איבער זאגן די גאנצע דרוש.
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
הרה"ק רבי אברהם ב"ר מרדכי זי"ע.
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

הַנּוֹטֵעַ שְׁתֵּי שׁוּרוֹת שֶׁל קִשּׁוּאִין, שְׁתֵּי שׁוּרוֹת שֶׁל דְּלוּעִים, שְׁתֵּי שׁוּרוֹת שֶׁל פּוֹל הַמִּצְרִי, מֻתָּר.
שׁוּרָה שֶׁל קִשּׁוּאִים, שׁוּרָה שֶׁל דְּלוּעִים, שׁוּרָה שֶׁל פּוֹל הַמִּצְרִי, אָסוּר.
שׁוּרָה שֶׁל קִשּׁוּאִים, שׁוּרָה שֶׁל דְּלוּעִים, שׁוּרָה שֶׁל פּוֹל הַמִּצְרִי,
וְשׁוּרָה שֶׁל קִשּׁוּאִים, רַבִּי אֱלִיעֶזֶר מַתִּיר, וַחֲכָמִים אוֹסְרִין:
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

המגיד מטריסק
אטעטשמענטס
IMG-20230621-WA0000.jpg
IMG-20230621-WA0000.jpg (179.51 KiB) געזען 406 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

יארצייטן ב' תמוז
אטעטשמענטס
יארצייטן ב' תמוז
יארצייטן ב' תמוז
IMG-20240705-WA0006.jpg (156.91 KiB) געזען 406 מאל
ייחוס זוכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

איז דער ציון פון טריסקער מגיד אריגינעל? פון די בילד זעהט אויס אז נישט, ווער און ווען האט מען דאס אויפגעשטעלט?
און ווי ליגט זיין זוהן הה"ק ר' יעקב לייב?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ייחוס זוכער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:36 pm
איז דער ציון פון טריסקער מגיד אריגינעל? פון די בילד זעהט אויס אז נישט, ווער און ווען האט מען דאס אויפגעשטעלט?
און ווי ליגט זיין זוהן הה"ק ר' יעקב לייב?
ער איז אוועק אין הורבישוב
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
ייחוס זוכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

איז דא היינט עפעס דארט א ציון?
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ייחוס זוכער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:36 pm
איז דער ציון פון טריסקער מגיד אריגינעל? פון די בילד זעהט אויס אז נישט, ווער און ווען האט מען דאס אויפגעשטעלט?
און ווי ליגט זיין זוהן הה"ק ר' יעקב לייב?
די ציון קדשו איז זיכער נישט די ארגינעלע, די ביה"ח איז כמעט אינגאנצן חרוב געווארן ביי די מלחמה, אבער לויט וויפיל מען ווייסט איז דאס די מקום ווי דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע איז באערדיגט געווארן,

לגבי זיין זון הרה"ק רבי יעקב לייב זי"ע, ער איז געווען דער ממלא מקום פונעם טאטן אין שטאט טריסק, בשנת תרס"ז איז ער אריבער מיט די חצר הקדוש קיין קובל וואס איז נעבן דעם שטאט וואהלין אין אוקרינה, ביים ערשטע וועלט מלחמה האט ער זיך אריבער געצויגען קיין ראוונא וואס איז אין אוקרינה, אבער דאן האט זיך דער צדיק סוף ימיו אריבער געצויגען קיין הוריבישויב וואס איז אין פולין נישט ווייט פון לובלין, און דארט איז דער צדיק נסתלק געווארן און געקומען לקבורה אויפן ביה"ח אין הוריבישויב,

וויפיל איך האב געזען איז ליידער די גאנצע ביה"ח אין שטאט הוריבישויב חרוב געווארן ביים צווייטע וועלט מלחמה,
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דאנקער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:39 pm

ער איז אוועק אין הורבישוב אינטערוועגענס... נישט אז ער האט דארט געוואוינט
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9967
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נחום וואהלינער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:17 pm

על הדרך ליתן חליצה לאשת אחיו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
אבליגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 7:51 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבליגה »

איז געווען דארטן עפעס מענטשן היי יאר?
השע ממנו ו"אבליגה" בטרם אלך ואיננו תהילים לט

[email protected]
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

dovidal האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:29 am

על הדרך ליתן חליצה לאשת אחיו
דאס איז געווען מיין 3 פינטלעך
והמבין יבין
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9967
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אבליגה האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:40 am
איז געווען דארטן עפעס מענטשן היי יאר?
ברוך השם געווען א שיינער עולם פון ניו יורק לאנדאן ארה"ק און יושבי אוקריינא
מנחה תהלים סעודת הלילוא בעיר טוריסק
זי"ע ועכי"א
האטס געפועלט אלעס גוטס
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9967
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א ביים מתפלל זיין אינעם ירושה סידור פון הרה"ק המגיד מטוריסק זי"ע וואס ליגט באוצרו פון ר' אברהם ברויער הי"ו, היינט מאנטאג ב' תמוז, יומדה"ק פונעם טוריסקער מגיד זי"ע.
אטעטשמענטס
TR65.jpg
TR65.jpg (364.03 KiB) געזען 126 מאל
TR64.jpg
TR64.jpg (359.64 KiB) געזען 126 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”