געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

Toyota האט געשריבן: צ/ק
מאכן א וועד הרבנים לעניני עליוועיטר, שטייצך אריינלייגן דארט אלע פרומע רבנים פון יעדע קהילה מיט יודישע אינדשענירן וואס זאלן אויספיגרן א שבת עליוועיטר מיט אלע הידורים.
נאכדעם קען מען בויען 17 שטאק אין ווילימסבורג אין יעדער בלייבט אונטער אדער גאר העכער די מאמע'ס פארטעך...

אין נאכער א וועד הרבנים אז ממעג קויפן OU אין וואלמארט - דאז איז אלעס נאנסענס
לעצט פארראכטן דורך Borrower אום מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

משהלע האט געשריבן: לעיקוואד וטאמס ריווער יוכיחו.
Unlimited supply העלפט נישט.

דערווייל איז מער נישטא קיין איין הויז אויפן מארקעט, שטחים ווי צו בויען איז דא, אבער קוקט אויס ס'בויט זיך נישט אזוי גרינג.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

זינגער האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן: לעיקוואד וטאמס ריווער יוכיחו.
Unlimited supply העלפט נישט.

דערווייל איז מער נישטא קיין איין הויז אויפן מארקעט, שטחים ווי צו בויען איז דא, אבער קוקט אויס ס'בויט זיך נישט אזוי גרינג.

ס'געווען א משוגענע סופליי אבער די דימענד האט אלעס אויסגעכאפט.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

משהלע האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן: לעיקוואד וטאמס ריווער יוכיחו.
Unlimited supply העלפט נישט.

דערווייל איז מער נישטא קיין איין הויז אויפן מארקעט, שטחים ווי צו בויען איז דא, אבער קוקט אויס ס'בויט זיך נישט אזוי גרינג.

ס'געווען א משוגענע סופליי אבער די דימענד האט אלעס אויסגעכאפט.

ס'געווען א משוגענע סופליי אבער די דימענד איז געווען נאך מער משוגע כצ"ל
Toyota
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Toyota »

Borrower האט געשריבן:
Toyota האט געשריבן: צ/ק
מאכן א וועד הרבנים לעניני עליוועיטר, שטייצך אריינלייגן דארט אלע פרומע רבנים פון יעדע קהילה מיט יודישע אינדשענירן וואס זאלן אויספיגרן א שבת עליוועיטר מיט אלע הידורים.
נאכדעם קען מען בויען 17 שטאק אין ווילימסבורג אין יעדער בלייבט אונטער אדער גאר העכער די מאמע'ס פארטעך...

אין נאכער א וועד הרבנים אז ממעג קויפן OU אין וואלמארט - דאז איז אלעס נאנסענס

שארף גענטפערט!
זאג נאר די נוצט שבת זייגער אדער בכלל לעקטער אין שבת? ווייסט אודאי אז בשעתו איז עס געווען שטארק קאנטערווערשל אבער למעשה נוצט עס יעדער

אגב, שיקן היימישע יונגלייט אין אפאר פון די נייע געגענטער האט מער טשענס זיי זאלן קויפן OU אין וואלמארט...
נעקסט לעוועל
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2020 9:15 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעקסט לעוועל »

איך הער אז יאמפאלע רב הרב משה לאנדא עפענט א נייע ישוב.
איינער מיט דעטאלן?
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

נעקסט לעוועל האט געשריבן: איך הער אז יאמפאלע רב הרב משה לאנדא עפענט א נייע ישוב.
איינער מיט דעטאלן?

געהערט עפעס אין ניו דשערסי
..
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

די דירות פראבלעם גייט בלייבן א קריזיס ביז משיח וועט קומען.
די היימישע אידיש רעדנדיגע ציבור דאפלט זיך יעדע 14 יאר בערך, די נעקסטע 15 יאר גייען צוקומען פרישע 60,000 בנוסף צי די ביז יעצטיגע 60,000 משפחות, און יעדער גייט ווילן וואינען עכ"פ די ערשטע פאר יאר נאכן חתונה וואקן דיסטענס פון מאמי, 15 יאר ארום גייען זיין 120,000 היימישע משפחות אין ניו יארק און ניו דזשערזי
30 יאר ארום גייען זיין 240,000 משפחות
-
יעדע אינגערמאן גייט וואוינען אין א דירה און א נורמאלע אינגערמאן וועט איבערדרייען א וועלט צו קענען האבן א ברייטע פראקטישע דירה, ערגעץ גייען די יעצטיגע פיצעלעך וואוינען
_
עס איז נישט געווען זייט גלות מצרים אז אידן זאלן וואקסן אויף אזא מאסיווע גראואינג פארנעם, ביז 100 יאר צוריק האבן א גרויס טייל קינדער נישט איבערגעלעבט ביז די בר מצוה און בכלל האבן מענטשן נישט געלעבט לאנג און ביי יעדע לידה איז די מאמע געווען אין א ערנסטע סכנה און אינפעקציעס האבן נישט געהאט קיין רפואה
-
קיינער קיינער האט נישט פארגעזאגט 10 יאר צוריק וויאזוי די שטעט וועלן זיך דעוועלעפן, למעשה איז געווארן לינדען סטעטן איילענד בלומינג גראוו און אנדערע גלילות מאנסי גלילות קרית יואל אא"וו און יעדע אינגערמאן האט א דירה

קיינער קען נישט פארויסזאגן ווי די קומענדיגע גענעראציע וועלן זיך אוועראל אלץ באזעצן,

----
מיין געסט איז אז סאלווען קאונטי וועט כאפן א שאק אויפרייס.
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
מינגא
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 6:21 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינגא »

שטייגען האט געשריבן: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:12 pm
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
איך הער אז יאמפאלע רב הרב משה לאנדא עפענט א נייע ישוב.
איינער מיט דעטאלן?
געהערט עפעס אין ניו דשערסי
קרית זית רענן
עס איז דא א אשכול אויף דעם
מינגא
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 6:21 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינגא »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג יולי 25, 2021 9:51 am
די רבי זז"ג זאל ארויפקומען אין כולל מיט די ראשי קהילה, מיט א ליסטע פון 5-10 גוטע אמעריקאנער קליינע סיטי'ס, און מחייב זיין די אינגעלייט לך לך מארצך.
יעדע אינגערמאן זאל זיך אויסוועלן א סיטי ווי ער וויל גיין,
עס וועט זיין בערך 50-100 אינגעלייט אין יעדע סיטי. שפעטער קען צוקומען נאך, מיטן ציהל אנצוקומען צו ארום 200-300 משפחות ביז 5 יאר.

עס וועט זיין א אפיציעלע מהלך מצד די קהילה וויאזוי צוצוגיין מיט אלע אנגעלעגנהייטן.
א שול, מקוה, מוסדות, געשעפטן, און אלעס ווייטער.
יעדער וועט מוזן נעמען א פאזיציע, בעל תפילה, בעל קורא, בעל תוקע, מלמד, א.א.וו.

איי וויאזוי וועט זיך דאס אויפהאלטן פינאנציעל?
פון די מיליאן דאלער מער וואס א דירה קאסט יעצט אין די היימישע געגנטער, און ס'וועט נאך בלייבן טשעינדזש.
קיינער וועט נישט גיין
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

Toyota האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:15 pm
צ/ק
מאכן א וועד הרבנים לעניני עליוועיטר, שטייצך אריינלייגן דארט אלע פרומע רבנים פון יעדע קהילה מיט יודישע אינדשענירן וואס זאלן אויספיגרן א שבת עליוועיטר מיט אלע הידורים.
נאכדעם קען מען בויען 17 שטאק אין ווילימסבורג אין יעדער בלייבט אונטער אדער גאר העכער די מאמע'ס פארטעך...
איך טראכט צו מען קען נישט מאכן עפעס מיט מעגענעט
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
חכם וצדיק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:10 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם וצדיק »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:25 pm
לענ"ד איז שוין די פראבלעם געלעזט געווארען.

די עולם האט זיך שוין אויסגעלערנט אז עס איז א נארמאלע זאך צו מופען, און עס איז א נארמאלע זאכען צו וואוינען און א שטאט וואס האט נישט ממש "אאאלעס".

אמאל ביסטו נאר אנגערופען געווארען א סוקסעספול שטאט אויב עס האבן דארט געוואוינט אפאר טויזענט מענטשען מיט אלע סערוויסעס ווי חתונה זאלען ועוד, היינט הייסט שוין סטעטן איילענד אין לינדען א סוקסעס ווייל עס וואוינען דארט/גייט וואוינען דארט 500 מענטשען.

און מיט די צייט גייען זיך עפענען יעדע פאר יאר נאך א שטעטל פון א צוויי הונדערט מענטשען און יעדער וועט גיין, און אלעס וועט הייסען א "סוקסעס".
אמת ויציב ונכון, זייער גוט ארויסגעברענגט. דיקא נמי וועסטע זעען אז אויב זית רענן וועט האבן 50 משפחות ביז סוף יאר וועט מען עס אנרופן א סוקסעס.
לעצט פארראכטן דורך חכם וצדיק אום מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעזרת החונן לאדם דעת
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9770
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דער פראבלעם איז נישט נאר דירות נאר, בעיקר, געלט!
מ'וואלט זיך גקענט אויסשפרייטן ופרצת ימה וקדמה אויף גאנץ ברוקלין, נאר עס איז טייער איבעראל, און א טאטע פון 16 קינדער קען נישט קויפן אדער דינגען אזוינע דירות אפילו ארויס פון געגענט. ממילא שפרייט זיך עס נישט אויס. ממילא איז נישט פאראן קיין דירות.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

תגובה דורך דאנק און לויב »

יידישע קהילות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:02 pm
דער פראבלעם איז נישט נאר דירות נאר, בעיקר, געלט!
מ'וואלט זיך גקענט אויסשפרייטן ופרצת ימה וקדמה אויף גאנץ ברוקלין, נאר עס איז טייער איבעראל, און א טאטע פון 16 קינדער קען נישט קויפן אדער דינגען אזוינע דירות אפילו ארויס פון געגענט. ממילא שפרייט זיך עס נישט אויס. ממילא איז נישט פאראן קיין דירות.
איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט, ביז ווילאנג כאב אינטערוויוט צענדליגע אינגעלייט די לעצטיגע יארן אין זשערסי סיטי ,בלומינגראוו, מאנטיסעלאו, לינדען , קרית ברסלב ,פרישע גאסן אין וויליאמסבורג, לעיקוואד והגלילות, מאנסי והגלילות ועוד ועוד וואס האבן געקויפט פאר שפאט ביליג, ניין ניין זאגן נאר פוילע לייט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4708
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

די פראבלעם איז נישט געלט. די פראבלעם איז די מאמעס פארטעך. פשוט מאוד. פארוואס קענען פרומע ליטווישע זיך צאמנעמעם 15 משפחות און מופען קיין פיטסבורג, פענסיל?

איר ווייסט וויפיהל "הייזער" מיט בעקיארדס מען קען קויפן אין סקרענטאן, פי.עי? וואס איז אפילו נישט אזוי ווייט? וואס האט כשר'ע סופרעמארקעטס, מקוה טהרה'ס און אלעס וואס א חסידישע איד דארף?

איר ווייסט וויפיהל אזאלעכע שטעט און שטעטלעך מיט גאר פילע הייזער איז דא אין גאנצע 3-4 שעה פון ברוקלין? געוועזענע מעניופעקטשורינג טאונס ווי אלע פעקטאריס האבן זיך פארשפארט, און די ארבייטערס האבן אוועקגעמופט און עס איז דא בלאקס מיט בלאקס מיט הייזער פאר בלויז 100 אלפים????????? איר ווייסט וויפיהל ביליגע הייזער עס איז דא אין "שענערע" און "בעסערע" געגענטער אין Rochester? אין Syracuse???? ביידע שטעט האבן אידישע אינפאסטראקטשור??????

נאכאמאל, די פראבלעם איז "מאמעס פארטוך".

אין א"י האט בעלזע רבי געהייסן אינגעלייט קויפן דירות אין אשדוד שוין פערציג יאר צירוק! אז עס איז דא א רצון, איז דא דירות. נאר וואס דען??? אמאל האט מען געמיינט אז ווילאמסבורג ענדיגט זיך אויף ליע עוו. קארנער העיווארד סט. ב"ה, היינט ווייסט מען אז מען מעג שוין גיין אויך נאך לינטש סטריט. די זעלבע אין בארא פארק, מאנסי, וכו'.

וואס ברויך איצט געשען איז א מאסיוויע מח וואשן קאמפיין אז יא, מען מעג מופן קיין מאנטיסעלוי. קוקט נאר אין שטוינט וויאזוי קרית יואל אין ליבערטי איז ב"ה אזוי שיין מצליח. דארפן קומען נאך רבנים אין העצן זייערע אינגעלייט צו טוהן די זעלבע. נעמט אייך צאם 20 אינגעלייט און מופט קיין סקרענטען!

איך האב בכלל נישט אנגערירט די נושא פון מופן קיין אריזאנע אדער פלארידא...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9770
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הונדערט פראצענט.

דער פראבלעם איז מאמעס פארטוך ---->>> טייערע געגנט ------>>> נישטא קיין געלט ----->>> נישטא קיין דירות!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

יידישע קהילות האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:56 am
הונדערט פראצענט.

דער פראבלעם איז מאמעס פארטוך ---->>> טייערע געגנט ------>>> נישטא קיין געלט ----->>> נישטא קיין דירות!
בת היענה אלערט אויף העכסטן גראד,
באמת די גאנצע דירות קריזיס נושא איז לכתחילה שוטה/שוטים אסור לרחם עליו, איי וועסטו פרעגן אז סאיז דא טויזענטער שוטים, איז די תירוץ ליידער יא , אבער פון די אנדערע זייט איז דא שווערע טויזענטער וואס האבן זיך גענומען אין די האנט אריין און געטין צו די זאך בעוד מועד און קומען נישט יעצט שרייען וואלף ווי א בת היענה;
עס שטעלט זיך ארויס אז מער חסידישע אידן וואינען כהיום אינדרויסן פון די סיטי , וואס 20 יאר צוריק איז רובא דרובא געווען אין די סיטי, עס האט זיך קאמפליטלי געטוישט , די שוטים זאלן גיין באזיכן אן אפטייקער
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

מיין שכן וואס האט ארויסגעמופט פון ב"פ באקומט נאך יעדע וואך פיש פון איר מאמע, 5 יאר נאכן חתונה
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:24 pm
די פראבלעם איז נישט געלט. די פראבלעם איז די מאמעס פארטעך. פשוט מאוד. פארוואס קענען פרומע ליטווישע זיך צאמנעמעם 15 משפחות און מופען קיין פיטסבורג, פענסיל?

איר ווייסט וויפיהל "הייזער" מיט בעקיארדס מען קען קויפן אין סקרענטאן, פי.עי? וואס איז אפילו נישט אזוי ווייט? וואס האט כשר'ע סופרעמארקעטס, מקוה טהרה'ס און אלעס וואס א חסידישע איד דארף?

איר ווייסט וויפיהל אזאלעכע שטעט און שטעטלעך מיט גאר פילע הייזער איז דא אין גאנצע 3-4 שעה פון ברוקלין? געוועזענע מעניופעקטשורינג טאונס ווי אלע פעקטאריס האבן זיך פארשפארט, און די ארבייטערס האבן אוועקגעמופט און עס איז דא בלאקס מיט בלאקס מיט הייזער פאר בלויז 100 אלפים????????? איר ווייסט וויפיהל ביליגע הייזער עס איז דא אין "שענערע" און "בעסערע" געגענטער אין Rochester? אין Syracuse???? ביידע שטעט האבן אידישע אינפאסטראקטשור??????

נאכאמאל, די פראבלעם איז "מאמעס פארטוך".

אין א"י האט בעלזע רבי געהייסן אינגעלייט קויפן דירות אין אשדוד שוין פערציג יאר צירוק! אז עס איז דא א רצון, איז דא דירות. נאר וואס דען??? אמאל האט מען געמיינט אז ווילאמסבורג ענדיגט זיך אויף ליע עוו. קארנער העיווארד סט. ב"ה, היינט ווייסט מען אז מען מעג שוין גיין אויך נאך לינטש סטריט. די זעלבע אין בארא פארק, מאנסי, וכו'.

וואס ברויך איצט געשען איז א מאסיוויע מח וואשן קאמפייןאז יא, מען מעג מופן קיין מאנטיסעלוי. קוקט נאר אין שטוינט וויאזוי קרית יואל אין ליבערטי איז ב"ה אזוי שיין מצליח. דארפן קומען נאך רבנים אין העצן זייערע אינגעלייט צו טוהן די זעלבע. נעמט אייך צאם 20 אינגעלייט און מופט קיין סקרענטען!

איך האב בכלל נישט אנגערירט די נושא פון מופן קיין אריזאנע אדער פלארידא...
דעס איז די אמת'ע תירוץ, די רבנים האבן מורא פון א מח וואשן קאמפיין ווייל איינמאל מען וואשט, וואשט זיך אלעס נישט נאר די מופן אישאו.
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8212
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

עפעס א שטיקל אױפשאקלינג גײט פארקימען אין אפאר יאר ארים װעגן ס׳גײט געשעהן אז די אלע װאס האבן געקױפט אין װימסב״ג אין גרױסען די לעצטע פאר יאר גרעסערע דירות גײט קימען א צײט װאס זײ גײען חתונה מאכן די קינדער אין זײער גרױסע דירות װעט זײן צי גרױס פאר די אלטע קאפל װאס סײ זיי גײען נישט דארפען זײער איבריגע צימערען אין סײ אז זײ גײען נישט קענען עפארדען די צידרײטע פראפערטי טעקסעס אן קײן שום אינקאם גײען די אלע זיכן אײן בעדרומדיגע דירות אין װעלן זיכן צי פארדינגען אדער פארקױפען זײער גרױסע דירות
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

abeg האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:59 am
עפעס א שטיקל אױפשאקלינג גײט פארקימען אין אפאר יאר ארים װעגן ס׳גײט געשעהן אז די אלע װאס האבן געקױפט אין װימסב״ג אין גרױסען די לעצטע פאר יאר גרעסערע דירות גײט קימען א צײט װאס זײ גײען חתונה מאכן די קינדער אין זײער גרױסע דירות װעט זײן צי גרױס פאר די אלטע קאפל װאס סײ זיי גײען נישט דארפען זײער איבריגע צימערען אין סײ אז זײ גײען נישט קענען עפארדען די צידרײטע פראפערטי טעקסעס אן קײן שום אינקאם גײען די אלע זיכן אײן בעדרומדיגע דירות אין װעלן זיכן צי פארדינגען אדער פארקױפען זײער גרױסע דירות
דאס שרייט מען שוין די לעצטע 30 יאר.
אבער למעשה קוק ווער עס וואוינט אין די אלע גרויסע בראונסטאון’ס אין אלט וויליאמסבורג, 90 יעריגע חברה.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8212
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:03 pm
abeg האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:59 am
עפעס א שטיקל אױפשאקלינג גײט פארקימען אין אפאר יאר ארים װעגן ס׳גײט געשעהן אז די אלע װאס האבן געקױפט אין װימסב״ג אין גרױסען די לעצטע פאר יאר גרעסערע דירות גײט קימען א צײט װאס זײ גײען חתונה מאכן די קינדער אין זײער גרױסע דירות װעט זײן צי גרױס פאר די אלטע קאפל װאס סײ זיי גײען נישט דארפען זײער איבריגע צימערען אין סײ אז זײ גײען נישט קענען עפארדען די צידרײטע פראפערטי טעקסעס אן קײן שום אינקאם גײען די אלע זיכן אײן בעדרומדיגע דירות אין װעלן זיכן צי פארדינגען אדער פארקױפען זײער גרױסע דירות
דאס שרייט מען שוין די לעצטע 30 יאר.
אבער למעשה קוק ווער עס וואוינט אין די אלע גרויסע בראונסטאון’ס אין אלט וויליאמסבורג, 90 יעריגע חברה.
90 יעריגע חברה װאס װאױינען װאלק אין האבן געקױפט זײער הױז פאר 25 אלפים אן קײן מארגידשז װען חתונה מאכן האבן געקאסט אינטער 10 אלפים גלײכט איר צי צו די הײנטיגע מצב װי בײ דער ריטײערמענט האט מען נאך א ריזיגע מארטגידש מיט הױפענעס חובות פון חתונה מאכן אין אױף די זעקסטע שטאק?
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:33 am
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:24 pm
די פראבלעם איז נישט געלט. די פראבלעם איז די מאמעס פארטעך. פשוט מאוד. פארוואס קענען פרומע ליטווישע זיך צאמנעמעם 15 משפחות און מופען קיין פיטסבורג, פענסיל?

איר ווייסט וויפיהל "הייזער" מיט בעקיארדס מען קען קויפן אין סקרענטאן, פי.עי? וואס איז אפילו נישט אזוי ווייט? וואס האט כשר'ע סופרעמארקעטס, מקוה טהרה'ס און אלעס וואס א חסידישע איד דארף?

איר ווייסט וויפיהל אזאלעכע שטעט און שטעטלעך מיט גאר פילע הייזער איז דא אין גאנצע 3-4 שעה פון ברוקלין? געוועזענע מעניופעקטשורינג טאונס ווי אלע פעקטאריס האבן זיך פארשפארט, און די ארבייטערס האבן אוועקגעמופט און עס איז דא בלאקס מיט בלאקס מיט הייזער פאר בלויז 100 אלפים????????? איר ווייסט וויפיהל ביליגע הייזער עס איז דא אין "שענערע" און "בעסערע" געגענטער אין Rochester? אין Syracuse???? ביידע שטעט האבן אידישע אינפאסטראקטשור??????

נאכאמאל, די פראבלעם איז "מאמעס פארטוך".

אין א"י האט בעלזע רבי געהייסן אינגעלייט קויפן דירות אין אשדוד שוין פערציג יאר צירוק! אז עס איז דא א רצון, איז דא דירות. נאר וואס דען??? אמאל האט מען געמיינט אז ווילאמסבורג ענדיגט זיך אויף ליע עוו. קארנער העיווארד סט. ב"ה, היינט ווייסט מען אז מען מעג שוין גיין אויך נאך לינטש סטריט. די זעלבע אין בארא פארק, מאנסי, וכו'.

וואס ברויך איצט געשען איז א מאסיוויע מח וואשן קאמפייןאז יא, מען מעג מופן קיין מאנטיסעלוי. קוקט נאר אין שטוינט וויאזוי קרית יואל אין ליבערטי איז ב"ה אזוי שיין מצליח. דארפן קומען נאך רבנים אין העצן זייערע אינגעלייט צו טוהן די זעלבע. נעמט אייך צאם 20 אינגעלייט און מופט קיין סקרענטען!

איך האב בכלל נישט אנגערירט די נושא פון מופן קיין אריזאנע אדער פלארידא...
דעס איז די אמת'ע תירוץ, די רבנים האבן מורא פון א מח וואשן קאמפיין ווייל איינמאל מען וואשט, וואשט זיך אלעס נישט נאר די מופן אישאו.
סאיז בכלל נישט דאס, די קהילות האבן מורא צו פארלירן די חסידים אז זיי מופן אוועק, סאיז נאר דאס , אבער יעצט אז סאיז כלו כל הקיצין און מען זעט אז מענטשן מופן אליינס אן די קהילות , לויפן אלע קהילות נאך זייער עולם, דאס איז די פשוטע מציאות וואס שפילט זיך אפ די לעצטע 5 יאר , בעיקר אין לינדען פון עטליכע קהילות און אויך אנדערע געגענטער
דאנק און לויב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:25 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק און לויב »

פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:03 pm
abeg האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:59 am
עפעס א שטיקל אױפשאקלינג גײט פארקימען אין אפאר יאר ארים װעגן ס׳גײט געשעהן אז די אלע װאס האבן געקױפט אין װימסב״ג אין גרױסען די לעצטע פאר יאר גרעסערע דירות גײט קימען א צײט װאס זײ גײען חתונה מאכן די קינדער אין זײער גרױסע דירות װעט זײן צי גרױס פאר די אלטע קאפל װאס סײ זיי גײען נישט דארפען זײער איבריגע צימערען אין סײ אז זײ גײען נישט קענען עפארדען די צידרײטע פראפערטי טעקסעס אן קײן שום אינקאם גײען די אלע זיכן אײן בעדרומדיגע דירות אין װעלן זיכן צי פארדינגען אדער פארקױפען זײער גרױסע דירות
דאס שרייט מען שוין די לעצטע 30 יאר.
אבער למעשה קוק ווער עס וואוינט אין די אלע גרויסע בראונסטאון’ס אין אלט וויליאמסבורג, 90 יעריגע חברה.
האלב דערפון אדער מער איז שוין פארקויפט, קוק וויפעל קאנסטראקשען עס טוט זיך אויף אלע גאסן אין אלט וויליאמסבורג און וויפעל דערפון זענען שוין איבערגעבויעט געווארן די לעצטע פאר יאר
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: געדאנקען איבער די דירות פראבלעם אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

תכלית. איך וויל נישט זיין קיין שוטה וואס דארף גיין צום אפטייקער. איך וויל נישט וואינען נעבן די מאמע'ס פארטוך. אין וועלכן געגענט קען איך יעצטדינגען אדער קויפן פאר ביליג? דארף האבן היימישע מוסדות פאר די יארגאנג פון מיינע קינדער.
שטימט ניין אויף פראפאזישאן 1.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”