אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער
א שטורעם ווינט'ל האט געבודזשעוועט העכערן חסידישע וועלטל, און אריינגעשטורעמט א געוויסע שטערן פון עפעס א עולם הדמיון... די שטערן איז צושפרייט געווארן אין די חסידישע וועלט ווי א שטורעם ווינט, און פארפלייצט די עולם הנגינה מיט א רוח שאינה מצויה...
הערשי וויינבערגער.
מאנכע טענה'ן אז לכבוד זיין אייגענע ברית האט ער שוין קאמפאוזט א ניגון... אבער דאס איז זיכער אז גאר יונג האט ער אנגעהויבן מיט מלאכת הקאמפעזיציע, און אפי' א ניין יעריגע ניגון זאנס איז ארויף על שולחן מלכים.
ער איז טאקע א יונגערמאנטשיקל, אדער ווי יענער האט איהם אנגערופן "א קליין טושטשיק"... ער איז טאקע א רך בשנים, אבער אב בחכמת הנגינה, מיט א ערוואקסענע בליק און טאלאנט אין אהערשטעלן העליכע ניגונים איינס ביי צענדליגע...
ער האט אנגעהויבן אויפן זעלבן פלאץ ווי יעדער גרינער טרייעט אנצופאנגען... אן קיין פראטעקציע וכדו'.. מ'לויפט נאך א זינגער און נאך איינס, מ'קויפט זיך אפ בושות...
ביז ווען ס'געשעהן וזרח הנמ"ש.. נפתלי משה שניטצלער, דער וועלטס גוטע שמעקער אין נגינה, האט איינגעזעהן אז דא ליגט א בריליאנט וואס מ'דארף עס נישט צופיל אויספיצן און ס'וועט זיך נעמען שיינען און לייכטן... און דא רעדט מען פון א באמבע וואס האלט אט אט ביים פלאצן.
אנגעהויבן האט ער מיט א ניגון אונטער א ניק נאמען אויף די 'צדיקים' סידי פון פארקאש, און א לידעלע אויף 'שלום' לעמער'ס. נאכדעם האט לוי כהן גענומען פון איהם עטליכע אינטרעסאנטע שטיקלעך.
אבער די אויפרייס איז זיכער געשעהן ביי שמואלי אונגאר'ן, ווען יעדער האט אויפגעהויבן די ברעמען הערנדיג אז שמואלי נעמט פונעם פרישן יונגען אומבאקאנטן יונגערמאן '5' ניגונים...
און ווי זאגט נאך די וועלט: ווי זאגט נאך די וועלט די רעשט איז היסטאריע/היסטעריע.
הערשי איז היינט צוטאגס ארויפגעשפרינגען צו די העכסטע שטאפל און עולם ההלחנה, ער ווערט היינט אנגערופן פון די ערשטע שורה, און עטליכע וועלן זיך דערווייגן צו זאגן - ווען די ארומיגע באשטיינערן איהם פארן חוצפה - אז ער איז דער קאמפואזער נומ. 1...
פון זיין קל מסתתר, וועמען. דורכאויס זיין דאווענען, לעשות, און נאך צענדליגע. האט שוין זיין היטס-פאבריק ארויסגעגעבן אין זיינע קארגע פאר יאר אויפן פעלד, צענדליגע היט'ס. היינט צוטאגס זעהט מען נישט כמעט א סידי אן איינס צו עטליכע ניגונים פון איהמ'ן.
אלע זינגערס למיניהם, פון די גרעסטע, א שטייגער ווי מרדכי, אברהמ'ל, און שוועקי. ביז די קלענסטע, יעדער וויל קויפן ביי איהם סחורה, און ארויסגעבן נאך א הערשי יצירה.
ער האט שוין באוויזן אין זיין קאריער צו קאמפאוזן ניגונים פון אלע סארטן, פון די חסידישע פעלד, ווי יונגערליך, שבת'דיג און נאך. און אפי' ליטווישע און ספארדישע זינגערס קויפן ביי איהם ניגונים, אויף זייער סטייל.
און כאטש וואס מ'האט שוין אויפגעכאפט מער ווייניגער די גאנג און סטייל פון זיינע ניגונים, קומט ער אויף יעדע שטיק צייט מיט א פרישע מהלך אינגאנצן, וואס קיינער קען זיך נישט פארשטעלן אז דאס איז 'נאך א ניגון' פון הערשי'ן, א שטייגער ווי קדשנו פון צאן קדשים-יונגערליך, שאו שערים פון שמואלי'ן, ליכטיג און ווארעם פון בעני, מוציא אסורים פון מענדי ווייס, וכו' וכו'
הערשי האט א גוטע שמעק צו די היינטיגע יונגט, ער קומט'עך פון דארט... און שטעלט צו שטאף פאר די בחורים און יונגעלייט, הארציג צו לעבעדיג, צו אויפהייבן די געמיטער פון די יונגע עוילעם. אבער נישט נאר די יונגע...
הערשי איז היינט צוטאגס שוין מער ווי א קאמפאוזער. ער איז אויך א פראדוסער. יונגערליך, שבת'דיג, און נאך פון די שניטצלער פאבריק, גייען אריבער זיינע גאלדענע הענט, און אינאיינעם מיט נפתלי משה'ס טאלאנט, וואס כמעט און לא זז ידו מתחת מוחו, שפראצט ארויס פון 'יענע' סטודיו א קוואל פון ניגונים להנאת ההיימישע עוילעם.
הערשי האט א טעם זקנים אין נגינה, ער שפאצירט ארום אין דעם פעלד ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. או ביי די כשרונות פארמעסט אויף קול מבשר האט מען געקענט מיטהאלטן זיין כוח ההסברה, און זיין טיפע פארשטאנד און נגינה, ווי ער איז אייביג אריינגעקומען מיט א מורא'דיגע קלארקייט און צונומען יעדע ניגון מיט א טיפקייט בצריך עיון גדול..
א גימטריא'לע מוז מען דאך צולייגן... 'הערשי וויינבערגער' באטרעפט אקוראט און פונקט'ליך: יֹדֵעַ נַגֵּן וְגִבּוֹר חַיִל וְאִישׁ מִלְחָמָה וּנְבוֹן דָּבָר (שמואל א' ט"ז י"ח)
- - -
אצינד, ווי גרויס איז די שמחה, אז לכבוד שבת נחמו פרעזענטירט אייוועלט דעם נייעם הערליכן סידי:
[align=center]פענסטער'ל[/align]
די סידי ערהאלט אין זיך 17 ניגונים, כמנין טו"ב – גוטע ניגונים. און דאס איז שוין נאכן ארויסשמאגלען עטליכע וואס האבן נישט אריינגעפיט...
אינעם סידי איז אריינגעלייגט אסאך הארעוואניע, צייט און מוח, צו אהערשטעלן א דבר השלם ושלוה. און אלעס כדי איר זאלט הנאה האבן, דערפאר ווערט יעדער געבעטן עס צו פארשפרייטן וכו'
און דא דארף מען באדאנקען נאך א פרישע שטערן, ידידינו @ מתמיד, וואס ער איז געווען דער רוח החיים אין סטודיו.. פונעם געדאנק, און דורכאויס די גאנצע וועג האט ער צוגעשטיפט, געהאלפן, געמאכט און געטוהן אלעס ס'זאל ארויסקומען א הערליכע ארבעט. די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט דא איז אומבאשרייבליך.
אזוי אויך מוז מען באדאנקען ידידינו @ מקוה איד, וואס נישט די ערשטע מאל וואס ער שטייט צו אונזער רעכטע האנט, אין אלע מינ'ע הילף, שאפן קראצן און רויבן... און מיט זיין ברייטע פארשטאנד איז מען זוכה לברך על המוגמר.
א ספעציעלן דאנק קומט זיך פאר אונזער באליבטער טייערער מנהל (ערשטע מאל וואס מ'זעהט אזא טיטל: 'באליבטער מנהל'...), ידידנו @ וויכטיג מאכער, ווואס איז געשטאנען צו הילף על כל צעד ושעל בלב ונפש חפיצה.
און אחרון חביב, ווי אייביג, פאר ידידינו דער וועלט בארומטער @ איינס, וואס כמעשהו בראשונה ובשניה וכו' האט ער אהערגעשטעלט די הערליכע בוקלעט פארן סידי, און דאס איז נאר א פארט פון די גאנצע ארבעט וואס ער האט איינגעפלאנצט אינעם סידי, אזוי ווי אלע אנדערע, מרישא לסיפא, מתחילה ועד סוף, פון אנפאנג ביזן ענדע, על כל תג ותג, אזוי ווי נאר ער און זיינע גרויסארטיגע טאלאנטן קענען.
נאט אייך דעם הערליכן סידי, און דער באשעפער זאל שוין עפענען די פענסטערל אין הימל, און אננעמען אלע תפילות און טרערן פון די אידישע פאלק, און אויסשרייען "נחמו נחמו עמי" בב"א.