אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- naftula shia
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 2:51 pm
איך האב זיינע ספרים ביי מיך אין שטוב עס געט אריין א טעם אין שבת קודש איך האלט אז מיט זיינע ספרים גייט מען צו דו סעודה מיט אן אנדערע טעם
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
naftula shia האט געשריבן: איך האב זיינע ספרים ביי מיך אין שטוב עס געט אריין א טעם אין שבת קודש איך האלט אז מיט זיינע ספרים גייט מען צו דו סעודה מיט אן אנדערע טעם
דרך אגב די לעצטע פאר יאר איז דא א געוואלדיגע שינו לטובה אין די אויסשטעל פונעם רב'ס ספרים אויף אזוי ווייט אז עס לוינט זיך צו קויפן די איבערגעדריקטע אוצר השבת אפילו אויב איר האט שוין דעם ערשטען דפוס
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:רזא דשבת האט געשריבן:הרבטייטעלבוים האט געשריבן:רזא דשבת האט געשריבן: .
לייג אריין א ליידיגע שורה נאך יעדע פערעגרף, סזאל זיין גרינגער צו ליינען.
פאראכטן
און יעצט האב איך עס געליינט.
דער ענין פון דיפס, איז יסודותו בהררי קודש מנהג עתיק דבני ציון היקרים, און ביי יעדע סעודה האט מען לויט חז"ל געהאט טינקעכטס וואס איז א חלק פון אכילת הלחם און עס ווערט נישט גערעכנט ווי א מאכל בפני עצמו, ד"מ די פיש הייסט די ערשטע מאכל נאך די חלה, ווייל דיפס דאס איז א חלק פון אכילת חלה. והדבר פשוט אז ווער סקען נישט עסען פיש זיפ פלייש און קוגעל אויב ער עסט דיפס, ברויך ער זיך איינהאלטען כדי צו האבען פלאץ פאר די עיקר סעודה, אבער ווער עס קען יא, אדער האט נישט קייין געלט פאר קיין געהעריגע פיש זיפ פלייש וכו' נאר א לעק אויף יוצא צו זיין כמנהג בני ציון היקרים מקדמת דנא, איז כל המוסיף בדיפס לכבוד שבת קודש הרי זו משובח וכן יעשה.
דאס איז זיכער אז די שיינקייט פון א שבת טיש פעלט ביי אסאך, און מען דארף א התעררות און דעם, אבער לענ"ד מי שלא טעם קען מען אים נישט מסביר זיין, די וועג ווי מען מאכט בעלי תשובה איז נישט מיטן מסביר זיין וואס א שבת סעודה איז, נאר מען ברענגט זיי אריבער צו א עכטע שבת סעודה און ווען מען שפירט עס וויל מען עס האבען.
א יישר כח פארן ברענגען דעם אוצר השבת הערליכע בריווו
הרה"ג החסיד מגיד משרים רבי דוד וועבער שליט"א משפיע רוחני האט פארגעלרענט פרקי אבות אין סאטמאר בית המדרש און האט הויך אויסגערופן איך בין א ירושלים געבוירענער און איך וויל מודיע זיין אז עס דרייט זיך ארום א בלבול אויף ירושלים עיר הקודש אז דארט עסט מען שבת מערערע דיפס, דאס איז א פאלשער בלבול, חסידישע אידן האבן קיינמאהל נישט געגעסן די סארט מאכלים אום שבת, דאס קומט פון אן אנדערן חדר נישט פון חסידישע אידן, זייער שבת איז געווען פיל מיט קדושה און שבת'דיג, עס האט זיך נאר ליידער אריבער געכאפט היינט אויך צו אונזערע שטובער ליידערץ
אין די לעצטערע יאהרן הייבט זיך אן א נייער דור און טרינקן וויין לכבוד שבת מער ווי דער שיעור פון קידוש וואס דאס ברענגט ליידער צו אז דער שבת טיש איז ווייט פון א כבוד שבת
(בפרט דעם שבת 'נחמו' דארף מען גאר זיין געווארנט נישט צו טרינקן צופיל וויין ווייל די גמרא [שבת קיט] ברענגט 'לא חרבה ירושלים אלא שחיללו בה את השבת, און ווי די מהרש"א איז מסביר אז מען טרינקט מער וויין קען מען נישט אויפשטיין פאר סוף זמן קריאת שמע דאס ברענגט חורבן הבית.
מען דארף שטארק אכטונג געבן ביי די קידושים פון שבת נחמו נישט טרינקן קיין משקאות וואס האבן נישט קיין השגחה און צופיל זיך אנ-עסן מען זאל קענען מכבד זיין דעם שבת ובזכות דעם וועלן מיר אלע ווערן געטרייסט און זוכה זיין צום בנין בית המקדש בב"א.
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
אינטרעסאנטער שטיקל פון ספה"ק ארון עדת (ביאליברזיק) פ' שלח וואס דארט זעהט עפעס אויס אז דער מנהג פון ליגן אין אכילה איז גאר גאר אלט און שטאמט פון די כנענים, ואתם לא כן עשה לכם השם אלוקיכם... די עבודה פון כלל ישראל איז געווען אז מ'זאל דאס מהפך זיין
ד"ה שלח לך אנשים ויתורו את ארץ כנען וגו', ענין שליחת המרגלים הוא לפי שקודם שנכנסו ישראל לארץ רצה הקב"ה לטהרה מכל זוהמא וחלאה, למען יכנסו לארץ מקודשה ומטהרה, וישיגו בה כל מדרגות הקדושה, ולמטרה זו שלח לפניהם אנשים צדיקים ראשי ישראל, אשר יבערו בשבילם כל רוח טומאה מן הארץ ויכניעו את הקליפות הגדולות שאחזו בה עד עתה, ועיקר להכניע קליפת כנען שהיא הקליפה היותר גדולה ושורשה בתאות אכילה ושתיה...
...אולם כנען היה משוקע בתאוות יותר מכל האומות שלכן הזהירה תורה וכמעשה ארץ כנען אשר אני מביא אתכם שמה לא תעשו [ויקרא יח] וזה בא להם מאכילה ושתיה כי היתה ארצם מלאה כל טוב ארץ זבת חלב ודבש, ונמשכו אחר תאות אכילת ושתיה...
וזה שלח לך אנשים 'שלח לך' בגימטריא ' שלחן', 'אנשים' נוטריקון א'ל מ'לך נ'אמן ש'מע י'שראל, ובגימטריא 'שלחן אחד', הרמז שישלח אותן האנשים המקבלים עליהם עומ"ש בשלחנם בשמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד, והם אשר יתורו את ארץ כנען ויכבשו דרך בפני ישראל שיוכלו גם הם להשיג שם מדריגה זו שבשבילה הכניסם לארץ כמרומז בפסוק בפרשת ואתחנןכאשר דבר ד' אלקי אבותיך לך ארץ זב תחל בודב ש(ס"ת שבת) וסמוך ליה שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד, רמז שלכן הבטיחם ד' על ירושת הארץ למען יבטלו שם תאות האכילה ויאכלו מפריה בקבלת עומ"ש היפך מכנען שאכלם לשם אכילה גסהמחמת שהיה לו כל טוב ונמשך אחר התאוות אבל הם לא יעשו כך ח"ו כי רק בשביל זה נתן להם ארץ זבת חלב ודבש שיאכלו בקבלת עומ"ש ויעבדו את ד' בשמחה ובטוב לב מרוב כל ולא שימשכו אחר חמדת הארץ ע"כ

- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 18071
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
טעם וריח האט געשריבן: מען קען צולייגן אז די געלע פעפער וואס מען לייגט צו פאר שיינקייט צו די אייער צוויבל איז אויך נישט קיין מאכל שבת, ודו"ק.
דאס האט שוין בילגורייער רב זצ"ל מעיר געווען, ווען מ'האט איהם אזוי סערווירט זייענדיג אין מאנטשעסטער שנת תש"ט, אז ס'איז נישט קיין מנהג.
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
אסדר לסעודתא האט געשריבן: מרן הגרי"מ ערלאנגער האט א גרויסע א עבודה יעדן שבת מיט די דיפס, וואס איז כנגד די עשר ספירות אויסגעשטעלט לויט די קאלירן, כליו"ח.
אני הק' האב אויך א גרויסע עבודה אין די אלע דיפס. אביסל קען איך מגלה זיין, איך טינק איין די עשר אצבעות אין די רויטע דיפ המכונה חריף און מיט דעם בינעך ממתיק דינים. די ווייסע תחינה ווייזט אויף רחמים גמורים ווען מען גיסט דאס ארויף אויף די ווייסע חלה געמאכט פון סלת נקיה איז עס תרין רחמין דלא מתפרשין כו' כו' ואין מגלין אלא לצניעין, לעטר פתורא ברזא יקירא עמיקא וטמורה כו'
על "טעם וריח" אין להתווכח
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6386
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע:שתולים בבית ד'
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
טעם וריח האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן: מרן הגרי"מ ערלאנגער האט א גרויסע א עבודה יעדן שבת מיט די דיפס, וואס איז כנגד די עשר ספירות אויסגעשטעלט לויט די קאלירן, כליו"ח.
אני הק' האב אויך א גרויסע עבודה אין די אלע דיפס. אביסל קען איך מגלה זיין, איך טינק איין די עשר אצבעות אין די רויטע דיפ המכונה חריף און מיט דעם בינעך ממתיק דינים. די ווייסע תחינה ווייזט אויף רחמים גמורים ווען מען גיסט דאס ארויף אויף די ווייסע חלה געמאכט פון סלת נקיה איז עס תרין רחמין דלא מתפרשין כו' כו' ואין מגלין אלא לצניעין, לעטר פתורא ברזא יקירא עמיקא וטמורה כו'
אין לי עסק בנסתרות, און אודאי שבת קודש סעודה טאר נישט זיין קיין פרעסעריי, און אין הדבר תלוי במאכל אלא באוכל.
אעפ"כ איז געווען צדיקים וואס האבען מקפיד געווען צו האבען כמה מיני פיש, און כמה מיני פלייש. וואס ווען נישט ס'איז שבת קודש וואלט מען געזאגט סאיז א פרעסעריי, כדוגמת דאס אריין בייסן און די מוציא, וואס אינמיטען דאך וואך טאר מען נישט אלטס רעבתנות.
וה"ה צום לפתן וואס איז מעיקר סעודה, אויב מען עסט ווי א איד איז עס ממאכלי שבת קודש. אז מען עסט ווי א גוי איז טשולענט אויכעט נישט נישט א שבת דיגע ענין.
- געטובל'ט און ארויס
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 461
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
שכויח רזא פארן אשכול.
זייענדיג שבתים אין סיגעיט פלעג מיר טאקע מורא'דיג הנאה האבען פון די שמיעס'ן פון די רב נאכן דאווענען. (היינט ווייסט שוין מיין ב"ב אז שבת און סיגעיט מיינט אז די סעודה איז נישט פאר א שעה נאכן דאווענען..)
די רב זעהט אין יעדן (צווייטע) פסוק, יעדע שטיקל גמ', יעדע חסידיש ספר נאר סעודות שבת. און אלעס מיט א שמייכל נישט מיט קיין פארביטערטקייט, דברי חכמים בנחת נשמעים. אויך אנדערע נושאים ביהדות אריינגעמישט ווי למשל פאריאר האט די רב אפאר מאל געשמועסט פון דעם אז מ'זאגט נישט קיין מודה אני ביים בעט, און אז מען לאזט די קינדער עסן פאר קידוש וכו'.
אונז האב מיר מורא'דיג הנאה פון די אוצר השבת/אוצר המועדים, און אויך א ספר וואס איך געדענק נישט וויאזוי עס הייסט, על פרשיות ומועדי השנה ליקוט פון ספרים די ספעציעלקייט און די סגולות פון דעם שבת. (אפשר ויקהל דוד)
א ישר כח נאכאמאל. אונז האבן מורא'דיג הנאה דערפון.

- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1675
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע:חק"ס שטיבל
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
איימאל און א געלעגנהייט האבן מיר אנעגפרעגט אויף א געדאנק איבער די נושא פון שבת סעודה פרעגנדיג ווי עס שטייט איז די ענפער געווען דא שטייט עס ווייזן מיטן פינגער אויף זיך
- געטובל'ט און ארויס
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 461
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:רזא דשבת האט געשריבן:הרבטייטעלבוים האט געשריבן:רזא דשבת האט געשריבן: .
לייג אריין א ליידיגע שורה נאך יעדע פערעגרף, סזאל זיין גרינגער צו ליינען.
פאראכטן
און יעצט האב איך עס געליינט.
נ"ב סאיז מיר זייער מאדנע דער צושטעל פון א מנהג ביז א מצות עשה דאורייתא, אפי צו א מצוה קיומי, דאס גיין מיט א פארטוך, איז נישט קיין טלית... עס קען זיין א מנהג, וואס מען האט נאכדעם געזאגט רמזים כדרכם של צדיקים, אבער אז עס זאל ווערען א הלכה און שו"ע איז א חידוש, דאס אז מ'דארף דאווענע מיטען טלית און דוקא אויפן קאפ ווערט גברענגט און הלכה, ווערט דאס גיין מיטען פארטוך אויכעט גברענגט?
מען דארף וויסען פונקטליך וואס איז א חיוב, וואס איז א מנהג, און פון ווי שטאמט די מנהג, וואס איז די סיבה פון די מנהג, און צו היינט דארף מען עס אנהאלטען. כידוע די מחלוקת צי די זיסע פיש קומט פאר די זוערע וואס אין להקדש אלא מקומו ושעתו.
אגב אז מען רעדט שוין, אלטס בחור האב איך געגעסען ביי גאר א חשובע איד, א צדיק פונעם פריערדיגע דור און דארט האבען געגעסן אויכעט ליטווישע בחורים פלעגט ער זאגען נאך קידוש פאר זיי אז זיי זאלען אויסוען דו היט און רעקל בשעת'ן עסען. איך האב זיך געטענט מיט אים האט ער מיר געזאגט אז עונג שבת מזאל זיך נישט מצטער זיין ביים סעודה איז איבער אלעס. און ביי א חסידישער וואס טוט עס אויס איז א פריקת עול, אבער ביי איינער וואס דאס איז זיין מנהג, איז עס נישט פריקת עול נאר פארקערט.
שטעל זיך פאר ווען איינער עסט די סעודה אויפן קאויטש... אבער אזוי איז געווען אמאל די מנהג סעודה. אבער ווען איינער טוט עס היינט איז עס פריקת עול ער זיצט נישט געהעריג ביים שבת טיש.
און די זעלבע האט ער מסביר געווען אויב איינער וועט אנטוען זיינע ארבעטס קליידער ביי די סעודה איז עס א פריקת עול, אבער אויב איינער טוט אן א כאלאט [ד"ה א געבלימטע בעקיטשע] וואס מען ניצט נישט צום דאווענען (ווייל עס איז נישט קיין כבוד ווייל עס איז א עסען כאלאט [חוץ ביי מנחה שבת נאכמיטאג]) אבער ביים סעודה דארף מען זיצען באקוועם. והיינו טעמא וואס די פרויען טוען אן דאסטער צו די סעודה און נישט קיין קלייד, אודאי אויב וועט מען גיין מיט א שלאף ראק איז עס ניט קיין כבוד, אבער צו גיין א קלייד, איז א חסרון און עונג, און מען דארף גיין מיט א שבתדיגע דאסטער. והמהדרין מאכען זיכער אז עס זאל זיין שיין שבתדיג ווי א קלייד. ודפח"ח.
דער ענין פון דיפס, איז יסודותו בהררי קודש מנהג עתיק דבני ציון היקרים, און ביי יעדע סעודה האט מען לויט חז"ל געהאט טינקעכטס וואס איז א חלק פון אכילת הלחם און עס ווערט נישט גערעכנט ווי א מאכל בפני עצמו, ד"מ די פיש הייסט די ערשטע מאכל נאך די חלה, ווייל דיפס דאס איז א חלק פון אכילת חלה. והדבר פשוט אז ווער סקען נישט עסען פיש זיפ פלייש און קוגעל אויב ער עסט דיפס, ברויך ער זיך איינהאלטען כדי צו האבען פלאץ פאר די עיקר סעודה, אבער ווער עס קען יא, אדער האט נישט קייין געלט פאר קיין געהעריגע פיש זיפ פלייש וכו' נאר א לעק אויף יוצא צו זיין כמנהג בני ציון היקרים מקדמת דנא, איז כל המוסיף בדיפס לכבוד שבת קודש הרי זו משובח וכן יעשה.
דאס איז זיכער אז די שיינקייט פון א שבת טיש פעלט ביי אסאך, און מען דארף א התעררות און דעם, אבער לענ"ד מי שלא טעם קען מען אים נישט מסביר זיין, די וועג ווי מען מאכט בעלי תשובה איז נישט מיטן מסביר זיין וואס א שבת סעודה איז, נאר מען ברענגט זיי אריבער צו א עכטע שבת סעודה און ווען מען שפירט עס וויל מען עס האבען.
א יישר כח פארן ברענגען דעם אוצר השבת הערליכע בריווו
אה"נ די ירושלמים האבן דאס געגעסן און אזוי דארפן זיי ווייטער טיהן. אבער אונז גיי מיר נאך אונזער מסורה, וואס די זיידע און די עלטער זיידע האבן געגעסן.
שיין וועל מיר אויסזעהן ווען פיש עסט מען ווייל מיין טאטע און זיידע האבן דאס געגעסן, און שטארק פארגליווערטע קאטשאניא אז מען זאל דארפן א האק דאס צו קענען עסן ווייל די אונגארישע האבו אזוי געטיען, און כמה מיני דיפ'ס וועגן די בני ציון היקרים און אפשר א גיטע ספייסי וועדשטעבל זופ וועגן דאס עסן אחינו הספרדים, און האליפצעס ווייל דאס עסט מען און ספינקא, און בייטאג קידוש מאכן אויף א כוס ברוינפען בשיעור גדול ווייל אזוי טוט מען אין זדיטשוב און נאכדעם עסן טשולנט ביי קידוש ווייל די ישמח משה (אדער ייטב לב. דאס דארף הרב ט"ב בעסער צו וויסן...) האט אזוי געטיען וכו', און ביי שלש סעודות האט מען א אויסווייל צו פלייש ווייל אין טאהש טוט מען אזוי, אדער מילכיגס ווייל איינמאל א יאר איז נאר בדיעבד, לכתחילה איז יעדע וואך, וכו' וכו' וכו'. וועט איר אויך מודה זיין אז יענער איז א פשוט'ע פרעסער און ער זוכט אויף יעדע מאכל וואס ער גלייכט ווי מען האט זיך אזוי געפירט .
נאר וואס דען סעודות שבת האט יעדער זיין מסורה און איך גלייב נישט אז די טאטע/זיידע/עלטער זיידע (געוואנדן לויט ווי אלט מ'איז) האבן געגעסן די דיפס אפילו לכבוד ש"ק.
אז די ווילסט עסן און נישט אנהאלטן מסורה, איך פארגין דיר מיט גאלדען טעיסט זייער גערן, אבער לאז אפ די מנהג בני ציון היקרים.
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
[align=center]עש"ק פ' עקב ה'תשפ"א
בעזהשי"ת הייבן מיר אן די וואך די " שבת פראיעקט" מיטן ארויפלייגן די ערשטע שיעור בעניני שב"ק,
אזויווי גערשריבן אויבן וועט די פראגראם לויפן על סדר השבת, דעריבער הייבן מיר דעם ערשטן שיעור
די שיעור איז געבויעט אויף צו פארשטיין די חשיבות פון אנגרייטן אויף שב"ק און די פילע השפעות טובות וואס מ'באקומט דערפון, און וויפיל מ'קען זיך אויסבעטן בשעת'ן אנגרייטן אויפ'ן שב"ק, און פארשטיין אז צוגרייטן צום שבת קודש דארף נישט זיין קיין עול ומשא, נאר אדרבה "והכינו" דארף צוגיין מיט א שמחה.
באגלייט מיט אונטרעסאנטע ענינים, סגולות, סיפורים, מרבותינו הק' אשר מפיהם אנו חיים.
הערט און האט הנאה.
https://drive.google.com/file/d/18f-jmZ ... -uvmy/view [/align]

"שיעור הכנה לשבת קודש"
די שיעור איז געבויעט אויף צו פארשטיין די חשיבות פון אנגרייטן אויף שב"ק און די פילע השפעות טובות וואס מ'באקומט דערפון, און וויפיל מ'קען זיך אויסבעטן בשעת'ן אנגרייטן אויפ'ן שב"ק, און פארשטיין אז צוגרייטן צום שבת קודש דארף נישט זיין קיין עול ומשא, נאר אדרבה "והכינו" דארף צוגיין מיט א שמחה.
באגלייט מיט אונטרעסאנטע ענינים, סגולות, סיפורים, מרבותינו הק' אשר מפיהם אנו חיים.
הערט און האט הנאה.
https://drive.google.com/file/d/18f-jmZ ... -uvmy/view [/align]
- געטובל'ט און ארויס
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 461
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
נא!!! ס'איז שוין ערש"ק אונז ווארט מיר פאר א שיעור. ישר כח למפרע.
- בשעה שיש
- שר האלף
- תגובות: 1201
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
- לאקאציע:עולם החלומות
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
ופרח.... והסוד נעלם...
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
ב"ה א שמחה ביים רב'ס שטוב!
החתן שמעון זאב בן הרה"ג מרדכי צבי מייזליש שליט"א ממצוייני ישיבת נייפעס בארה"ק בן הרה"ג ר' דוד דוב שליט"א
הכלה בת הרה"ג ר' איתמר ראטטענבערג שליט"א ר"מ בישב"ק דברי חיים מאנסי בן הגה"צ אב"ד סאלקא שליט"א
שמחת התנאים היינט נאכט באולם אינזליכט 7 דר. פרענק מאנסי נ"י
ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל!

די רב שליט"א זוכט ארום א בילד פון א ליידיגע חופה, פארן קומענדיגע ספר על עניני נשיאון
ביטע ווער ס'האט און באזיץ א שיין בילד זאל מזכה דעם רב דערמיט, יישר כח!
ביטע ווער ס'האט און באזיץ א שיין בילד זאל מזכה דעם רב דערמיט, יישר כח!
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
רזא דשבת האט געשריבן: די רב שליט"א זוכט ארום א בילד פון א ליידיגע חופה, פארן קומענדיגע ספר על עניני נשיאון

ווען איז געפלאנט דער ספר זאל זיין עוועליבעל
איך מאך בקרוב חתונה
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
דענק איך יארן צוריק דעם רב שליט"א ביי א פדיון הבן אין זיין אינגעלע האט געכאפט בילדער פונעם גאנצן פראצודאר פאר איינע פון די ספרים
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
רזא דשבת האט געשריבן: ב"ה א שמחה ביים רב'ס שטוב!
החתן שמעון זאב בן הרה"ג מרדכי צבי מייזליש שליט"א ממצוייני ישיבת נייפעס בארה"ק בן הרה"ג ר' דוד דוב שליט"א
הכלה בת הרה"ג ר' איתמר ראטטענבערג שליט"א ר"מ בישב"ק דברי חיים מאנסי בן הגה"צ אב"ד סאלקא שליט"א
שמחת התנאים היינט נאכט באולם אינזליכט 7 דר. פרענק מאנסי נ"י
ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל!
ביטע האלטן אינפארמירט איבערן גרויסע חתונה מיטן חתן שליט"א ממצוייני ישיבות נייפעסט
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20211219-221606_Chrome.jpg (241.22 KiB) געזען 614 מאל
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
רזא דשבת האט געשריבן: די רב שליט"א זוכט ארום א בילד פון א ליידיגע חופה, פארן קומענדיגע ספר על עניני נשיאון
ביטע ווער ס'האט און באזיץ א שיין בילד זאל מזכה דעם רב דערמיט, יישר כח!
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
ער קען כאפן א טריפ צו ויואל משה. די חופה שטייט דארט 24 שעה א טאג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
יצחק אייזיק האט געשריבן: ער קען כאפן א טריפ צו ויואל משה. די חופה שטייט דארט 24 שעה א טאג.
די חופה ביי ויואל משה איז האלב צובראכן זאגט ער.
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
יישר כח הרב מנשה מאיר, אבער די רב געבט איבער אז ער זוכט אביסל מער היימישע'רע חופות
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
רזא דשבת האט געשריבן: יישר כח הרב מנשה מאיר, אבער די רב געבט איבער אז ער זוכט אביסל מער היימישע'רע חופות
וואס טוט מען נישט פארן רב
העמער אי"ה פרובירן צו ברענגען אן אויסוואל
- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1675
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע:חק"ס שטיבל
Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד
ווילחאוויץ
גענימען פון גאגעל מעפס
גענימען פון גאגעל מעפס