מיין טאג רייזע קיין עמיש
איך טראכט אזוי צי מיר, עכט זענען זיי נישט אינגאנצן אזויווי אמאל, "אבער אונז אידשע קינדער האבן זיך נישט אוועקרירט פונעם אלטען דרך"!
6:15 צופרי מען פארט ארויס:
עס האט אויסגעזען ווי עס גייט זיין פארוואלקענט אבער ב"ה עס איז געווען הערליך.
די וועג נעמט בערך 3 שעה און 15 מינוט,
פיינער וועג געווען ב"ה (נישט געקענט הערן מוזיק ווייל איך בין געפארען און די ניין טעג אבער מ'האט זיך אן עצה געגעבן) אונז זעמער אנגעקומען 9:18 די זון איז נאך נישט ארויסגעקומען