מ׳קען לדעתי נישט צוגלײכן משה לאופער צו קײנעם, פונקט װי איך װאלט נישט געזאגט אז דיקמאן איז אזױװי מונה (צוליב דיקמאן שטארקע ברעס וכדו׳) יעדער איז גוט פאר זיך װער ער איז, לאופער האט א געװיסע סטיל װאס למשל ר׳ משה גאלדמאן׳ס ניגונים גײט ממש געגאסן מיט דעם, כ׳זעה שװער גלילי/דיקמאן/מונה צופאסן א גוטע װארעמע ארעינדזשמענט פאר למשל פנה לעלבון וכדו׳ װי מ׳דארף די פלוט׳ס און בעיקר לאופער׳ס װארעמע סטרינגס אפגערעדט זײנע אינטראוס צו ארײנפירן און באגלײטן די ניגון ועל הכלל כולו יצא,
א שײנע יצירה אדער א ניגון מיט אסאך שטיק/האלבע נאוטס תנועות װיל איך הערן מונה מיט זײן שארפע ברעס וכו׳ און א לעבעדיגע ראק איז דיקמאן פונקט צוגעפאסט אא״װ מיט די אנדערע ארעינדזשערס גלילי און אנדערע,
בקיצור לא הרי זה כהרי זה - פארשטײט זיך אז אמאל איז אױך אינטערעסאנט לאופער פאר לעבעדיג און מונה פאר שטײט, על טעם וריח אין להתווכך, יעדער האט זיך און איז בארעכטיגט צו זײן טעיסט, כ׳רעד בדרך כלל,
איך גלייך ענדערש לאופר ווי מונה צו מיינע נישט פראפעסיאנאלע אויערן שפילט זיך די מוזיק מער אין הארמאניע מיט די ניגונים ביי לאופר. ווידעראום ביי מונה הערט זיך די מוזיק מער ווי א צוגאב צום ניגון.
דיסענטיס האט געשריבן:
איך גלייך ענדערש לאופר ווי מונה צו מיינע נישט פראפעסיאנאלע אויערן שפילט זיך די מוזיק מער אין הארמאניע מיט די ניגונים ביי לאופר. ווידעראום ביי מונה הערט זיך די מוזיק מער ווי א צוגאב צום ניגון.
יא זײן נשמה און געפיל װאס קומען ארױס צװישן די פידעלעך אזױ אײדל און הארציג אײנגעװיקלט ביעט קײנער, דאס איז זײן סוד, ער האט עס שױן אפאר מאל געזאגט אױף אינטערװיאס אז די סוד פון א גוטע ניגון איז אז ס׳זאל האבן נשמה אין זיך (א זאך װאס פעלט בײ אסאך הײנטיגע פלעסטיגע ניגונים, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך) און דאס ליגט אױך אין זײנע לעבעדיגע ניגונים, אגב האב איך אױפגעפאסט - צוהערנדיג צו אסאך חתונות - אז זײנע ניגונים װערן די מערסטע געזיגען בײ יעדע חתונה פון סײ װעלכע קאמפאוזער (כ׳רעד נישט װען מ׳לײגט א דגוש צו זינגען נאר סקולענע וכדו, כ׳רעד בדרך כלל) צװישן עוד ישמע (עטליכע)/ענבי הגפן/כיצד מרקדין (צװײ)/שמחם/שהחײנו/זה היום/נכספה/והיו למשיסה/ און נאך, עפעס א ענערזשי כאפט די זאל װען די מוזיק הײבט אן מיט א פאוער ״טירײרײרײרארימבאם....״ ״ והיו למשיסה...״ כ׳קען נישט שרײבן די אינטראו דארט ליגט די סוד... מ׳כאפט װאס כ׳מײן,
מיר האט גענומען עטליכע יאר אײנצוזעהן אז עכטע הײמישע נגינה מחנה שלוה סטיל איז א פארגאנגענהײט און הײנט קומט ארױס װאס װערט פארעכנט הײמיש כפי ערך װאס הײסט הײמיש אין 2021 לכאורה איז דא בערך עפעס אזא בחינה,
דיסענטיס האט געשריבן:
איך גלייך ענדערש לאופר ווי מונה צו מיינע נישט פראפעסיאנאלע אויערן שפילט זיך די מוזיק מער אין הארמאניע מיט די ניגונים ביי לאופר. ווידעראום ביי מונה הערט זיך די מוזיק מער ווי א צוגאב צום ניגון.
ס׳איז א קאלעקשען פון אלטע אבער נישט באקאנטע ניגונים, ער האט איינס אבער צוויי (איינס זיכער, דאכצעך ער מיר געזאגט צוויי) נייע פון משה גאלדמאן (נייע פון משה גאלדמאן מיינעך צו זאגן, וואס ער האט אפגעקויפט פון אים ממש פאר זיין פטירה.. ער האצעך נישט באוויזן צו אים אין חלום.. עטליעסט נישט וואס איך ווייס..)