Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא
לעיקוואד האט געשריבן: איך וועל אראפלייגן דא מיין אייגענע עקספיריענס.
אגב: היות עס האט מיר אוועקגענומען אסאך צייט, און עס האט אפעקטעט מיינע קביעות'דיגע שיעורים, האב איך מיך דורכגערעדט מיט א חשובע רב, און ער האט מיר געזאגט אז דאס זיך פארקוקן הייסט געהעריג לימוד התורה, און ער האט מיר געזאגט אז דאס איז מער תורה לשמה ווי מיינע ביז יעצטיגע שיעורים, איך וועל טאקע נישט ענדיגען ש"ס אזוי פרי, אבער עס איז לשמה און א מזכה את הציבור.איך נעם נישט קיין געלט פאר די ליינען.
ווען נישט זיך פארקוקן וואלט איך לכאורה שוין כמעט געענדיגט ש"ס אויף די סדר לויט די מספר דפים וואס איך האב געלערנט די לעצטע פאר יאר. אזוי האף איך צו ענדיגען אין 2 יאר.
דאס איז ביי מיר א מורא'דיגע חידוש.
טאקע פאר כמעט די זעלבע סיבה (כ'האלט נאכנישט ביים ענדיגן ש"ס) האב איך זיך לעצטנס אפגעזאגט פון אמט.
עס גנב'ט אסאך צייט וואס מען קען אנקומען אזוי פיל מער,
די סארט דרגה פון זיכוי הרבים קען מען טון אויף טויזנט אנדערע וועגן וואס פארלאנגט נישט אזוי פיל טייערע צייט.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.