איך וויל ווערן א בעל קורא. יא אזוי ווי איר הערט, עס באדערט מיר זייער ווען מאנטאג אדער דאנערשטאג, מען זיכט א בעל קורא, און קיינער רופט זיך נישט אן. (איך גיי צו צום עמוד עניטיים ווען קיינער גייט נישט צו). אדער ווען איינער ליינט און ער קען פשוט נישט. מיין פראבלעם איז, איך קען נישט איינחזרן די טראפען. איך האב זיך אויסגעלערנט די טעמים מיט די ביסעל דקדוק וואס עס פעלו אויס (פון די שיעורים פון הרב שווארץ מלאשאנץ), איך קען די ניגון גוט. אבער ווען איך פראביר זיך צו פארקוקען גייט עס פשוט נישט. איך געדענק נישט די טראפען, קוים וואס איך דערקען די עברי. עני עצות אויף דעם?
עטליכע יאר צוריק פרשת ואתחנן - נחמו, איז אין די שול ווי איך דאווען נישט אנגעקומען די באשטעלטע בעל קורא, און נאכן ווארטן א 5 מינוט איינער זאל צו גיין, און במקום שאין איש איז געפילטע פיש אויך גוט, האב איך געזאגט אז איך קען פרובירן ביז שני, קוקענדיג צוריק ווייס איך נישט פון וואו איך האב געהאט די קוראדזש און די גאטס, די איינציגסטע מאל וואס איך האב אריינגעקוקט אין א תיקון קוראים פלעגט זיין אלץ בחור פאר די מגילה ליינען וואס איך האב געוואלט קענען.
למעשה, איז געווען דארט עטליכע חשוב'ע אידן, איינער אפילו א רב אין אן אנדערע ביהמ"ד. און קיינער פון זיי האבן נישט געהאלטן ביים צוגיין, און די ספר תורה איז שוין געליגן אויפן בימה. בקיצור, נאכן זאגן די עברי ביז שני, מיט א גוטע חיתוך הדיבור, איז כל הקהל ענו ואמרו אז איך זאל ממשיך זיין ווייטער. איי געס אז דאס וואס איך בין מעביר סדרה שוין אזויפיל יאר, האט זיך איינגעזאפט אין מיר אז עטליעסט די עברי זאל איך קענען גוט אפילו פון א ספר תורה.
פעסט פארווערד, איז געשען קאראנע, און אונזער לאנגיעריגע בעל קורא האט נישט געקענט ליינען פאר א שטיק צייט, און אפילו נאכדעם, היות ער פלעגט נישט דאווענען ביי אונז נאר קומען נאך זיין דאווענען אין אן אנדערע שול, האט ער זיך אפגעזאגט. אזוי האט מען זיך געמוטשעט יעדע וואך, עס זענען געקומען בעל קוראס פאר באצאלט, טאקע חשוב'ע ליטווישע אינגעלייט, אבער למעשה האט געדויערט זייער לאנג די ליינען, און רוב קביעות'דיגע מתפללים וואס האבן געדענקט יענע פרשת ואתחנן האבן מיר געבעטען אז איך זאל עס אנפאנגען צו טוען. און אנפאנג ווינטער האב איך פרובירט פרשת תולדות, און פון דארט בין איך געווארן די קביעות'דיגע בעל קורא.
מיין חשבון איז געווען, רוב אירע קענען מיטזינגען די ימים נוראים נוסח, יעצט מאכטס א חשבון, וויפיל מאל האט עס א 35 יעריגע אינגערמאן געהערט? קומט אויס אז איינער וואס פלעגט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, דארף צו קענען געדענקען די עברי אויבנאויף.
די עיקר וואס איז מעכב איז אז מען זאל קענען א גוטע עברי, דאס ב"ה קען איך און איך האב א גוטע חיתוך הדיבור ב"ה.
איך קוק מיך פאר ווי פאלגענד: זונטאג ביז שני 10 מאל, מאנטאג פון אנפאנג ביז שני איינמאל, דערנאך פון שני ביז שלישי 10 מאל, דינסטאג פון אנפאנג ביז שלישי איינמאל, שלישי ביז רביעי 10 מאל, אא"וו. שבת צופרי שטיי איך אויך פרי, און איך ענדיגע צי אויף די סדר ביז די ענד, אזוי קומט אויס אז ביז שני, האב איך געחזרט פון א חומש בע' 17 מאל, שני שלישי 16 מאר אא"וו. ווי שפעטער געדענק איך טאקע ווייניגער די טראפן, אבער ב"ה עברי מאך איך כמעט נישט קיין טעותים. אויב האך איך צייט טו איך עס צוויי מאל דערנאך אין א תיקון קוראים. איך האף אז ביי די צוויייטע יאר וועט עס ווערן גרינגער אא"וו.
נאך אן עיצה איז גוט צו נוצן א מאירת עינים חומש זיך פארצוקוקן, ווייל דאס איז א חומש מיט גרויסע אותיות און א סאך אויף די צורת הדף, און עס איז בנמצא עטליעסט ווי איך דריי מיך, ממילא איז גרינגער זיך איינצוחזרן, די זעלבע פיקטשער אין קאפ. און בשעת ליינען האב איך איינער וואס טייטלט אינעווייניג, צו קענען כאפן א בליק.
אז מען רעדט שוין, האב איך באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות? למשל דאס וואס איך געדענק ביי ולא תתורו פון פרשת ציצים, איז ביי מאירת עינים א אזלא גרש, און ביי אנדערע א קדמא ואזלאץ נאך איין חילוק פון פאריגע וואך פרשת ואתחנן צווישן שביעי און מפטיר פסוק ז' כי עם קדוש, די כי איז אנדערש ביי מאירת עינים פון אנדערע.
אגב: היות עס האט מיר אוועקגענומען אסאך צייט, און עס האט אפעקטעט מיינע קביעות'דיגע שיעורים, האב איך מיך דורכגערעדט מיט א חשובע רב, און ער האט מיר געזאגט אז דאס זיך פארקוקן הייסט געהעריג לימוד התורה, און ער האט מיר געזאגט אז דאס איז מער תורה לשמה ווי מיינע ביז יעצטיגע שיעורים, איך וועל טאקע נישט ענדיגען ש"ס אזוי פרי, אבער עס איז לשמה און א מזכה את הציבור. איך נעם נישט קיין געלט פאר די ליינען. ווען נישט זיך פארקוקן וואלט איך לכאורה שוין כמעט געענדיגט ש"ס אויף די סדר לויט די מספר דפים וואס איך האב געלערנט די לעצטע פאר יאר. אזוי האף איך צו ענדיגען אין 2 יאר.
לעיקוואד האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין, האב איך באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות? למשל דאס וואס איך געדענק ביי ולא תתורו פון פרשת ציצים, איז ביי מאירת עינים א אזלא גרש, און ביי אנדערע א קדמא ואזלאץ נאך איין חילוק פון פאריגע וואך פרשת ואתחנן צווישן שביעי און מפטיר פסוק ז' כי עם קדוש, די כי איז אנדערש ביי מאירת עינים פון אנדערע.
אין די סלאוויטא חומש פון כפתור ופרח ווערט בדר"כ געברענגט אלע נוסחאות און מנהגים.
ולעצם הענין, מײנע דרײ ניקלעך, אװדאי די עיקר איז חזרה מיט עקשנות, ס׳העט נאר װערן גרינגער בעזר השם, אבער איך קוק זיך פאר אזױ, (און כ׳מײן אז ס׳איז א גוטער מהלך אפי׳ פאר א ביגינער, מ׳געװאױנט זיך שנעל צו) קודם כל, אװדאי נאר אין א תיקון קוראים, כ׳װײס נישט װיאזױ מען קען זיך בכלל פארקוקן אין א חומש (ביז שני מילא) און כ׳קוק לכתחילה ארײן נאר אין די לינקע זײט, און מ׳בליקט נאר אהין און צוריק צו קוקען די טראפן, אדער זיכער צו מאכן אז מ׳זאגט גוט, אײן פסוק אױף אמאל, (העכסטנס פארדעם געב איך אײן קוק דורך דעם גאנצן פסוק אױף די רעכטע זײט) אזױ טוה איך 2־3 מאל מיט יעדן פסוק, געװענטליך נאך 3 מאל קען מען עס שױן גוט, נאך 4־5 פסוקים גוט מען עס אײן חזר איבער שנעל (פארשטײציך נאר אױף די לינקע זײט) און בײ שני נאך אײן מאל די גאנצע, וכן הלאה, װען מ׳ענדיגט חזר׳ט מען איבער די גאנצע סדרה 2־3 מאל (דאס טוה איך שױן געװענטליך שבת אינדערפרי) ודמי לי׳ כמאן דמונח בקופסא בעזר השם, די גאנצע מעשה געדױערט ארום 2.5-3 שעה בײ אן עװריטש סדרה
הײנט צוטאגס נאך אפאר יאר דארף איך שױניש דורכגײן די גאנצע פראצעדור, נאר עס גײט שױן סאך שנעלער בײ רוב סדרות ב״ה
די עיקר נקודה איז (הער לעיקװאוד כ׳מײן זאלסט עס געבן א טשענס.. כ׳בין אױך א בע״ק אין לעיקװאוד גראדע) אז 10 מאל אין א מאירת עינים חומש טוט נישט אױף װאס 2־3 מאל אין א תיקון קוראים טוט (און דײקא אױף די לינקע זײט שטײצעך, מ׳װערט זײער שנעל צוגעװאױנט צו בליקן הין און קריק װי א פראו..)
דאס איז מײן עקספיריענס, האף איך אז כעל עפעס האבן אױפגעטהון פאר אײנעם, װײל כ׳האב געפערליך װײניג נערװן צו שרײבן לעצטנס, נאר עת לעשות לד׳...
און פארן פותח האשכול, האסט גוטע שאיפות דאס איז זיכער, ס׳איז זײער א חשובע זאך, א גרױסע זכות, און ס׳קומט מיט א גוטע געפיל אױך געװענטליך, די עיקר נישט אױפגעבן! הצלחה רבה
1) מעביר סדרה יעדע וואך חק ולא יעבור. די עיקר פון א תיקון קוראים 2) רוב פרשות האב איך אריין געלייגט אלץ בחור 5 שעה. אין היינטיגע צייטען איז מעביר סדרה פונקט גענוג זיך צו דערמאנען 3) תזריע מצורע מקץ וואס איך האב קיינמאל נישט געליינט אין ישיבה גיי איך קיינמאל נישט קענען. נישט קיין חילוק וויפעל איך קוק מיך פאהר. אין קורצען גירסא דינקותא!
אגב אז מרעט פון ר ישראל מענדל האט ער געזאגט אז די רבי זי"ע האט געפרעגט א בעל קורא וואס ער בעט ימים נוראים? האט יענער גענפערט אז ער בעט אז יעדע האלץ זאל ווערן א בימה אין יעדע טיפחא זאל ווערן א פזר....
ולעצם הענין, מײנע דרײ ניקלעך, אװדאי די עיקר איז חזרה מיט עקשנות, ס׳העט נאר װערן גרינגער בעזר השם, אבער איך קוק זיך פאר אזױ, (און כ׳מײן אז ס׳איז א גוטער מהלך אפי׳ פאר א ביגינער, מ׳געװאױנט זיך שנעל צו) קודם כל, אװדאי נאר אין א תיקון קוראים, כ׳װײס נישט װיאזױ מען קען זיך בכלל פארקוקן אין א חומש (ביז שני מילא) און כ׳קוק לכתחילה ארײן נאר אין די לינקע זײט, און מ׳בליקט נאר אהין און צוריק צו קוקען די טראפן, אדער זיכער צו מאכן אז מ׳זאגט גוט, אײן פסוק אױף אמאל, (העכסטנס פארדעם געב איך אײן קוק דורך דעם גאנצן פסוק אױף די רעכטע זײט) אזױ טוה איך 2־3 מאל מיט יעדן פסוק, געװענטליך נאך 3 מאל קען מען עס שױן גוט, נאך 4־5 פסוקים גוט מען עס אײן חזר איבער שנעל (פארשטײציך נאר אױף די לינקע זײט) און בײ שני נאך אײן מאל די גאנצע, וכן הלאה, װען מ׳ענדיגט חזר׳ט מען איבער די גאנצע סדרה 2־3 מאל (דאס טוה איך שױן געװענטליך שבת אינדערפרי) ודמי לי׳ כמאן דמונח בקופסא בעזר השם, די גאנצע מעשה געדױערט ארום 2.5-3 שעה בײ אן עװריטש סדרה
הײנט צוטאגס נאך אפאר יאר דארף איך שױניש דורכגײן די גאנצע פראצעדור, נאר עס גײט שױן סאך שנעלער בײ רוב סדרות ב״ה
די עיקר נקודה איז (הער לעיקװאוד כ׳מײן זאלסט עס געבן א טשענס.. כ׳בין אױך א בע״ק אין לעיקװאוד גראדע) אז 10 מאל אין א מאירת עינים חומש טוט נישט אױף װאס 2־3 מאל אין א תיקון קוראים טוט (און דײקא אױף די לינקע זײט שטײצעך, מ׳װערט זײער שנעל צוגעװאױנט צו בליקן הין און קריק װי א פראו..)
פאר איינעם וואס איז שווער דעם מהלך, צו קוקן נאר בעיקר אויף די לינקע זייט, קען פרובירן מיין מהלך.
קוק יא אויף די רעכטע זייט. חזר דיך איין יעדע פסוק גוט מיט די נקודות און די טראפן, און נאך 3-4 מאל אויף די רעכטע, זאג איבער די פסוק אויף די לינקע זייט. איינמאל ס'גייט גוט, גיי צום נעקסטן פסוק.
אסאך מאל גיי איך קודם דורך די סדרה אין א פלעינע חומש, איך זאג די טראפן אפאר מאל, און נאכדעם ווען מ'קומט צום תיקון קען מען עס שוין עטוואס. ס'העלפט זיכער צו, ווי לעיקוואד זאגט.
עצה טובה צו נוצן די תיקון קוראים 'סימנים'. אין זיין 'שיטה מקובצת' ברענגט ער זייער געשמאקע סימנים צו געדענקן די פסוקים, און איז אויך מעורר דארט וואו מ'קען זיך לייכט פארמישן. איך נוץ די סעט פון סאפט קאווער קליינע קונטרסים, יעדע 2 פרשיות א באנד, וואס איז זייער לייכט ארומצוטראגן.
ס'איז אויך דא עטליכע תיקון קוראים עפפס בחינם, וואס ווייזט נאר די רעכטע אדער לינקע זייט, און מ'קען עס שנעל צוריקטוישן צו די אנדערע ווערסיע. פאר איינער וואס וויל זיך צוגרייטן אויפן פאון איז עס זייער געשמאק.
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
1) מעביר סדרה יעדע וואך חק ולא יעבור. די עיקר פון א תיקון קוראים 2) רוב פרשות האב איך אריין געלייגט אלץ בחור 5 שעה. אין היינטיגע צייטען איז מעביר סדרה פונקט גענוג זיך צו דערמאנען 3) תזריע מצורע מקץ וואס איך האב קיינמאל נישט געליינט אין ישיבה גיי איך קיינמאל נישט קענען. נישט קיין חילוק וויפעל איך קוק מיך פאהר. אין קורצען גירסא דינקותא!
תזריע מצורע זענען בײדע פון די שװערסטע סדרות גראדע, סאו האסטע נאך א סיבה, באט נעװער סעי נעװער..
אזוי איז יעדע זאך יגעתי ומצאתי תאמין. די ערשטע פאר יאהר אפילו מיטן פארקוקן האב איך געמאכט טעותים. אבער די געשמאק ווען די ליינסט אלטס א עקפירענס בעל קורא קען מען נישט מסביר זיין