כ’פלאן בכלל נישט צו רעדן פון די מקוה, ווייל יכלו הזמן והם לא יכלו, א בחינה ווי וויפול מ’האט פרובירט איז די מקוה איייביג געווען פיל מיט וואסער.
א צימער בערך 60-70 סקווער פיס, האט יעדן טאג גערייניגט 60-70 בחורים,שפעטער האב איך געהערט אז ווען די ישיבה איז זיך צואוואקסן צו 120 בחורים האט מען צוגעלייגט א דריטע שאוער העכער די מי גשמים בור.
די בור אליין איז געווען בערך פיר האלב ביי צוויי אהאלב פיס, מיט א מעגליכקייט צו ערהאלטן אפ טו טרי בויס, אינמיטן די שאוערס האט מען שוין געקענט הערן די משגיח ר’ בעריש קוואקענען ’’ נו.. נו.. ר’ שאוער ר’ שאוער ס’איז שפעט...
די ערד אין מקוה איז געווען א בארג ארויף, די בור איז געווען ביים שפיץ, אזוי אז אלע וואסער פלעגן רינען די איבערטוהן פלעצער, ס’איז געווען א גאנצע עבודה ביים אנטוהן די הויזן זיכער צו מאכן אז די הויזן ווערט נישט נאס.
די בוילער האט יעדן טאג געמאכט פארשידענע אבנארמאלע קונצן, ס’קוקט אויס אז ער האט שוין פערפארמט ביים ערשטן וועלט קריג.
אוי די יונגע דור מיינט זיי האבן זכרונות!!! טעטה!!! לינז!! אוי באשעפער!!! איין וויכטיגע לימוד וואס מען דארף ארויסלערנען פון די ישיבה איז אז מיט הארץ און שכל קומט מען אן. אזויפיל פראבלעמען און שוועריגקייטן אין אנפאנג, באמת א ישיבה אן רעדער אבער מיט א רידער. איין מענטש. די ראש ישיבה. נאר עם קומט קרעדיט. פארשטייט זיך אז מיר האבן אויך געהאט אזא ר' שלמה זלמן ראאב, אזא הרב בראנדויין. אזא הרב קאהן, פיינע מענטשן. והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאוד. אנפאנג איז געווען א אמת'ע מצער.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
יש לו מנה האט געשריבן:
א עקסטערע ביכל ברויך מען ארויסגעבן אויף ר’ מאיר איזאק/אייזיק א עלטערע בחור וואס האט זיך פארליבט אינעם בנין הישיבה וואס איז אמאל געווען א געגענט שוהל. כ’געדענק אז די מנהל ר’ חיים אהרן האט אמאל געזאגט אז יעדע מענטש האט חתונה מיט א פרוי, מאיר האט אבער חתונה געהאט מיט די שוהל.
ער פלעגט זיך אייביג פרובירן מאכן וויכטיג,אבער ווען כ’האב אים געבעטן די שליסעל צו קענען גיין אין מקוה האט ער עס נישט געהאט.
ער האט געהאט (און האט נאך אלס) א שטימע וואס הערט זיך ווי צוזאמגעפלאכטן פון הויט פון א פיש באשפריצט מיט חלב, און ער האט זייער ליב געהאט עס צו לאזן הערן, און אונז האבן שטייצעך געליטן.
אזוי אויך האט די מנהל ר' חיים אהרן געזאגט אויף ר' מאיר איזאק, אז א אינגע בחור קומט אין ישיבה פארטאגס מען ווערט אביסל עלטער קומט אן צום דאווענען, ווען מען ווערט ממש א אלטע בחור קומט שוין אן צו פרישטאג, אבער ר' מאיר איז שוין גענוג אלט אז ער קומט אן נאר צי נאכטמאל...
דורך געטראכטער האט געשריבן: