זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
פרישע קוגל האט געשריבן: איך בין נישט געווען א עלטערע בחור אבער איך האלט ווי דיר הינדערט פראצענט!
winner האט געשריבן: געוויסע אינגערע בחורים מעגן אויך גיין ארבעטען
Ny-17 האט געשריבן:winner האט געשריבן: געוויסע אינגערע בחורים מעגן אויך גיין ארבעטען
100 %
הענדימען האט געשריבן: לאמיר עס אויסשמוסען אביסעלע
וואס זענען די מעלות און חסרונות פון גיין ארבעטן?
עם הארץ האט געשריבן: לעניות דעתי 75% בחורים פון 18 יאר און העכער איז כדי זיי זאלן גיין ארבעטן, מיט א שטרענגע אויפזיכט.
(איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן יעצט)
עם הארץ האט געשריבן: לעניות דעתי 75% בחורים פון 18 יאר און העכער איז כדי זיי זאלן גיין ארבעטן, מיט א שטרענגע אויפזיכט.
(מסכים ריק עס ארויף צי 19 יאר)
איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן יעצט
sheetrock האט געשריבן:הענדימען האט געשריבן: לאמיר עס אויסשמוסען אביסעלע
וואס זענען די מעלות און חסרונות פון גיין ארבעטן?
געווענטליך ווען מ'זיכט א עלטערע בחור, וויל מען ענדישער איינער וואס איז שוין אביסל געצעטעלט און ארבעט, אווי א בחור וואס לערענט
אוראייניקל האט געשריבן:איינס האט געשריבן:
קלאר!!
פרישע קוגל האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:איינס האט געשריבן:
קלאר!!
דער איינס… חוץ ביי די מירון געיט פרשה האב איך עם נאך קיינמאל נישט געכאפט ראנג…
Amazing האט געשריבן: וואס איז די סיבה אז ביי מיידליך איז יא איינגעפירע ארויס צו גיין ארבייטן אין אפיסעס פאר די 18???
אז מען קוקט אויפריכטיגט איז א גרויסע תועלת אז רוב בחורים פון די 16 17 זאלן ארבייטן כאטש פארט טיים.
איינס האט געשריבן: ווי איך פארשטיי איז דער פותח דא ווייל סדריקט איהם, היתכן ער דארף זיך בכלל פארענטפערן אז ער איז געגיינגען ארבעטן. איז וואס אז ער איז א אלטער בחור? אינגעלייט אינגער ווי איהם ארבעטן שוין איז ווייל איהם גייט נישט מיט א שידוך טאר ער נישט ארבעטן?
די ערשטע ענטפער פאר דעם וועט לכאורה זיין: דער אינגערמאן דארף ברעגנעגן על המחיה ועל הכלכלה און דו נישט, סאו פארוואס זאלסטו ארבעטן?
מיר ווייסן אבער אז סאיז נישט אמת, גענוג אינגעלייט מוזן נישט גיין ארבעטן די ערשטערע יארן, און געוויסע וואלטן געקענט בלייבן אין כולל לאנגע יארן, און דאך גייט מען ארויס ארבעטן.
מצד שני פארשטייט יעדער אז אויב לייגט מען אראפ א יסוד אז יעדער בחור מעג גיין ארבעטן, איז די ליין זייער אקל, מארגן וועלן 15 14 13 און 12 יעריגע קינדער שרייען למה נגרע.
אבער איין מינוט, ווער זאגט אז א 12 יעריגע אינגל טאר נישט ארבעטן?
אקעי, דאס פארשטייט יעדער אז אין די אינגע יארן דארף מען זיין א א געזינטע סביבה, און בימינו איז דער סיסטעם אויסגעשטעלט אז א חיידער איז די געזונטסטע פלאץ פאר א קינד צו זיך ריכטיג דעוועלעפן הן אין אידישקייט און הן אין מענטשליכקייט (די וואס זענען אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם, קענען אפשר זיכן זייער גליקן ביים גוי. אבער זאלסט נאר וויסן אז דער גוי פארשטייט אויך אז קינדער דארפן גיין אין סקול...).
וואו איז אבער די ליין?
דער גוי טענה'ט אז ס'איז ביי די 18, פארוואס? ווייל אזוי האבן זיינע פאלעטישנס מחליט געווען...
דער איד וואלט לכאורה געדארפט גיין מיט די 13, אבער איך מיין יעדער איז מסכים אז ארויס גיין ארבעטן האט נישט דיקא צו טון מיטן ווערן א גדול, ווייל אויך גדולים קענען באגיין פאטאלע טעותים, און אויב האבן זיי נישט קיין מסגרת איז דאס א רעסעפי פאר דיזעסטער.
האט זיך די סיסטעם אויסגעשטעלט (לכאורה אויך בהשראה פון דעם גוי'ס 18, אדער פארקערט דער גוי האט גענומען פונעם איד...) אז נאר נאכן חתונה האבן גייט מען ארבעטן, און אויך דעמלאטס איז לאו כולם שוים. סאיז דא וואס גייען ארבעטן נאכן לערענען א האלבע טאג אין כולל, אדער אפילו א גאנצע טאג... און סאיז דא וואס זיצן 2 3 יאר אין כולל.
למעשה וועט יעדער מנהיג רעקאמענדן א אינגערמאן צו זיצן א יאר צוויי אין כולל, די מציאות איז אז דאס שטעלט אוועק א מענטש אויף געזינטע יסודות, אנדערש ווי דעם אינגערמאן וואס איז ארויס ארבעטן א טאג נאך שבע ברכות. אזער וויבאלד ער האט נישט קיין מנהל און משגיח איז טאקע יעדער מחליט וואס ער וויל (קרי: וואס זיין ווייב וויל.. אדער וואס זיין שוויגער וויל...)
א בחור איז זייער קאמפליצירט, סאיז נישט שייך צו זאגן אז ביי די 18 זאלן בחורים גיין ארבעטן, סוועט נישט טויגן אין קיין שום אינזיכט. האט זיך די סיסטעם אויסגעשטעלט אז "בחורים ארבעטן נישט" איי דער 22 יעריגער בחור וואס ארבעט ווייל ער האט נישט קיין קאפ און כח צו זיצן און לערנען א גאנצן טאג איז גארנישט אנדערש פון דעם אינגערמאן בן 18 וואס האט געטון די זעלבע זאך פארן זעלבן סיבה. איז פארוואס ער הייסט א "באזעסענער" אינגערמאן און איך א "אפגעפליקטער" בחור?
א גוטע קשיא כך היא דרכה של עולם, ושיעורים ומחיצין נתנו למשה מסיני, ווי די מפרשים זענען מסביר אז לכאורה מאכט דאך נישט סענס ווען מגעבט א שיעור, ווי למשל א כביצה איז כדי שביעה. סאיז דאך דא מענשטן וואס עסן 4 אייער און בלייבן הונגעריג צום טויט, בעוד זיין דארטשיגער חבר ברעכט שוין נאכן אריינהאקן בלויז 1 איי... אלא מאי מלייגט אראפ א שיעור (ביי א ביצה הלכה למשה מסיני) און דאס ווערט נקבע אלס דעם שיעור כאשט מאנכע ווערן עפעקטירט לטב ולמוטב.
לענינינו נישט מעגליך צו ארויסשיקן ארבעטן פאר די 18 און ממילא איז דאס געבליבן אויף נאך די חתונה.
אבער אמר"ש דער רמב"ם שרייבט
דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה ואח"כ יקנה בית דירה ואחר כך ישא אשה שנאמר מי האיש אשר נטע כרם ולא חללו מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו מי האיש אשר ארש אשה ולא לקחה אבל הטפשין מתחילין לישא אשה ואח"כ אם תמצא ידו יקנה בית ואחר כך בסוף ימיו יחזור לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה
והדברים ארוכים.
עם הארץ האט געשריבן: לעניות דעתי איז צייט עס צי מאכען - ווי כולל וואלט ווען געדארפט זיין- אז נאר ווער עס איז בכדי שיעשו צי לערנען א גאנצען טאג זאל דארט זיין, די איבריגע זאלן האבן א שטארקע מסגרת מיט א שיעור צופרי און ביינאכט
איינס האט געשריבן:עם הארץ האט געשריבן: לעניות דעתי איז צייט עס צי מאכען - ווי כולל וואלט ווען געדארפט זיין- אז נאר ווער עס איז בכדי שיעשו צי לערנען א גאנצען טאג זאל דארט זיין, די איבריגע זאלן האבן א שטארקע מסגרת מיט א שיעור צופרי און ביינאכט
דו האלטסט טאקע אז די בחורים וואס שטעלן זיך נישט צו צום סדר הלימוד איז ווייל די סדר איז ״לערנען״?
כאן צריך לצחוק.... די ריזן וואס בחורים שטעלן זיך נישט צו צום לערענען איז ווייל סאיז אונטער א ״מסגרת״
וואלט ווכן געווען א מסדרת פון ארבעטן וואלט די קעפל געווען: זאלן עלטערע בחורים גיין לערנען?