דברי זכרון - שריפה אין ישיבת תורת חסד יום כ"ג סיון
ער זאגט נאך די מאמר חז"ל אז אינעם עבירה פון רעדן אין ביהמ"ד ווערן זיי חרוב, און האט אויפגעפאדערט פון אלע בחורי הישיבה צו נזהר זיין און אויף זיך מקבל זיין צו נוהג כבוד זיין אינעם בית מקדש מעט און נישט רעדן דברים בטלים וכדו'. ער האט געבעטן אז מיט'ן איצטיגן מעריב זאל מען מתקן זיין אויפ'ן עבר און אויף זיך מקבל זיין אויף להבא.
איי וואספארא מעריב דאס איז געווען, נישט צום באשרייבן! עפעס העכערס, מיט אזא מין ברען לא יאומן כי יסופר, דאס איינציגסטע מאל אין לעבן וואס די מעריב האט זוכה געווען געדאווענט צו ווערן מיט אזא מין התעררות און כוונה עצומה. מ'האט דערנאך געליינט קרי"ש שעל המטה און זיך צוגעלייגט אנשעפן כוחות אויפ'ן מארגענדיגן עבודת היום.
5 אזייגער פארטאגס:געוואלד! דאס בית המדרש ברענט! געוואלד! די בחורים זענען ארויסגעלאפן פון בעט און זיך געקיצעלט זיכער צו מאכן אז מ'האלט נישט אינמיטן טיפן חלום, אבער ניין! מ'איז וואך! און פונעם דאך שפרינגען צינגען פייער פלאמען עד לב השמים! איי, דאס הארץ איז צוגאנגען. די ספר תורה! די ספרי קודש! מיינע חידושי תורה בלעטלעך אין מיין גמרא! אוי טאטע, מיינע טייערע פאר תפילין!!!
אוי, ווער ווייסט נישט צו זאגן פונעם טייערן ספר תורה וואס די בחורי הישיבה האבן געלאזט שרייבן על שמו ולזכרו פון הבחור החשוב למשפחת בינער ע"ה, ממצויני הישיבה, ס'ברענט אינעם פייער! רבונו של עולם!!!
החתן שמעון יוסף שטערן נ"י, דער זון פונעם ראש ישיבה שליט"א (זצ"ל), שטייט אינדרויסן ביים טיר פונעם ברענענדיגן בית המדרש, 3 וואכן פאר זיין חתונה מיט נכדת סעקולעני רבי שליט"א, ער קען נישט צוקוקען וואס פאסירט, און פרובירט צו עפענען די טיר מיט אלע כוחות צו קענען ארויסראטעווען די טייער געשריבענע ספר תורה, אבער אפאר העראאישע בחורים האבן אים צוריקגעהאלטן זאגענדיג אז ער האלט פאר'ן חתונה און ער איז נישט בארעכטיגט צו זיך מוסר נפש זיין. אפאר סעקונדעס שפעטער איז די דאך פונעם ביהמ"ד איינגעפאלן! אוי רבונו של עולם!
נאכ'ן פארלעשן די פייער האט מען געפונען שטיקלעך פונעם איינגעגאנגענעם ספר תורה. די בכיות וואס איז דאן פארגעקומען איז אומבאשרייבליך, איינער פון די מגידי שיעור, ר' שלום יצחק קרויס שליט"א, א נאנטן ידיד פון להבחל"ח הבחור הרב בינער, און דער הויפט עסקן פונעם שרייבן די ספר תורה, האט זיך איינגעשפארט אויף עטליכע שעה מיט'ן ספר תורה, אוי, דאס הארץ רייסט!
עטליכע טעג שפעטער האט מען צוזאמגענומען מיט טרערן די טויזענטע ספרי קודש, ווי אויך די אריבער הונדערט פאר תפילין רח"ל, רוב פון זיי נאך ניכר לבעליו דורכ'ן כמעט פארברענטן תפילין בייטל. אוי, על אלה אני בוכיה!
לב נמס כמים ווען מ'איז אנגעקומען אין שטאט, אין ביהמ"ד תורת חסד אין לאנדאן, צום לויה פון די ספר תורה און די תפילין, און מ'דערזעהט זיך מיט 3 ערדענע כלים, איינס פאר'ן ספר תורה הקדושה, און 2 פאר די צענדליגע פאר תפילין! אוי, עיני עיני יורדה מים!
די ספר תורה איז שוין נישטא, די תפילין איז שוין אויך נישטא, דאס באדען פונעם אלטן ביהמ"ד איז ליידיג, און...... ליידער..... דער ראש ישיבה זכר צדיק לברכה, אונזער רבי און מורה דרך אויף אייביג, אונזער וועג ווייזער פאר אונזערע דורות, איז שוין אויך נישטא!
ס'איז זיכער, אז פאר'ן ראש ישיבה זצ"ל, אנצונעמען די בשורה, איז געווען אסאך שווערע ווי אונז, תלמידי הישיבה. ער, אלץ כליל המעלות, האט זיכער גאנץ אנדערש באגריפן די ביטערע חורבן ווי אונז קליינע מוחות, אבער דאך האט ער זיך אנגעשטרענגט און נאך אין יענעם טאג איז ער געזעצן אין פעלד (אין בנין האבן די פייער לעשער נישט אריינגעלאזט) ארומגענומען מיט די תלמידים פון זיין כתה, און זיי מחזק געווען דורך לימוד התורה בעיון וואס האט עם אוועקגעפירט פון די שווערע זמנים.
לעילוי נשמת מרן אברהם שמואל בן פנחס זעליג זצ"ל, נלב"ע ד' כסלו תשס"ו.
בגן עדן תהא מנוחתו, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.