ווי באקאנט איז אייוועלט געשטיגן די לעצטערע פאר יאר אויף גאר הויעכע שטאפלן, ספעציעל ווען ס'קומט צו פאליטישע פארמעסטן האבן מיר א שטאב פון גאר פראפעסיענאלע נייעס באריכטער וואס שטעלן צו "אפ טו די סעקונדע" נייעס פון איבעראל, טויזענטער ליינער פון איבער די וועלט קומען אריין דא צו זעהן די הערליכע באריכטן וואס איז נישטא איר'ס גלייכן אין ערגעץ!
כדי צו פארגרינגערן פארן ציבור האבן מיר מחליט געווען אויפצושטעלן דעם נייעם ווינקל וואו דא וועט מען קענען ליינען בלויז אפדעיטס, ווען אן אשכול ווערט רויט, וועט מען וויסן אז סיז דא נייעס! נישט אז איינער האט א פראגע אדער הערה...
אצינד טייערע ליינער, האבן מיר דעם כבוד אז אונזער אלעמען באקאנטער "אייוועלט קארעספאנדענט" ידידינו 'הכל הבל' זאל אייך פארשטעלן אונזער שפאגל נייע "וואל רעזולטאטן הויפטקווארטיר".
א הארציגן דאנק פאר די חשוב'ע הנהלה פאר צושטעלן די פלאטפארמע און נאכאנאנד פארבעסערן די סערוויסעס איבער די גארער אייוועלט!
ברוכים הבאים!
די דאזיגע פארום ווערט ספעציעל דעזיגנירט פאר אייוועלט וואל רעזולטאטן צו יעדע צייט וואס עס קומען פאר וואלן אין אמעריקא
נאך די גוטע ערפארונג פון די 2020 למספרם וואל נאכט, ווען אזא אשכול איז געווארן פריוואטיזירט צו פארזיכערן אז די באריכטן זענען קאנטראלירט, קראנט און פראפעסיאנאל, האבן די געטרייע חברי הנהלה באשלאסן צו נוצן די סוקסעפולע מאדעל אויך אויפן צוקונפט, און אוועקגעשטעלט אט די פארום, מיוחד פאר וואל רעזולטאטן און אינפארמאציע ארום
ביטע פארשטיין אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו פארזיכערן א ריינע פלוס פון נייעס, און טראץ וואס ווייניגער וועלן קענען שרייבן וועלן מער קענען ליינען מיט פארגעניגן די נאכאנאנדע באריכטן גראד ארויס פון אייוועלט'ס העכסט פראפעסיאנעלע דזשורנאליזם הויפטקווארטיר
סיי ווער עס שפירט אז ער איז קוואליפיצירט צו שרייבן אין דעם פארום, קען זיך פארבונדן מיט די הנהלה, וועלכע וועט דן זיין אויב עס איז אין די אינטערעסן פונעם פארום אים אנצושליסן
עס איז וויכטיג קלארצושטעלן אז עס איז נישט געציהלט ח"ו אויסצושליסן עימיצן אדער צו דיסקרימינירן קעגן סיי וועם, די אויסשטעל איז נישט געציהלט צו קרוינען אן עליטע וועלכע זיצן אויבן ביים שטייסל און קאנטראלירן די אלגעמיינע מאסן, און די איינציגסטע כוונה איז בלויז טובת הכלל
שכח @הבל פארן מיר געבן די ווארט. איך בין פאררויטלט. איך האב נישט קיין סך וואס צו מוסיף זיין.
די הנהלה לייגט אריין אומגעהויערע כוחות צו פארבעסערן און פארשענערן די סייט. קאפ אין מוח וואס נאך עס קען געטון ווערן צו מאכן אייוועלט געשמאקער און בעסער.
עס איז נישט קיין סוד אז אייוועלט איז ארויף צענדליגער שטאפלען דורכאויס די לעצטיגער תקופה אויף א סך פראנטן. נייעס רעפארטאזשן איז איינע פון די פראנטן ווי די ניווא פון אייוועלט איז ארויף עטליכע שטאק העכער. כמעט יעדער גרויסער געשעעניש ווערט דא געמאלדן בליץ שנעל. רוב מאל שנעלער ווי א סך אנדערע נייעס פלאטפארמעס. ועל כולם איז עס - ע"פ רוב - קראנט און רעלאטיוו נוטראל. עפעס וואס געבט א רואיגקייט פאר די ליינער אז ער ווערט נישט געקארמעט לופטיגע פראפאגאנדע.
איך האף אז דער איצטיגער באשלוס איבער אזא סארט פארום זאל זיין מיט סוקסעס. איך פערזענלעך האב נישט געהאט קיין מיינונג איבער אזא געדאנק. פון איין זייט ענדזשוי איך ווען עס טוצעך א הו-הא יעדער קאמענטירט און עס גייט א רויעך. פון דער אנדערער זייט צומאל ווען עס איז א פולער נאכט ווי עס איז דא צענדליגער פארמעסטן און עס ווערט א שווערער פארקער מיט טאפלטע באריכטן ווען עס איז שוין באריכטעט געווארן דריי זייטן צוריק אדער צומאל עס פארפארט פון די רעלסן פון טראמפ אין וויסקאנסין טרעפט מען זיך איבער וואקסינען וכדומה, דאן איז בעסער מער א מסודר'דיגער אשכול. ענוועי ווער בין איך צו רעדן. "איים א גאו וויט די פלאו טייפ אוו גאי".
איך וועל פרובירן צו ביישטייערן אויף וויפיל איך האב די יכולת.
פידבעק אויף אזא געדאנק איז היילי עפרישיעטעד.
ידידי @צל וואס איז דייקא יא אינוואלווד אין דעבאטעס אין דאך באווייזט ער צו בלייבן פארליבט ביי אלע זייטן פון די אייעל. א חידוש פון א ניק. זאג אפאר דיבורים.
צייט אפצושטויבן די אשכול מיט עטוואס מער פון 12 שטונדן איידער שטום בודקעס אין אינדיאנא און קענטאקי שפארן די טויערן אין די 2022 למספרם מידטוירם וואל סעזאן וואס וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט דזשאדזשיא, ווירדזשיניע און די איבריגע שטאטן וואו א רייע אנגעצויגענע פארמעסטן שפילן זיך אויס
די פלאן לויטעט אז עס וועלן ווידער געעפנט ווערן אשכולות צו מעלדן וואל רעזולטאטן פונעם פראנט דורך אייוועלט'ס סאמע בעסטע דזשורנאליסטן
אויב עימיצער שפורט פאסיג צו באריכטן רעזולטאטן לאזנדיג אייגענע געפילן און פארטייאישקייט אין שופלאד און איז וויליג צו ביישטייערן פון זיין צייט מארגן נאכט זאל זיך באצייטנס מעלדן צו די הנהלה וועלכע וועט באשליסן אויב מען זאל אים צולייגן צו די דזשורנאליסטן שטאב
נאך א זיצונג אין די וואל רעזולטאטן קריגס צימער האט מען זיך פאראייניגט אויף א 5 אשכולות מאדעל ווען עס וועלן זיין באזונדערע אשכולות פאר רעזולטאטן פון קאנגרעס, סענאט, גאווערנאר און לאקאלע פארמעסטן אין אידישע געגנטער און די פיפטע וועט דינען עקסקלוסיוו פאר פארמעסטן וואו די אויסגאנג ווערט דערקלערט און וועט דינען אלץ פלאץ וואו די וועלכע ווילן בלויז באקומען די נייעס אויפן שפיץ גאפל וועלן עס באקומען אן דארפן נישטערן אין א טייך פון תגובות
אקטיוויטעטן און עקזיט פאולס מארגן דינסטאג דורכאויס די טאג און די פריע נאכמיטאג שטונדן וועלן געמאלדן ווערן אין די אשכול וועלכע איז געווידמעט צו באריכטן פריע שטימען רעזולטאטן
די סיסטעם איז נישט געציהלט אויסצושליסן קיינעם פון שרייבן נאר איז די דעזיגנירט צו סערווירן די ליינער וועלכע וועלן בענעפיטירן פון א קאנטראלירטע תגובות פלוס אין אזא אנגעשטויסענע נייעס נאכט
א באזונדערע "אפענע אשכול" וערט געעפנט וואו אלע וועלן קענען באריכטן סיי וואס עס ווערט פארזעהן אין די פארמאכטע אשכולות אבער ביטע רעספעקטירן די פארזוך צו האלטן די ניווא פון אייוועלט אויפן העכסטן קאליבער און נישט עפענען א פלייץ פון מערערע אשכולות וועלכע דינט נישט קיינעם'ס אינטערעסן