געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
2
1%
זייער גוט
18
10%
אויסערגעווענליך
20
11%
נישט נוגע
6
3%
גוט
2
1%
זייער גוט
5
3%
אויסערגעווענליך
34
19%
נישט נוגע
1
1%
גוט
3
2%
זייער גוט
10
6%
אויסערגעווענליך
31
18%
גוט
5
3%
זייער גוט
12
7%
אויסערגעווענליך
26
15%
סך הכל שטימען: 175

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

בילד

געבער אדער נעמער?

ווער ביסטו, מיין פריינד ביים טיר
מיין בונד צו דיר, מיט קניפעניש
מיין לייב מיין זעל, מיין דערקוויקעניש
אין מיר דו ברענגסט, זאטקייט אין שפיר

מיר א זאג, וועסטו מיר שענקען
ווען אין קאלטן לעבן איך וואנדער ארום
ווען אומפארשטענדעניש, אומעטום
פון טיפעניש, טו איך בענקען.

*

אמת "דו ביסט מורא'דיג", איז דער נייגונג
זאגט צו מיר, איך, מיט איבערצייגונג
ער פאר דיר צעדרייט ווערט, שפירט ווי א בלעטל
ווי א מורישקע אונטער אחימן, גייט דער פשעטל

ארויף צו מיר ער קוקט, איך בין זיין שיין
א שפיר, קיין חסרון אין מיר פארהאן
געב א קוק, ער לויפט נאך דיין שפאן.

*

פססס... רופט ער צו מיר
א מינוט, בעפאר דו לויפסט
פון מיר אוועק, דו שטויסט
ווארט א מינוט, איך רעד צו דיר

שטיל ער זאגט, כמעט ווי איך הער
א שטימע קוים הערבאר
ווי פון אונטער'ן ראדאר

מיין פריינט, מיין לעבן
צו דיר איך טו שטרעבן
איך גיי אויס, פאר דיר איך דארשט
דיין גוט ווארט, צו הערן איך ווארט

ווי א צווייג אן בוים, אליין פארלאזט
ווען דו פון מיר, פארביי דו שפרייזט
ווען פון ווינקל איך זע דיר, אויפ'ן אנדערן זייט שטראז
ווי איך וועל לויפן פרעגן
קום מיט מיר פארברענגן
צו דיין ליבליכן גלעט, איך גאַר ביז'ן עלות
איך דארף דיר האבן, נאך ווי
דעם אמת איך ווייס, פון וואו.

איך רעד זיך נישט איין אוי
ווי פריער געשריגן, האט איך גענוי
מיין פריינד, איך בין גוט אזוי
יא, צופרידן זיין איך וועל
פארגינען דיר א קוועל
מיט דיר שמועסן, פארוואס'זשע נישט
קען דען שאטן, אביסל טשוכעניש

אבער באקומען דיין נשמה'דיגן
שמייכל וואס גליעט דאס ווארעמ'דיגן
פון דיין גרעניצלאזע ליבע, זיך בארירן
אין מיינע פאמפנדע אדערן, זיי צירקולירן
אויף מיינע ליפן נישט ארויפברענגען
אפילו אין הארץ זיי לאזן הענגען.

ניין! ווי א רויער בלעטל
ווי א ליידיג זעקל
איז וואס איך שפיר
אן דיר
איין שטיק חסרון
צעפאטשקעט און צעפארן
ווען נישט דיר מיין פריינט
בין איך דען דא היינט.

*

איך דריי זיך אויס אין שאק
איז דאס מיין שטימע געווען
איז ער אין מיין ראָק
האט אים איינער גערופן דען

וואו איז דער איך, אזוי צוגעלאזן
דא געשטאנען קוים פריער
געזאגט קלינגעדיגע פראזן
געגלאנצט מיינע באקן אין מיר.

א סקרוך דורך לויפט
שוין ווייטער מיר פארקויפט
ער שטייט דארט פארשעמט
די פיאות האלב פארקעמט
מורמלט ארויס, אבער פארט
איך האב קלאר געהערט דארט
דיין פריינט דיין ליבער
אן דיר, ווי אליין איז ער.

*

שטיי איך אזוי, בין סדין און האמער
א געבער בין איך, אדער גאר א נעמער.

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW דאס איז טיף! טאלאנטפול! ממש מעכטיג! איך האף אז איך האב עס טאקע פארשטאנען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

מורעדיג
זייער טיף און שטארק
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געשמאק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
במה דברים אמורים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:29 pm
לאקאציע:צווישן דיינע שורות

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה דברים אמורים »

הערליך! אויב האב איך ארויסגעהאט די ענין (כאטש איינע פון זיי) איז עס א בחינה פון 'בא ללמד [דער פותח שער] ונמצא למד'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב עס אויך אזוי פארשטאנען. אביסל מער וויאזוי איך קוק עס אן, רעדט דער שרייבער פון א כאראקטער וואס זיין הרגשה צו זיין נאנטן איז בבחינה אז יענער איז דער וואס דארף אים האבן, וואס דארף באקומען זיין גוטן געפיל, ער איז דער משפיע דא צווישן זיי צוויי, און זיין חבר איז אפילו מודה דערין, ער געבט אים עס אויך צו שפירן. דערווייל הערט ער זיין אונטער'ן באוואוסטזיין וואס זאגט אים אז באמת טיף טיף איז ער גאר דער וואס דארף יענעם האבן, און אז ער האט זיך געפאפט מיט'ן מיינען אז דער קעיס איז פארקערט.

אזוי מיין איך....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פעיק ניוז האט געשריבן: איך האב עס אויך אזוי פארשטאנען. אביסל מער וויאזוי איך קוק עס אן, רעדט דער שרייבער פון א כאראקטער וואס זיין הרגשה צו זיין נאנטן איז בבחינה אז יענער איז דער וואס דארף אים האבן, וואס דארף באקומען זיין גוטן געפיל, ער איז דער משפיע דא צווישן זיי צוויי, און זיין חבר איז אפילו מודה דערין, ער געבט אים עס אויך צו שפירן. דערווייל הערט ער זיין אונטער'ן באוואוסטזיין וואס זאגט אים אז באמת טיף טיף איז ער גאר דער וואס דארף יענעם האבן, און אז ער האט זיך געפאפט מיט'ן מיינען אז דער קעיס איז פארקערט.

אזוי מיין איך....

אויך אזוי פארשטאנעו

רוב מאל ווען איינער איז משפיע איז עס נישט ווייל עס גיסט זיך איבער און עס גייט אריבער צו אנדערע נאר ווייל ער וויל באקומען דעם געפיל פון זיין א געבער ער באקומט פיל מער ווי דער מקבל. קומט אויס אז באמת איז ער די מקבל.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פעיק ניוז האט געשריבן: איך האב עס אויך אזוי פארשטאנען. אביסל מער וויאזוי איך קוק עס אן, רעדט דער שרייבער פון א כאראקטער וואס זיין הרגשה צו זיין נאנטן איז בבחינה אז יענער איז דער וואס דארף אים האבן, וואס דארף באקומען זיין גוטן געפיל, ער איז דער משפיע דא צווישן זיי צוויי, און זיין חבר איז אפילו מודה דערין, ער געבט אים עס אויך צו שפירן. דערווייל הערט ער זיין אונטער'ן באוואוסטזיין וואס זאגט אים אז באמת טיף טיף איז ער גאר דער וואס דארף יענעם האבן, און אז ער האט זיך געפאפט מיט'ן מיינען אז דער קעיס איז פארקערט.

אזוי מיין איך....

גם אני הבנתי כזה.

עס איז נישט נארמאל ווי אזוי ער לייגט עס אראפ!

'טויט אין די אויגן' סטייל!!! [פאר ווער עס געדענקט נאך..]

געוועלט 'אויסערגעווענליך' ביי אלע!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

גאר גאר טיף! איך האב עס נאכנישט אינגאנצן פארשטאנען! איך בין נתפעל!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א געוואלדיגע תוכן! שיינע פראזן אינצווישן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

חלקי האט געשריבן: גאר גאר טיף! איך האב עס נאכנישט אינגאנצן פארשטאנען! איך בין נתפעל!

איך האב עס דריי מאל געליינט! יא, יא. ס'איז א טיפע שטיקל. און דאס זענען די געשמאקסטע, וואו מ'קען זיך מתווכח זיין ווי א שיעור עיון...

איך האב אזוי פארשטאנען: דא רעדט זיך פון איין מענטש וואס רעדט מיט זיך 'זעלבסט', ער 'זיין פארשטאנד' מיט 'זיין עגא' אדער אפשר בעסער געזאגט 'זיין חיות נפש' , וואס קומט און גייט. לאמיר עס צונעמען.
גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן: צומאל רעדט דער 'פארשטאנד', דער חלק פון מוח וואס אבזערווירט, פון דער 'עגא', און צומאל רעדט דער 'עגא' צום מענטש בכלליות

ווער ביסטו, מיין פריינד ביים טיר
מיין בונד צו דיר, מיט קניפעניש
מיין לייב מיין זעל, מיין דערקוויקעניש
אין מירדו ברענגסט, זאטקייט אין שפיר
ד.ה. דער אנדערער 'איך' עקספיריענסט געוויסע געפילן וואס מאכט דעם נפש זאט

מיר א זאג, וועסטו מיר שענקען
ווען אין קאלטן לעבן איך וואנדער ארום
ווען אומפארשטענדעניש, אומעטום
פון טיפעניש, טו איך בענקען.
דער 'פארשטאנד' אבזערווירט אז ווען דער אנדערער איך זאגט איהם עפעס שטופט דאס ארויף זיין זעלבסט-זיכערהייט

אמת "דו ביסט מורא'דיג", איז דער נייגונג
זאגט צו מיר, איך, מיט איבערצייגונג
ער פאר דיר צעדרייט ווערט, שפירט ווי א בלעטל
ווי א מורישקע אונטער אחימן, גייט דער פשעטל

דער אנדערער 'איך', דער 'עגא' איז דער 'פארשטאנד'ס' גרעסטע חסיד

ארויף צו מיר ער קוקט, איך בין זיין שיין
א שפיר, קיין חסרון אין מיר פארהאן
געב א קוק, ער לויפט נאך דיין שפאן.
דער 'פארשטאנד' איז נישט איבערצייגט אז דאס איז דער גאנצער אמת, ער פרובירט זיך פון איהם אפצושיידן

פססס... רופט ער צו מיר
א מינוט, בעפאר דו לויפסט
פון מיר אוועק, דו שטויסט
ווארט א מינוט, איך רעד צו דיר

די 'עגא' לויפט נאך דער 'פארשטאנד'

שטיל ער זאגט, כמעט ווי איך הער
א שטימע קוים הערבאר
ווי פון אונטער'ן ראדאר

די 'עגא' פרובירט זיך אריינצושמוגלן שטילערהייט

מיין פריינט, מיין לעבן
צו דיר איך טו שטרעבן
איך גיי אויס, פאר דיר איך דארשט
דיין גוט ווארט, צו הערן איך ווארט

דער 'עגא' רעדט צום פארשטאנד און מאכט איהם גוט שפירן

ווי א צווייג אן בוים, אליין פארלאזט
ווען דו פון מיר, פארביי דו שפרייזט
ווען פון ווינקל איך זע דיר, אויפ'ן אנדערן זייט שטראז
ווי איך וועל לויפן פרעגן
קום מיט מיר פארברענגן
צו דיין ליבליכן גלעט, איך גאַר ביז'ן עלות
איך דארף דיר האבן, נאך ווי
דעם אמת איך ווייס, פון וואו.

דא רעדט דער 'פארשטאנד' (איך בין נישט זיכער, אבער אזוי זעהט מיר אויס) פונעם 'עגא' מיט בענקעניש און דערמאנט ווי שטארק ער דערקוויקט איהם

איך רעד זיך נישט איין אוי
ווי פריער געשריגן, האט איך גענוי
מיין פריינד, איך בין גוט אזוי
יא, צופרידן זיין איך וועל
פארגינען דיר א קוועל
מיט דיר שמועסן, פארוואס'זשע נישט
קען דען שאטן, אביסל טשוכעניש

דער 'עגא' ווישט זיך אריין טיף אז דער מענטש שמעלצט צוזאמען, 'פארשטאנד' מיט 'עגא'

אבער באקומען דיין נשמה'דיגן
שמייכל וואס גליעט דאס ווארעמ'דיגן
פון דיין גרעניצלאזע ליבע, זיך בארירן
אין מיינע פאמפנדע אדערן, זיי צירקולירן
אויף מיינע ליפן נישט ארויפברענגען
אפילו אין הארץ זיי לאזן הענגען.

דא גייט דער 'פארשטאנד' אויס פאר'ן 'עגא' (יעצט איז ער דער גרעסטער חסיד פון זיין 'עגא')

ניין! ווי א רויער בלעטל
ווי א ליידיג זעקל
איז וואס איך שפיר
אן דיר
איין שטיק חסרון
צעפאטשקעט און צעפארן
ווען נישט דיר מיין פריינט
בין איך דען דא היינט.

דא גיבט דער 'פארשטאנד' אינגאנצן איבער דעם מענטש צום 'עגא'

איך דריי זיך אויס אין שאק
איז דאס מיין שטימע געווען
איז ער אין מיין ראָק
האט אים איינער גערופן דען

פלוצלינג שטוינט דער 'פארשטאנד' ווי דער 'עגא' האט זיך אזוי טיף אריינגעשמוגלט

וואו איז דער איך, אזוי צוגעלאזן
דא געשטאנען קוים פריער
געזאגט קלינגעדיגע פראזן
געגלאנצט מיינע באקן אין מיר.

דער 'פארשטאנד' זוכט דעם 'עגא'

א סקרוך דורך לויפט
שוין ווייטער מיר פארקויפט
ער שטייט דארט פארשעמט
די פיאות האלב פארקעמט
מורמלט ארויס, אבער פארט
איך האב קלאר געהערט דארט
דיין פריינט דיין ליבער
אן דיר, ווי אליין איז ער
.
דער 'פארשטאנד' דערשרעקט זיך אז ער האט זיך געלאזט נער'ן פונעם 'עגא', אבער דער 'עגא' זאגט איהם "האסט דאך מודה געווען אז דו גלייכסט מיר"

שטיי איך אזוי, בין סדין און האמער
א געבער בין איך, אדער גאר א נעמער.

און איצטערט דער מיליאן דאלער קשיא, ווער נעמט פון וועם? וועלכער ' איך '?

איך האף אז איך האב גוט צוגעטראפן און נישט סתם פארדרייט דער שרייבער'ס פאעזיע. דיזער ארטיקל איז א סארט וואס מ'קען זאגן 'מודה אני' נאכ'ן ליינען ווייל עס שפירט זיך ממש ווי מ'האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף...

איך האב גענוצט די טערמינען 'פארשטאנד' און 'עגא' ווייל דאס איז דאס בעסטע וואס איך האב געקענט טראכטן פון, אבער מ'קען נוצן אנדערע טערמינען. דער עצם הדבר איז אז עס איז צוויי 'איך' אין איין מענטש.
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

שיין אויסגעקומען און ווי אייזן
פיין ארויסגענומען פון די גלייזן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אור מופלא האט געשריבן: שיין אויסגעקומען און ווי אייזן
פיין ארויסגענומען פון די גלייזן

איך בין נישט זיכער צו איך האב גוט צוגעטראפן. @אור מופלא, דו האלטסט אז דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, אדער איינס?

@ביסלי, ס'האט מיר אויסגעקוקט אז דו האסט עס פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, ריכטיג?
Bissli האט געשריבן:
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

היכי תמצא האט געשריבן:

נייס, אז מיין מיינונג מאכט עפעס אויס. אבער כ'בין כמעט זיכער אז דער שרייבער מיינט איין מענטש. א בחינה ענליך צו די רמח"ל וואס ברענגט די וויכוח פון גוף און נשמה.
דיין קלארע און טיעפע אפהאנדלונג דערויף האט מיר געמאכט טראכטן אז דו ביסט גאר די שרייבער. אבער שפעטער האב איך צוריקגעצויגן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אור מופלא האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
אור מופלא האט געשריבן: שיין אויסגעקומען און ווי אייזן
פיין ארויסגענומען פון די גלייזן

איך בין נישט זיכער צו איך האב גוט צוגעטראפן. @אור מופלא, דו האלטסט אז דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, אדער איינס?

@ביסלי, ס'האט מיר אויסגעקוקט אז דו האסט עס פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, ריכטיג?
Bissli האט געשריבן:

נייס, אז מיין מיינונג מאכט עפעס אויס.אבער כ'בין כמעט זיכער אז דער שרייבער מיינט איין מענטש. א בחינה ענליך צו די רמח"ל וואס ברענגט די וויכוח פון גוף און נשמה.
דיין קלארע און טיעפע אפהאנדלונג דערויף האט מיר געמאכט טראכטן אז דו ביסט גאר די שרייבער. אבער שפעטער האב איך צוריקגעצויגן.

דיין מיינונג איז אייניג חשוב ווי מיינס!
ניין, מיין ארטיקל איז נאכנישט פאבליצירט, אבער איצט וואונדער איך זיך וואס האט דיר געמאכט צוריק ציען?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

היכי תמצא האט געשריבן:
אור מופלא האט געשריבן: שיין אויסגעקומען און ווי אייזן
פיין ארויסגענומען פון די גלייזן

איך בין נישט זיכער צו איך האב גוט צוגעטראפן. @אור מופלא, דו האלטסט אז דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, אדער איינס?

@ביסלי, ס'האט מיר אויסגעקוקט אז דו האסט עס פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, ריכטיג?
Bissli האט געשריבן:

איך פארשטיי אז עס איז צוויי וואס איז אין איינס.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ריזיג ביז גאר, אבסטראקט אבער ליינט זיך געשמירט, געוואלדיג.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

היכי תמצא האט געשריבן: ניין, מיין ארטיקל איז נאכנישט פאבליצירט, אבער איצט וואונדער איך זיך וואס האט דיר געמאכט צוריק ציען?

כ'האב זיך בארעכנט, אז אויב וואלט עס טאקע געוועהן דיינס, וואלסטו נישט ארויסגעקומען אזוי ברייט און קלאר עס מסביר צו זיין. בבחינת אויפן גנב'ס קאפ ברענט די זאטל ואכהמ"ל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אור מופלא האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן: ניין, מיין ארטיקל איז נאכנישט פאבליצירט, אבער איצט וואונדער איך זיך וואס האט דיר געמאכט צוריק ציען?

כ'האב זיך בארעכנט, אז אויב וואלט עס טאקע געוועהן דיינס, וואלסטו נישט ארויסגעקומען אזוי ברייט און קלאר עס מסביר צו זיין. בבחינת אויפן גנב'ס קאפ ברענט די זאטל ואכהמ"ל

איך כאפ
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פלטיאל האט געשריבן: ריזיג ביז גאר, אבסטראקט אבער ליינט זיך געשמירט, געוואלדיג.

הרב פלטיאל, וואס זאגסטו איבער אונזער פלפול. אויב דער שרייבער רעדט פון צוויי 'איך'ס' אינעם זעלבן מענטש אדער פון צוויי באזונדערע מענטשן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@היכי, לויט מיין פארשטאנד רעדט דא בלויז איין מענטש, אין וויכוח מיט צוויי קענגעזעצטע געפילן וואס ווירבלען אין אים. נאר וואס? די סומאטוכע דא איז איבער זיין קשר וואס ער האט מיט א צווייטן.

איך בין נישט זיכער אויב דו האסט געמיינט צו שרייבן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן: @היכי, לויט מיין פארשטאנד רעדט דא בלויז איין מענטש, אין וויכוח מיט צוויי קענגעזעצטע געפילן וואס ווירבלען אין אים. נאר וואס? די סומאטוכע דא איז איבער זיין קשר וואס ער האט מיט א צווייטן.

איך בין נישט זיכער אויב דו האסט געמיינט צו שרייבן.

אה.... איך כאפ שוין. עס איז יא אן אינערליכע וויכוח, אבער עס איז נאך טיפער ווייל זיינע צוויי אינערליכע 'איך'ס' אמפערן זיך ווי אזוי צו קוקן אויף זיין בונד מיט א צווייטן.

גאר טיף, גאר שטארק, און גאר אבסטראקט, פאעזיע!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דא רעדט זין פון איין מענטש וועלעכע זעהט א סתירה אין זיך אליין - צו איז ער א מקבל אדער א משפיע.

[דער שרייבער האט א טראפקעלע צו מקצר געווען אין די חלק ה'געבן - משפיע', און מער מאריך געווען אין די חלק ה'נעמען - מקבל']
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 12:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נשמת השכל האט געשריבן: דא רעדט זין פון איין מענטש וועלעכע זעהט א סתירה אין זיך אליין - צו איז ער א מקבל אדער א משפיע.

[דער שרייבער האט א טראפקעלע צו מקצר געווען אין די חלק ה'געבן - משפיע', און מער מאריך דעווען אין די חלק ה'נעמען - מקבל']

דאס איז לכאורה די בעסטע פשט. קורץ און קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר האט ער מקצר געווען ווייל ער זעהט זיך אלס נעמער?...
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

הערש יעצט געליינט און געשפרינגען פון די הויט. אמתע טאלאנט. זייער א הויכע לעוועל.
געשטימט אויסערגעווענליך אויף אלעס.
wow owo wow
עס איז הערליך געשריבען.
עס איז טיעף.
עס טראגט אריין די מענטש צו זיך אריין.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”