בלאט 2פון 2

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 3:32 pm
דורך ממוצע
איך זעה עס אביסל אנדערש.

אפיציעל איז ער פעסט שטארק מיט זיך. האלט פון זיך. און אנערקענט זיינע מעלות. גיבט זיך זעלבסט קאמפלימענטן. אבער עפעס א שוואכטשיקער קול'כל פארציילט שוואכקייט און אפהענגיקייט. עפעס וואס קוקט ארויס אויף א גוט ווארט.

בין איך איינער וואס "געבט" פאר זיך אליין לויב ווערטער? אדער בין איך באמת אנגעוויזן אויף א גוט ווארט. א "נעמער".

--
איך קען אבער זעהן אז דער שרייבער האט יא געמיינט ווי די אנדערע חברה דא זאגן.

---
גערעיט אויף אלעס "אויסערגעווענליך", חוץ אויף גראמען וואו איך האב גערעיט "זייער גוט". (קען זיין מיין זייער גוט איז אזוי ווי א צווייטנס 'אויסערגעווענליך'.. איך האב היי עקספעקטעישאנס...) ווייל איך פיל אז די גראמען זענען אביסל געשטופט. ס'איז אויך נישט אזוי פערפעקט אויסגעהאלטן גראמעריש.

ס'איז א געוואלדיגער ארטיקל. דער שרייבער איז מלא טאלאנט! באמת הנאה געהאט צו ליינען!

אויב א שטיקל קריטיק... איך מיין אז ספעציעל אין אבסטראקט פאעזיע, מוז יעדעס ווארט זיין געוואויגן און געמאסטן. פארשטיי אז דער ליינער גייט זיך דא מוטשען.. ער גייט אריינלערנען פשט אין יעדעס ווארט, און מאך זיכער אז ער האט פארוואס. א טיפע אבסטראקטע שורה מוז צוגעבן עפעס א תוכן, און נישט סתם צולייגן צעמישעניש... און אויך מוז עס זיין.. אז נאכן דעשיפרירן די קאודס שיילט זיך ארויס א "קלארער" הבנה. אוודאי דארף עס זיין אבסטראקט, אבער דו מוזט געבן א פלאץ פאר דער וואס גייט זיך מוטשען.. אז ער זאל קענען אנקומען צו א מסקנא במילי דלא משתמע לתרין אנפין. און איך פיל אז דער ארטיקל האט דאס אביסל פארזעהן. ביידע חלקים.

עניוועי. נאר אזעלכע קריטיק... ווייל דער ארטיקל איז באמת א מעסטער פיעס!

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 10:40 am
דורך נשמת השכל
ממוצע האט געשריבן: איך זעה עס אביסל אנדערש.

אפיציעל איז ער פעסט שטארק מיט זיך. האלט פון זיך. און אנערקענט זיינע מעלות. גיבט זיך זעלבסט קאמפלימענטן. אבער עפעס א שוואכטשיקער קול'כל פארציילט שוואכקייט און אפהענגיקייט. עפעס וואס קוקט ארויס אויף א גוט ווארט.

בין איך איינער וואס "געבט" פאר זיך אליין לויב ווערטער? אדער בין איך באמת אנגעוויזן אויף א גוט ווארט. א "נעמער".

טיילווייז אמת.

ער רעדט פונעם מענטש וועלעכע שפירט זיך געשעצט און אנערקענט אין די אויגן פון אנדערע - ווי זיי טוען אים באלויבן און באשיינען, ממילא שפירט ער אביסל ווי יעדער דארף צוקומען צו אים און יעדער וויל זיין קירבה, און אז ער איז די מושל בכיפה וועמען יעדער וויל געפעלן און יעדער הערט אויס.

אבער פון די אנדערע זייט שפירט ער אויך [און נאכמער..] ווי מיט די גאנצע שיינקייט און גרויסקייט וואס ער שפירט בנוגע אנדערע מענטש שפירט ער אז ער איז פארלוירן און דארף צוקומען צו יענעם - און ציטערט די גאנצע צייט אז די ארומיגע וועלן אים פארלאזן, און זיין גאנצע שטארקייט און גרויסקייט קומט בסך הכל נאר פון דעם וואס אנדערע גיבן אים די גוטע געפיל אז ער איז מעכטיג שטארק און קלוג - און וואס נישט...

אזוי פארשטיי איך עס.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 1:26 pm
דורך ממוצע
נשמת השכל האט געשריבן:

קוק איבער וועסטו זעהן, אז די אלע מענטשן פון וועם ער רעדט זיי האבן הנאה פון אים.. און ער איז אנגעוויזן אויף זיי, איז אלעס ער אליין. מיניה וביה. קיין דריטער ווערט נישט דערמאנט אינעם גאנצן ארטיקל...

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:46 pm
דורך נאר מיט שמחה
;l;p-

געוואלדיג. דאסי טאלאנט! אמת'ע אויסגעהאלטענע פאעזיע, מיט אלע מעלות שבו און מיט כמה חסרונות שבו.

זייער טיף און פאעטיש, געפיליש און קלאריש... לייגט אראפ א געפיל אויף אלע באקן. דער קען פאעזיע! פארפאלן!!

דא דארט איז דא פיצי קנייטשן אין די גראמען, אבער דאס איז דאך נישט קיין גראמען, מערעדא פון פאעזיע, ר' איד... איז דאס א שלימות.

א גרויסן יישר כוח, כה לחי!

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 10:30 am
דורך אנעים זמירות
איך האב עס גאנץ איינפאך פארשטאנען פון איינער וועלכער האט א קראש אויף א צווייטען, אבער יענער שפירט זיך בעצם אויך גוט מיט דעם. באמת יעדער גביר למשל, מצד אחד איז עיניהם של עניים אנגעהאנגען אויף די ברעקלעך וואס ער ווארפט זיי, אבער מצד שני ווען מ'דארף נישט צוקומען צו איהם, איז ער זעלבסט דער גרעסטע ארימאן. בכל אופן, שיין פאעטיש געשריבען, ווענגלייך עטוואס צו עניגמאטיש פאר מיין טעיסט.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 7:30 pm
דורך כינור
טיף. גיימיר איבערליינען.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:33 am
דורך סטראקעס
מורא'דיג הערליך שטארק און טיף, אבער פארט געשמאק צו לייענען
די פילע פשטים וואס מען פרובירט אריינצולערנען דא איז א ריכטיגער סימן פון א גוט שטיקל פאעדיע
דער שרייבער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים און לאזט דאס געזאגטע א טפל צום נישט געזאגטע.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 3:12 pm
דורך חנן
WOW! אן אויסערגעווענליכן דזשאב האט ער אראפגעלייגט! צונומען אזאלכע [כ'ווייס נישט ווי אזוי עס אנצורופן] געפילן אזוי גוט און מייסטער האפטיג! לויט ממיין רעיטינג איז דאס די געווינער.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 3:25 pm
דורך לפנות בוקר
דער איז א אויסנאם גוטע שרייבער, די לשונות מיט די ווערטער איז עפעס חידושים נפלאים!

דער געדאנק איז זייער זייער טיף אבער אזוי אמת!

דער ארטיקל קומט אריין איינע פון מיינע "אחימן" (גענימען א שטיק צייט צו כאפן) ארטיקלען!

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:51 am
דורך ריעל ניוז
גאר שטארקער ארטיקל!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 12:11 am
דורך מיאושדיגער
א גרויסן יישר כח מעומק הלב פאר אלע קאמענטארן און קאמפלימענטן געוואנדן אין ריכטונג פון דעם ארטיקל.

אויב איז נאך איינער אינטערסירט אין פארשטיין בעסער דעם באדייט פון דעם ארטיקל, וואס איך וועל מודה זיין אז דאס איז אביסל קאמפליצירט. געב איך דא א שטיקל מתיבתא פירוש דערויף:

דער שמועס גייט אזוי:
אין דעם ערשטן שורה פרעג איך זיך אליין איבער מיין פריינט:
ווער ביסטו, מיין פריינד ביים טיר
דא ציטיר איך כאילו מיין פריינט ענטפערט. איך לייג אראפ וויאזוי ער זאגט מיר אלעמאל אז ער שפירט צו מיר:
מיין בונד צו דיר, מיט קניפעניש
מיין לייב מיין זעל, מיין דערקוויקעניש
אין מיר דו ברענגסט, זאטקייט אין שפיר

דא אין דעם ערשטן שורה, ענדיג איך צו אזוי ווי איך זאל ווען נאכזאגן איינעם אזוי: "קום צו מיר אהיים", האט מיר יענקל געגעבן א זאג.
מיר א זאג, וועסטו שענקען
דא זעץ איך ווייטער פאר כאילו זיינע ווערטער:
ווען אין קאלטן לעבן איך וואנדער ארום
ווען אומפארשטענדעניש, אומעטום
פון טיפעניש, טו איך בענקען.

דא נעם איך - דאס מיינט דער געפיל וואס זאגט מיר ווי גוט איך בין און ווי ווייט איך בין דער וואס מיין פריינט דארף צו מיר צוקומען - איבער דאס ווארט און באשטעטיגט כאילו מיין פריינט'ס ווערטער צו מיר אליין:
אמת "דו ביסט מורא'דיג", איז דער נייגונג
זאגט צו מיר, איך, מיט איבערצייגונג
ער פאר דיר צעדרייט ווערט, שפירט ווי א בלעטל
ווי א מורישקע אונטער אחימן, גייט דער פשעטל

ארויף צו מיר ער קוקט, איך בין זיין שיין
א שפיר, קיין חסרון אין מיר פארהאן
געב א קוק, ער לויפט נאך דיין שפאן.

דא רופט זיך אן מיין אנדערער באהאלטענער געפיל - די וועם איך וויל נישט באמת הערן - וואס קומט זיך דינגען מיט מיין פריערדיגער געפיל:
פססס... רופט ער צו מיר
א מינוט, בעפאר דו לויפסט
פון מיר אוועק, דו שטויסט
ווארט א מינוט, איך רעד צו דיר

שטיל ער זאגט, כמעט ווי איך הער
א שטימע קוים הערבאר
ווי פון אונטער'ן ראדאר

מיין פריינט, מיין לעבן
צו דיר איך טו שטרעבן
איך גיי אויס, פאר דיר איך דארשט
דיין גוט ווארט, צו הערן איך ווארט

ווי א צווייג אן בוים, אליין פארלאזט
ווען דו פון מיר, פארביי דו שפרייזט
ווען פון ווינקל איך זע דיר, אויפ'ן אנדערן זייט שטראז
ווי איך וועל לויפן פרעגן
קום מיט מיר פארברענגן
צו דיין ליבליכן גלעט, איך גאַר ביז'ן עלות
איך דארף דיר האבן, נאך ווי
דעם אמת איך ווייס, פון וואו.

דא ברענגט ער כאילו נאך וואס דער פריערדיגער געפיל האט געזאגט, און דערנאך גייט ער עס אפווארפן. ער זאגט: איך רעד זיך נישט איין אזוי ווי דו האסט מיר פריער געזאגט וכו'
איך רעד זיך נישט איין אוי
ווי פריער געשריגן, האט איך גענוי
מיין פריינד, איך בין גוט אזוי
יא, צופרידן זיין איך וועל
פארגינען דיר א קוועל
מיט דיר שמועסן, פארוואס'זשע נישט
קען דען שאטן, אביסל טשוכעניש

אבער באקומען דיין נשמה'דיגן
שמייכל וואס גליעט דאס ווארעמ'דיגן
פון דיין גרעניצלאזע ליבע, זיך בארירן
אין מיינע פאמפנדע אדערן, זיי צירקולירן
אויף מיינע ליפן נישט ארויפברענגען
אפילו אין הארץ זיי לאזן הענגען.

דא ווארפט ער עס אפ, און דעקלערט אז באמת שפיר איך זיך ווי א שוואכלינג און איך דארף צוקומען צו דיר:
ניין! ווי א רויער בלעטל
ווי א ליידיג זעקל
איז וואס איך שפיר
אן דיר
איין שטיק חסרון
צעפאטשקעט און צעפארן
ווען נישט דיר מיין פריינט
בין איך דען דא היינט.

דא ענדיגט ער רעדן, און מיין פריערדיגער איך- געפיל, ווערט געכאפט אין שאק נאך וואס דער צווייטער איך האט אים געמאכט פעיסן דעם אמת:
איך דריי זיך אויס אין שאק
איז דאס מיין שטימע געווען
איז ער אין מיין ראָק
האט אים איינער גערופן דען

וואו איז דער איך, אזוי צוגעלאזן
דא געשטאנען קוים פריער
געזאגט קלינגעדיגע פראזן
געגלאנצט מיינע באקן אין מיר.

דא לייגט דער ערשטער אראפ זיין דיסעפוינטמענט ווי איינגערעדט ער איז געווען ביז יעצט:
א סקרוך דורך לויפט
שוין ווייטער מיר פארקויפט
ער שטייט דארט פארשעמט
די פיאות האלב פארקעמט
מורמלט ארויס, אבער פארט
איך האב קלאר געהערט דארט
דיין פריינט דיין ליבער
אן דיר, ווי אליין איז ער.

דערווייל איז ער נאכנישט קלאר, מיט דער צייט וועט ער האפנטליך קלאר ווערן דעם אמת....
שטיי איך אזוי, בין סדין און האמער
א געבער בין איך, אדער גאר א נעמער.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 1:50 pm
דורך ממוצע
מקבל משפיע... מעכטיג! איך זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל.

איך האב עס אפגעלערנט נאך טיפער... איך מיין אז אפילו דער מחבר האט עס נישט געמיינט... קען מען דאך אזוי אריינלערנען...

קלאר פון די טיפסטע פאעטן אינעם פארמעסט.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 1:58 pm
דורך מיאושדיגער
ש'כח ממוצע! איך האב גראדע הנאה געהאט פון די אלע פשטים, די ריתחא דאורייתא דא איז געווען א תענוג גשמי.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 2:08 pm
דורך ממוצע
למעשה האט נשמת השכל גוט געלערנט...

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 2:12 pm
דורך מיאושדיגער
יעפ

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:42 am
דורך נשמת השכל
באקומען מיין נומער דריי אויף פאעזיע.

אבער ווען עס קומט צו טיפקייט דארף ער בעצם באקומען נומער איינס!

כה לחי!

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: זונטאג אקטאבער 17, 2021 4:19 pm
דורך intellectual
מיאושדיגער האט געשריבן:
געבער אדער נעמער?

שטיי איך אזוי, בין סדין און האמער
א געבער בין איך, אדער גאר א נעמער.

".

קיין חילוק ווי שטארק און מעכטיג,
דאס נאגנדן געפיל בארעכטיג,
געדענק אונז זעמיר נאר פלייש און ביין,
דערפאר א געבער און נעמער זענען מיר עט די סעים טיים,

יעצט געליינט,
א מעסטערפיעס!! קיעפ איא קאמינג!
האסט גענומען דאס אינערליכע געראנגל וואס אסאך שטארק אויסזעהענדע מענטשן האבן, און אזוי צושמירט אויף א פאעטישן וועג.

Re: געבער אדער נעמער? פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #4

געשריבן: זונטאג אקטאבער 17, 2021 4:28 pm
דורך מיאושדיגער
intellectual האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:
געבער אדער נעמער?

שטיי איך אזוי, בין סדין און האמער
א געבער בין איך, אדער גאר א נעמער.

".

קיין חילוק ווי שטארק און מעכטיג,
דאס נאגנדן געפיל בארעכטיג,
געדענק אונז זעמיר נאר פלייש און ביין,
דערפאר א געבער און נעמער זענען מיר עט די סעים טיים,

יעצט געליינט,
א מעסטערפיעס!! קיעפ איא קאמינג!
האסט גענומען דאס אינערליכע געראנגל וואס אסאך שטארק אויסזעהענדע מענטשן האבן, און אזוי צושמירט אויף א פאעטישן וועג.

;l;p-;l;p-;l;p-

שכח!

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: