וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?
דער כלל אין קריאה איז אז ווען צוויי אותיות גייען צוזאמען (מען זאגט נישט ארויס יעדע אות באזונדער נאר די ערשטע אות איז באהאפטן צום צווייטן אות)
און די ערשטע אות האט א קמ"ץ, זאגט מען עס מיט אן אפענע קמ"ץ, צב"ש, ודברת בם, כל זמן, מלך העולם.
די שאלה איז פארוואס ביי חודש אב איז די הברה מיט א פארמאכטע קמ"ץ, ר"ח אב, חמשה עשר באב וכדו'. אנדערש ווי די הברה פון געווענליך "אב", אבינו אב הרחמן, בנין אב?
און די שאלה איז נאך גרעסער, פארוואס תשעה באב זאגט מען יא מיט אן אפענע קמ"ץ?
איך האב שוין געהערט געוויסע זאלן זאגן אלעמאל מיט אן אפענע קמ"ץ און דערקעגן אידן וואס זאגן אפילו תשעה באב מיט א פארמאכטע קמ"ץ, אבער ווי עס איז אמערסטענס אנגענומען ביים היימישן עולם איז ווי איך האב געשריבן, און דער שאלה איז פארוואס? איז דאס א גרייז אדער איז דאס בכוונה?