סגולות, הלכות, און מנהגים ביי א נייע דירה
גרייטענדיג זיך צי אריינמופען און א נייע דירה בשטומ״צ האב איך געהערט ענינים און סגולות בשייכות מיטן זיך אריבערציען אויף א נייע פלאץ.
איך שרייב עס אראפ ווייל איך וויל וויסן א מקור צי די אלע זאכן, און אויב איינער ווייסט פון נאך א סגולה, ביטע מיטטיילן.
1) עס איז באקאנט די ענין צי מופן אויף א זונטאג, דינסטאג אדער פרייטאג.
2) די ייטב לב ברענגט א תשובה פון זיין טאטע איבער די ענין אז דריי מענטשען זאלן זיך טובל׳ן און זאגן 91 מאל ויהי נועם, און 5 מענטשן זאלן זאגן יעדער איין סדר פון די חמשה חומשי תורה.
איין מענטש קען טוען אלעס? דארף מען זאגן אין יעדע צימער באזונדער?
א איד זאגט מיר אז דאס איז נאר אויב מען מופט אויף א פלאץ ווי סאיז פאר דעם נישט געווען א יישוב. אויב איז שוין געווען אויף די שטח א בנין פאר דעים פעלט עס נישט אויס.
ווי אויך אויב א גוי איז געשלאפן איין נאכט און די דירה, פעלט נישט אויס צו זאגן ויהי נועם.
3) אויפהענגן די קמיע פונעם ישמח משה
4) אויפהענגן א זילבערנע ה׳
5) אויך האב איך געהערט א סגולה אז די ערשטע זאך מען אריינלייגען אין די דירה זיבן זאכן פאר א גוט מזל.
וואסער
אויל
מעהל
לעכט
געלט
זאלץ
האניג
א געדינגענע דירה קען ווארטן 30 טעג צו לייגן מזוזות, אין א געקויפטע דירה דארף מען שוין על פי הלכה לייגן מזוזות תיכף ביים אריינמופן. אפילו פארן קלויזען.
זיך נאכפרעגן אויף די שטח צו עס איז געווען א פרוכט בוים.
אויב איז געווען א קוימען פון א באק אויווען,
אדער צו ביים בויען האט מען פארמאכט א טיר אדער פענסטער, אויב יא זאל מען לאזן א לאך גרויס ווי א קוואדער.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!