איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

כ'שפיר ענקער וואונדער ביזן ביין אריין. כ'בין מצייר ענקערע געהויבענע ברעמען אין אלע צעלן פונעם מוח'ל מיינס. אבער געטס א טיפן אטעם אריין און דאן ארויס וחוזר חלילה וחס, און ווארטס צו בלויז עטליכע יאר, און AUTO DRIVE קארעלעך גייען זיין די נארמע. פאר מיר און פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל. אני הקטן אבער איז אויסגעקומען אייך אלע צו פעדערן. און יא, לאזט מיר פארציילן מיינע איבערלעבענישן ביים זיצן היינט אויפן פאדערשטע זיץ פונעם טעסלא [נישטא קיין דרייווער'ס זיץ]. שמעו ותחי נפשי.

די מעשה איז נישט בלויז קרוב לאמת נאר אמת לאמיתו פשוטו כמשמעו, כ'בין נישטא צו רייטן אויף קיינעם'ס געהירן. בלויז עטליכע מינדעוויכטיגע פרטים'לעך האב איך פארטוישט כדי ענק זאלן נישט ארויפקומען אויף מיין נאבעלן אידענטיטעט. ובזה החלי בס"ד:

מיין פעטער מיט וועמען איך בין גראדע גאר נאנט, איז פערצופאל זייער זייער רייך, קיין הסבר איז נישט פארהאן פארוואס פונקט ער פון צווישן אלע מיינע אנדערע פעטערס פון פיר צדדים האב איך די מערסטע הנאה צו זיין אין טאטש מיט. סיי מיט ערב-שבת טעלעפאון קאללס, און האלטן ערליך יום טוב וויזיטס ביי איהם'ן חוק ולא יעזור [אינטענדעד].

אונזער קשר איז מיוטשעל ווי מ'רופט עס. אזוי כמים-הפנים-אל-פנים'דיג. ער איז די בעסטע פעטער מיינע און איך בין זיין בעסטע נעפיו. הא ראיה, כ'בין געוועהן די סאמע איינציגסטע – און נאך מיט די קינדער – פון די משפחה וואס איז געוועהן ביים זאל 6:15, א פערטל שעה איידער די קבלת פנים פון זיין טאכטער. כ'האב זיי אלע געוואונטשן 'וואוו ממממזל טוב' נאך אינמיטן די פיקטשערס, און נאכדעם בין איך אריין א צווייטע מאל געבן דעם פעטער מיין ענוועלאופ דרשה געשאנק צו ווייטער איבערגעבן פאר די עדארעבל קאפפל צו מזל. און נאכדעם א דריטע מאל צו מודיע זיין אז די מחותן איז שוין אנגעקומען, אבער מ'זאל זיך נישט יאגן ווייל איך ווייס דאך ווער צאלט דא היינט נאכט, הע.

צוליב די גרעניצלאזע אהבה צווישן אונז, טוהן אונז זיך כסדר טובות איינער דעם אנדערן, אדער געט מען זיך מתנות דא און דארט. ווי למשל, לעצטע וואך דינסטאג האב איך ארויפגעדרייווט זיין בחור'ל צוריק צו קעמפ. א היבשע טובה וואס ענק וואלטן נישט געטוהן פאר קיין פעטערס. און ער האט מיר צוריק א טובה געטוהן און מיר געגעבן דריי מאות פלאס געז און טאולס [און למעשה האב איך גענומען די ברוקלין ברידזש....]

יעצט נאך די הקדמה'לע איז לייכט אויפן הארצן און רואיג אויף די געמיט צו פארשטיין פארוואס ער האט מיר געטרויעט מיט זיין שפאגל-נייע דרייווער-לאזע טעסלא F-16 מאדעל אדער עפעס אזוי. געמאכט האט ער זיך א סיום'דל אויף מסכת הוריות משניות לכבוד ליל שישי פון ערב שבת חזון, און האט צוליב זיין ברענעדיגע שמחת התורה זיך געוואלט אויפרייסן אויף אלע זייטן, כדי ס'זאל אריינגיין אין די קינדער'ס ביינער די זיסקייט פון די הייליגע תורה [כאטש וואס נאר פרענדס און נישט זיי זעלבסט זענען געלאדנט געווארן].

צוליב די קורצע צייט אפשניט פון ווען ער האט זוכה געוועהן קע"ה בליעה"ר פוי פוי פוי [מיט פינטעלעך אין די פ' שטייצעך...] צו ענדיגן דעם מסכתא האט ער מיר אנגערופן צו כאפן אזוי א שמועס מיט מיר, און אגב'דיג צו בעטן אז איך זאל טוהן פאר איהם אסאך פיק-אפס לכבוד'ן סיום, און ווי אויך האט ער מיר פערזענליך [די איינציגסטע פון אלע קאזינס] געלאדנט זיך צו פייערליך באטייליגן ביים גרויסארטיגן סיום, גראד און תיכף ומיד באלד נאך די חברים גייען אהיים, צאם צו פאקן די מותרות פאר מיין געזונדל.

סענדי, זאגט ער מיר, און פאלטס נישט אראפ, כ'גיב דיר מיין נייע טעסלא, און דו זיי אזוי גוט און פיק אויף פאר מיר פארשידנס. נו, חברה, וואס דען טוה איך אבער נישט פאר זה דודי רעי ואהובי, וויל ער טעסלא מיט פיקאפס, זאל זיין טעסלא מיט פיקאפס. געזאגט האב איך איהם אז איך וועל עס רופן א 'פיקאפ טעסלא' און ער האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן אויפן האנט-געמאכטע ווערטל מיינע. וויאזוי ווייס איך? ווייל כ'האב געזעהן ווי ער לאכט נישט.

פון האנט צו האנט פירט זיך אזוי אריבער דעם צוקנייטשטן ליסטע פון סטאפס וואס מ'גיימיר מאכן פארן פעטער'ס וועגן, און א שנעלע ציילונג האט געצייגט אויף גאנצע אכצן סטאנציעס, פלאס א ניינצנטן וואס ער האט צוגעלייגט שפעטער. נו, זאל שוין זיין.

פלאצן זאל זיך צופלאצן די גאנצע שטאט, און סענדי גייט מיט געמאסטענע טריט אריין אינעם ברענד-נייע טעסלא. שכויעך ליבע פעטער פאר די עקספיריענס, שטא קיין ווערטער. טענקס מר. יושב ראש פון טעסלא, אילן אילן במה אברכך?

מיינע פינגערס שלענגלען אויף די דרוק-קנעפלעך פונעם אויסגעשטאטעטע סקרין, אריינהאקנדיג גאנצע ניינצן סטאפס. די טרעקינג דיווייסעס מיט די עלעקטראנישע אייגעלעך זענען אויף הויכע אלערט, און יעך, אויך באקאנט אלס סענדי, נעמט איין צוויי סליפינג פיללס, און ויסעו ויחנו ויסעו ויחנו ויסעו ויחנו ויסעו ויחנו ויסעו ויחנו ויסעו, מ'שטעלט זיך אפ, די חברה לאדענען די קאר, און מ'פארט ווידער. א נחת. און די קליינע ווארימל איז איינגעשלאפן זיס...

א האסטיגע קלאפ אויפן פענסטער ברענגט מיר צוריק צום באוואוסטזיין. די טעסלא, ווער איך געוואר, איז אויסגעשטאט מיט א שווים באסיין פון אלע פיר זייטן. און מענטשן וואס שווימען דערין קלאפן אויפן פענסטער. איין מינוט, די סצענע ווערט מער אויסגעקלארט. דאס איז קיין שווים באסיין. דאס איז א טייך. און נישט אז די טעסלא קען זיך קאנווערטן צו שיף, נאר דער טיפש מטופש האט אריינגעוואנדערט אין וואסער. בראך און בזיונות.

הכלל, דאס קאר ווערט ארויסגעשלעפט, די סיום איז גע'קענסל'ט, די פעטער רעגט זיך פארן עלבונה של תורה, און איך זיץ און קוק איבער די טרעקינג גפ"ס, צו זעהן וואו פונקט דער AUTO DRIVE האט זיך אזוי באנארישט נעבעך.

ובכן די קאר איז ארויסגעפארן פון אלט בארא פארק [געענדיגט מיט די וויליאמסבורגער בעלי גאה מיט די פילע וויליאמסבורגס. אונז קענען אויך]. און געזאלט מאכן א לינקס אויף אושען פארקוועי. דער גולם האט גענומען די סערוויס סטריט און נישט וואוסענדיג אז ער איז נישט אויפן דרך המלך האט ער געמאכט א לינקע דריי וואס איז אומערלויבט פונעם זייטיגן געסל. א דענט האט ער געקריגן פון אן אומערפארענע פייער היידרענט וואס איז געקומען אין נאנטן בארירוהנג מיט איהם.

אנשטאטס פארן גראד קיין מיטל-אלט וויליאמסבורג האט ער געמוזט נעמען דעם ברוקלין בריק, נישט כאפנדיג אז ער טאר נישט זיין אויף די לינקע לעין. די בריק קיין מאנהעטטען האט איהם געשלעפט צו מאנסי מאכנדיג עטליכע אומוועגן אויפן פאלעסיידס און פארפאסנדיג צוויי סטאפ-שילדן.

קיינער ווייסט נישט וויאזוי, אבער ערגעצוואו האט ער זיך אנגעטראפן ביי א פארק אין אנטעריא קאנאדע, און דערנאך צוריק צו ניי בארא פארק איבערהיפנדיג וויליאמסבורג א דריטע מאל. יעדער פרשת דרכים האט ער געכאפט די נישט ריכטיגע ריכטונג. דער בחור איז אריינגעפארן אינעם סעמעטערי און ארויס די אנדערע טיר. ווען די מתים דרייען זיך ווען ארום די קברים, וואלט עס געוועהן אן ערשטקלאסיגן סאפארי רייזע.

פון דארט האט עס זיך היבש צומישט דארט ווי נוא יוטריקט און פארט העמילטאן קנאקן אריין איינער אין די אנדערע מיט א פעסטקייט, און זיך גענומען גאלאפירן צום וואראזאנע בריק. ער האט גע'מיסט' די בריק זעלבסט, און איז געפארן פונקטליך אונטער די בריק, לאווער שבלאווער לעוועל, אריין אין וואסער אריין.

דענסמאל האט עס אריינגעכאפט די מכות פון די דייווערס, און א צוטומלטע האב איך זיך ערוועקט. סארא איבערלעבעניש.
עד כאן המעשה, וקבל את האמת ממי שאמרו.




אבער כ'שפיר אזא אומבא'טעם'טע געפיל אז א חלק פון ענק גלייבן נישט די מעשה. און יא, מיין רעפוטאציע וואלט ווען געמעגט בעסער זיין. קיין ברירה האב איך נישט, וועל איך צוריקדרייען די מינדעוויכטיגע פרטים וואס איך האב פארדרייט פאר גילוי פערפעסעס, און לאמיר עס דערציילן כמות שהיא.

קודם כל הייס איך נישט סענדי. און פליז רופטס מיר נישט אזוי. צווייטנס כל זענען אלע מיינע פעטערס ארעם ווי די נאכט אינעם הויכפונקט פון תקופת טבת, און קיינער באקומט נישט קיין ערב-שבת קאלל און נישט קיין טובות. די לעצטע פארטוישטע פרט, קיינער מאכט נישט קיין סיום'ס און קיין איינער טראכט ניטאמאל פון א טעסלא.

אלא מאי, וואס איז יא דא געשעהן? לאמיר אייך דערציילן.

היינט צופרי ביי שחרית בין איך געוועהן פארקלאצט. ס'גאנצע דאווענען איז געוועהן אזוי נישט-אלול'דיג ווי מ'רופט עס, אבער געפלאצט האט עס נאך 'גאל ישראל', ווען כ'האב מיט געמאסטענע טריט אריינגעטרויטן צו שמונה עשרה.

אנשטאטס דורכגיין געהעריג די ניינצן ברכות, האב איך אקטיוויזירט אין מח די AUTO DRIVE MODE, און געלאזט דאס דאווענען זיך פירן וויאזוי ס'לאזט זיך. געטראכט האב איך פון פריינט און פיינט, משפחה און הצלחה, כשרונות און כשלונות, בשעת די ליפן טוהן ערליך דאס זייעריגע און מאכן זיכער צו קאווערן אלע ברכות כסדרן במטבע שטבעו חכמים.

ווען כ'וואלט ווען געקענט טרעקקן דאס דאווענען וואלט עס געוועהן בערך אזוי:

די סיטואציע איז ארויסגעפארן פון 'מגן אברהם' און אריינגע'זאאמ'ט און 'אתה גבור'. דא האט ער זיך אנגעשטויסן אין א שארט-קאט, זאגנדיג 'אתה גבור לעולם ה' מחיה מתים ברחמים רבים סומך נופלים'. די קפנדריא פארמיט די קאפוויי פון די מוריד הטל מוריד הגשם קאנפיוזיע, וועלכע איז היבש א שווערע בשעת מ'איז אויף AUTO DRIVE.

שפעטער קומט די לאנגע שארט קאט וועלכע שניידט די שמונה עשרה מיט דרייסיג פראצענט. "אתה קדוש ושמך קדוש וקדושים בכל יום יהללוך סלה כי א-ל מלך רופא נאמן ורחמן אתה". די ETA האט זיך היבש אראפגעריקט.

אבער מיינטס נישט אידעלעך אז ס'גייט אזוי גרינג און שנעל. בכלל נישט. קודם איז דא די ראונד-עי-באוט ביים נעקסטע ברכה פון ברך עלינו, ווען ער ענדיגט צו "ושבענו מטובה וברך שנתנו כשנים הטובות כי א-ל מלך גדול וקדוש אתה" און דער בחור איז צוריק ביי קדושה.

פיל מער ווייטאגליך איז וואס געשעהט ביי 'שים שלום טובה וברכה חיים חן וחסד שחוננתנו ועל אכילת מזון שאתה זן ומפרנס אותנו תמיד בכל יום ובכל עת ובכל שעה', און אזוי ווייטער מיטן בענטשן ביז צום סוף ווען ער קומט אהן צו 'במרום ילמדו עליהם וכו' עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו' און דער בחור טרעט אויס 'שמונה עשרה' און געט א פליק באצבע צרדה פארן שליח צבור אז ער קען שוין אנהייבן חזרת הש"ץ.

דער האט כאטש געהאט א גוטע ענדונג. א צווייטער האט זיך א רגע אפגעשטעלט פון זיינע הויעכע מחשבות ווען א שטענדער איז געפאלן, און ער ווייסט בלויז אז ער האט יעצט געזאגט 'חיים' אבער ווי דאס איז איז אומקלאר. א שנעלע סירטש אינעם סידור ברענגט ארויף עטליכע, און ער קוקט ביים שכן זעהן ווי ס'מאכט די מערסטע סענס אז ער האלט.

מאנכע מאל געדענקט ער ניטאמאל די לעצטע ווארט וואס ער האט געזאגט. און ער איז סטאק אין וואסער.

יעצט פארשטייט עטץ די מעשה. האב איך ענק געזאגט אז ס'איז אמת.ווען די נער איז נישט מיינס לאך איך צוזאמען מיט ענק. לאמיר זיך פארנעמען לכבוד די ימים הנוראים הממשמשים ובאים צו דאווענען מיט עטוואס תחנונים און נישט מצוות אנשים מלומדה אדער גאר מעשה קוף בעלמא.

טענקס פאר ליסענינג.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow

סארא בייפאל...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

גוט! קעניש דיסיידן וואסי בעסער, ס'משל אדער נמשל!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זייער גוט די משל די נמשל און נאך מער שפראך.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אן אור מופלא דאס!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

פיינע נייעס!
+++++ פאר די שפראך און אויסדריקן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מאסיוו...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

יויש ביסטו פיין!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שטומפיג האט געשריבן: יויש ביסטו פיין!

די גאנצע זאך איז מורא'דיג, אבער איך מוז געבן א שאוט-אוט פאר אפאר אויסדרוקן.
"חוק ולא יעזור" איז א חידוש וואס איך סעיוו שוין אין מיינע קאנטעקטס.
די F-16 האט מיך געמאכט אויסשיסן
ביי "ער האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן" האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן.
וואס נאך?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

די מעשה וואלט געקאנט זיין אמת.. אבער..

די ביסט נישט דער ערשטער וואס האט א רייכע פעטער..
די ביסט נישט דער ערשטער וואס ווערט געלאדענט צו א סיום..
די ביסט נישט דער ערשטער צו דרייוון א טעסלע...


יוש איז דעס גוט......
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
ענערגיע
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 02, 2021 1:51 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענערגיע »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

WOW!!

;l;p-:grin:
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

שטומפיג האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן: יויש ביסטו פיין!

די גאנצע זאך איז מורא'דיג, אבער איך מוז געבן א שאוט-אוט פאר אפאר אויסדרוקן.
"חוק ולא יעזור" איז א חידוש וואס איך סעיוו שוין אין מיינע קאנטעקטס.
די F-16 האט מיך געמאכט אויסשיסן
ביי "ער האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן" האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן.
וואס נאך?

גא״מ;l;p-
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

אור מופלא! געוואלדיג! די מילצען….
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע:אראפ פון אמט

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

אייזן שטארק!
’נישט פאר שוואכע הערצער’
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

אזוינס? אבנארמאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אילן אילן במה אברכך...
וואאאף
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

;l;p-
כ'האב געמיינט אז חוץ איך דאווענט יעדער די גאנצע...

כ' האב זיך אונטערגענומען אינזין צו האבן די מהות הברכות ווי ווייט מעגליך אדער כאטשיג צו צוטיילן דאס שמונה עשרה מיט אביסל התבוננות (קודם ווייסעך וואו כ'האב פארלוירן טרעק...)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

:lol::lol::lol::lol:
אויסגעפלאצט!!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע:אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

אוי איז דאס פיין!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

האב איך געהאט נאך עפעס צו טראכטן ביי די היינטיגע שמונה עשרה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נאכנישט געענדיגט ליינען, אבער די שפראך איז צוקער זיס

גיימיר ווייטער..
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1038
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

;l;p-;l;p-:lol::lol:Wow
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מורא'דיג איז נישט די ווארט!

אזוינע אויסדרוקן! אזא בייפאל! און אזא מוסר השכל!

נאר איין הערה, אויב מען מעג, איך מיין אז די קעפל מעג זיין אביסל מער רייסעריש.. ווייל איך האב שוין עטליכע מאל איבערגעגאנגען מיינע אומגעליינטע תגובות, און נישט אריינגעטראטן דאהי, און נאר נאכן ריפרעשן די פעיזש עטליכע מאל, און זעהן אז גארנישט קומט צו אין צענזור אשכול אדער אין קריעת ים סוף אשכול אד"ג, האב איך באשלאסען אריינצוגיין אין דער אשכול, און טאקע נישט חרטה געהאט.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: איך בין געפארן דעם דרייווער'לאזע טעסלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער זיס געשריבן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”