מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

וואנאוויטשער האט געשריבן: האב איך געהערט אמאל (9 יאהר צוריק) ר' איטשע מאיר'ן רעדן ביי א שבע ברכות.
די עולם האט זיך אזוי אונטערגעהאלטן, ס'געוון איינץ און די וועלט.
כ'האב איהם נישט געקענט, זאגט מיר איינער אז ער איז א ראש חבורה און מיר.
די אמת? כ'האב איהם נישט געגלייבט.

ער האט אויפגעטרעטן ביי די כ"א כסלו מעמד אין סאטמאר די יאר, (מהר"א) אפשר ווייל ער איז א אייניקל פון רעכא שטרנבוך פון שווייץ וואס האט ארויסגעהאלפן דעם רבין און אלע פליטים וואס זענען אנגעקומען קיין שווייץ, ווי אויך איז ארומגעפארן בשעת קאראנע א רעקארדירונג ווי ער איז מספיד א חבד שליח פון דייטשלאנד, ער האט א געוואלדיגע כוח הדיבור, איך פלעג גיין צו די שיעורים אפילו ווען איך האב נישט מיטגעהאלטן די סוגיה וואס מ'האט געלערנט דעמאלטס.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הר גריזים האט געשריבן: אפשר ביסטו ממשיך הרב תרמב?

איך גיי פרובירן בעזר השם
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אח"כ היה סעודה כמו אתמול, כמה בחורים אמרו תורה, הב' ה.... בוסטונע אייניקל, הב' כ... ספינקא אייניקל, הרב נוסבום, והב' חננאל זעמל זיידא, ועוד, הלכנו לישן לאחר טיול אצל הים, הגעתי למנחה מאוחר והרב שטרנבוך אמר לי שרצה ליתן לי עליה אצל מנחה, וביקש מחילתי.

אחר מנחה נטלו ידיים לסעודה שלישית וזמרו זמירות וכו', אח"כ אמר המגי"ש דברי כיבושין לרגל סיום שובבים ודיבר בעניין תיקון היסוד וכדומה, אחר של"ס התפלל המגי"ש מעריב לפני העמוד והבדיל על הכוס, זמן מה אחר כך היה מלווה מלכה, הראש החבורה ביחד עם יקותיאל אונסדארפער ספרו מעשה ששמעו מרבם האדמו"ר מ'באבוב זי"ע והמגי"ש אמר הרבה בדיחות.

אח"כ אמר שכח לכולם, ונקב בשם כל אחד ואחד, ואח"כ אמר שכח לכל המתעסקים עם השבת העסקנים והסדרנים והבעלי תפילות וכדומה, אח"כ אמר יואל לעווי שכח לראש החבורה בשם כל הציבור, אחר ברכת המזון רקדו הציבור ריקודים נפלאים ורצו לאוטובוסים לנסוע הביתה, על הדרך הזמין המגי"ש כל הבחורים לשמחת הבר מצווה של בנו הבכור שיתקיים בליל פורים וכולם הלכו הביתה שמח וטוב לב.


יום ג פר תצווה

למחר יהיה הניתוח על סבתא שלי בראש ..... אמי תיסע להיות עם סבתא לאחר הניתוח לכמה ימים, ה' יעזור שהכול יעבור בשלום על צד היותר טוב בהצלחה מרובה.

אתמול היה החתונה של החתן יששכר גרין, ששהה איתי הבין הזמנים תשרי, פה באה"ק, וגם החתונה של החתן ע... ר... שלמד ב'ד.... בן אבדק"ק א....., אתמול נסע יואל לעווי הביתה לרגל חתונת החתן ליפא רובין בן ר"י ..... נכד רבינו שליט"א, שלחתי לרבינו אגרת מזל טוב שלחתי, המכתב לאבי באמצעות דוא"ל, ואבי מסר לו.

בשב"ק זו בלילה אכלתי אצל יעקב מנחם לייפער מ'טעמעשוואר, אגב ביום ה' נכנס בנו הב' אלימלך לעול התורה והמצוות הלכתי להשתתף, בבוקר אכלתי אצל משה חנון, מלווה מלכה הייתי בבית ישעיה בקומה התחתונה שהיה שם מלו"מ לבחורים הלומדים אצל החבורה בפינסק קרלין אצל ר' אליהו רובינשטיין, ר' דוד רכטשפר הזקן חסיד פינסק, שהולך בכל יום (כמעט) לקבץ ממון עבור הקפה, בא להשתתף ונשא בדברים, ואח"כ דיבר האורח הכבוד רב שניאורסאהן, אברך הדר בסמוך לראש החבורה ור"ם בישיבת טשעבין, אחר המלו"מ רקדו קצת לכבוד חודש אדר.

בשבוע העבר קניתי כרטיס לנסוע הביתה בעד $356, על ידי הוועבסייט סטודענט יוניווערס, שהוא זול מאוד על העירליין אליטאליע שעומד לנסוע ביום כ"א אדר 10:35 בבוקר, עם הפסק באיטליה.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ביז אהער איז פון די ווינטער זמן, איך האב נאך אריינגעכאפט עטליכע אינטערסאנטע סטאנציעס וואס איז נישט פארשריבן געווארן ווי א באזוך אין די גן החיות התנכ"י, מיין אליטאליע ביליגע פלייט איז געקענסלט געווארן צוויי טעג פארן אהיים פארן, איך האב למעשה געהאט עפעס אנדערש פאר גאנץ ביליג.

איך האף איין טאג ארויפצולייגן א פי די עף פון די גאנצע ווינטער זמן, אז איינער קען ארויסהעלפן זאל זיך מעלדן צו די מערכת, און איך האף ממשיך צו זיין בקרוב די נעקסטע זמן, שכח פאר אלע חיזוק ווערטער דא און אין פריוואט, ס'געבט א שטארקע שטופ.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אינעם גן החיות התנכ"י
אטעטשמענטס
My project (1).png
My project (1).png (192.8 KiB) געזען 2593 מאל
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

תרמב, וואטוצעך מיט פורים אין ירושלים עיה״ק?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

שלמה מולכו האט געשריבן: תרמב, וואטוצעך מיט פורים אין ירושלים עיה״ק?

ס'איז געווען סוף זמן ווען איך האב שוין נישט געהאט קיין געדולד צו שרייבן איך וועל עס אפשר אפשרייבן פון זכרון ארויס, אפשר מארגן, יעצט איז שוין שפעט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שוין פרי…

לאמיר האפן, ווארט מיר.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6356
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

שלחתי לרבינו אגרת מז”ט, אוי טאטע דער איז דאך אזוי זיס.

יישר כח!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ר' איטשע מאיר שטרנבוך און אסאך דעטאלן איבער די חסידישע ישיבה מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

תרמב האט געשריבן: אז ער האט אמאל געזאגט אז ער האט געטראגן זיינע קינדער זעהן דעם אלטן קאליבער, נישט ווייל ער איז אזוי קלוג ווי שלמה המלך נאר פשוט זיי זאלן זעהן וויאזוי שלמה המלך'ס שטול האט אויסגעקוקט... אז איך וועל זיך דערמאנען נאך וועל איך שרייבן.

:lol::lol::lol:
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

תרמב האט געשריבן: ביז אהער איז פון די ווינטער זמן, איך האב נאך אריינגעכאפט עטליכע אינטערסאנטע סטאנציעס וואס איז נישט פארשריבן געווארן ווי א באזוך אין די גן החיות התנכ"י, מיין אליטאליע ביליגע פלייט איז געקענסלט געווארן צוויי טעג פארן אהיים פארן, איך האב למעשה געהאט עפעס אנדערש פאר גאנץ ביליג.

איך האף איין טאג ארויפצולייגן א פי די עף פון די גאנצע ווינטער זמן, אז איינער קען ארויסהעלפן זאל זיך מעלדן צו די מערכת, און איך האף ממשיך צו זיין בקרוב די נעקסטע זמן, שכח פאר אלע חיזוק ווערטער דא און אין פריוואט, ס'געבט א שטארקע שטופ.

זאל דאס דינען אלץ גראבע שטופ.

סאיז מוראדיג געשמאק צו ליינען. גיי אן!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

פורים אין ארץ ישראל 4000#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך זעץ מיך שרייבן ערב שבועות זכרונות פון פורים אין ארץ ישראל, אפשר אלס די קימו וקבלו באהבה וואס איז געשעהן פורים, אדער אלס כ"ג סיוון וואס גייט שוין באלד זיין וואס דאן האט מען ארויסגעשיקט די אגרת שניות, על כל פנים, צו שרייבן פיר יאר שפעטער איז טאקע נישט די זעלבע גוט ווי די אריגענעלע, אבער וויאזוי זאגט מען, זה מה שיש...

די יאר וואס איך בין געווען אין ארץ ישראל איז פורים אויסגעפאלן אויף א פרייטיג, איך האב געהאט אביסל ערווארטונגען אויף די פורים אין ירושלים, און איך בין אביסל אנטוישט געווארן, איך האב אלס געזעהן די בילדער פון די בחורים אין די טענדערס אין ירושלים אנגעטון ווי קאזאקן מיט די קאנעס אויפן קאפ וואס א פרינזשע הענגט אראפ דערפון...

איך האב פארשטאנען אז ס'איז זייער לעבעדיג דארט פורים, ספעציעל ווען מ'נעמט אין באטראכט אזא דייווערסט שטאט ווי ירושלים ווי עס וואוינען אזויפיל מיני מענטשן, איז מיין דמיון געווען אז ס'גייט זיין כאטש אזוי לעבעדיג ווי וויליאמסבורג, ס'איז טאקע געווען לעבעדיג, אבער נישט ווער ווייסט וואס, ס'האט זיך נישט געוואלגערט קיין שיכורים אויף די גאסן, קען זיין איך האב פשוט אנגעהויבן אויפציוואקסן און איך ווער שוין נישט נתפעל אזוי שנעל, אדער קען זיין אז ס'איז געווען אזוי ווייל די עולם איז געווען אנגעצויגן פאר שבת וואס לאזט זיך אט אט אראפ אויפן האריזאנט, לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן און פארציילן כפי סדר הווייתם.

מיטוואך תענית אסתר ביינאכט האבן מיר זיך ארויפגעזעצט אויף א באס קיין אשדוד, איך, אבי כהן, אפרים מנחם ווייץ, און זיין קאזין גאנץ, אונז האבן געוואלט אויסנוצן די לאנגע פורים וואס מ'קען זוכה זיין אין ארץ ישראל, ווייץ האט זיך געקענט האלבוועגס מיט ר' משה יוסל פריעדלענדער איש קערעסטיר וואס האט יענע תקופה געוואינט אין אשדוד, און דער איש קערעסטיר האט זיך אמאל געטראפן מיט ווייץ און ער האט אים איינגעלאדנט צו זיך פאר א סעודה צו וואס, האט אונז ווייץ געבעטן צו קומען מיט אים פורים ווען מ'האט געזוכט ווי מ'קען גיין.

איך האב יונגערהייט אלס געמיינט אז גאנץ ירושלים פעקלט זיך אריבער צו די אנדערע שטעט פורים און אלע אידן פון די אנדערע שטעט לויפן קיין ירושלים שושן פורים, למעשה בין איך געוואיער געווארן אז ס'הייבט זיך נישט אן, נאר די וואס דארפן גיין צו עלטערן אין אנדערע שטעט גייען, אבער רוב עולם גייט נישט, אפילו מיינע חברים פון די דירה וואס זענען שוין דארט געווען מער ווי איין פורים זענען נישט געגאנגען אין ערגעץ, זעהט אויס אז פאר א סיבה האט מען נישט געמאכט קיין צוויי טעג פורים אלץ ספיקא דיומא, מ'קען נישט האצקענען צו סאך, פאר אבלות האט מען דריי וואכן פלאס ספירה, אבער פאר פורים איז איין טאג פונקט גענוג....

זעמיר אנגעקומען קיין אשדוד, ס'איז געווען די איינציגסטע מאל וואס איך האב דארט באזוכט, עכט איז נישט דא צופיל וואס צו זוכן דארט, ס'איז נישט קיין היסטארישע שטאט, און הויפן איז עכט נישט דא דארט, חוץ האדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל וואס האט געוואינט דארט, וואס אגב שפעטער האב איך געהערט זייער שיינע זאכן אויף אים אויף מלכיות של מטה, האב איך געפילט א שאד אז איך האב אים קיינמאל נישט געטראפן.

הקיצור אונז האבן זיך אריינגעזעצט ביי ר' משה יוסל, ס'איז געווען זייער א פיינע סעודה כנוסח קערעסטיר, פלייש מיט וויין און אסאך געסט, דארט איז געקומען א אינגערמאן וואס האט א שטיק צייט געארבעט אין קערעסטיר, קודם ביי איין קאך שפעטער ביי די אנדערע, יענער האט גערעדט זייער שיין פון ר' משה יוסל, און ער האט פרובירט צו פארציילן פארן עולם פערזענליכע אפענע מופתים גלויים וואס ער האט אנגעהאנגען אין ר' ישעילע, געזונט פראבלעמען וואס ער געהאט און א שידוך, אבער ר' משה יוסל האט אריינגעהאקט, זאג פארן עולם ווי איז געווען מער פלייש....

מ'האט זייער שיין פארברענגט געגעסן און געטאנצן גערייכערט און געשמועסט ביז ס'איז שפעט געווארן און אונז זענען צוריקגעפארן קיין ירושלים צו גיין שלאפן.

צופרו נאך שחרית האב איך זיך ארויסגעלאזט קיין בני ברק צוזאמען מיט אבי כהן, אונז האבן זיך אריינגעזעצט ביי א חשובע איד פון סאטמאר בני ברק געגנט, א קאפישע אייניקל, מ'זעהט אים אלס אויף די בילדער פון סאטמאר בני ברק איך געדענק נישט וועלכע, א נאנטע קרוב פאר אבי, אונז האבן געהאט דארט א פיינע געשמאקע פורים סעודה, דארט אין שטאט בני ברק האט זיך געשפירט א שטארקע פורים ווייב, ס'האט זיך געשפירט גאר ענליך צו ברוקלין, אפענע פענסטער'ס און טירן, ס'האט געבאכעט מוזיק פון איבעראל, מ'האט געזעהן קבוצות בחור'לעך ארומלויפן נאך געלט ביי די עשירים, פארשטעלטע קינדער, רעגולאר פורים.

סוף סעודה איז שוין איינער געקומען אהיימשלעפן איינע פון די בחורים פון יענעם'ס שטוב, ס'איז נאך געווען גאנץ פרי אבער ער האט שוין געהאלטן נאך עטליכע כוסות ער האט זיך שוין געדארפט אפרוען פאר ער שלונגט אראפ נאך א דאזע אלקאהאל, נאך די סעודה זענען אונז ארויס אויף די גאסן פון שטאט צו אויסטאפן די פרייליכע לופט, ס'איז געווען פרייליך פוריםדיג, דא דארט האט דורכגעוואקט א זויערע ליטווישע אידל וואס איז נאך געווען מסופק אויב ער האט יוצא געווען צו הערן יעדע ווארט פון די מגילה, אבער אוועראל איז געווען פרייליך..

אונז האבן אריינגעוואקט אין די געגנט פון שיכון וויזשניץ, אונז זענען אריין צום מרכז וויזשניץ רבי, דארט האט געהערשט א אימת הדין אזוי ווי אייביג, יעדער איז געשטאנען אויסגעשורה'ט ווי סאלדאטן אויף די פארענטשעס, און מ'האט געזינגען א ניגון בשעת מענטשן זענען אריבער נעמען ברכת קודש און מייסטערהאפטיגע סדר, מ'לויפט דורך מיט הכנעה, מ'געבט די הענט און מ'הייבט אויף די קינדער זאלן אויך געבן די הענט, און די רבי געבט זיין זיסע שמייכל און מלויפט ווייטער יעדע פאר מינוט שטעלט זיך אפ די ניגון און די רבי רופט זיך אן עפעס פארן עולם.

בשעת מעשה ליגט נעבן רבין א זילבערנע טעלערל אנגעפילט מיט ציגארעטלעך און ער נעמט ארויס איינס, די גבאי צינדט אים עס אן ער געבט א קליינע צי אריין און ער געבט עס פאר איינע פון די חסידים, א מינוט שפעטער צינדט ער אן נאך איינס און ער טיילט עס, בערך אזוי גייט צו די ווערטשאפט אין וויזשניץ מרכז, אויפן וועג ארויס פונעם קאמפלעקס האבן מיר געזעהן די רביצין זיצנדיג אין א צימער וואס די טיר איז געווען פונקט אפען זי האט אויפגענומען די חסידית'טעס וואס זענען געקומען פאר ברכות, נאר די בעלזא שוועגערין מעג...?

פון דארט זענען אונז געגאנגען צום צייטווייליגן וויזשניצע בית מדרש הגדול וואס איז געשטאנען בשעת מ'האט געבויעט דעם נייעם בית מדרש, דארט האט זיך געטון יום טוב, די מוזיק האט געארבעט לעבעדיג, האלב עולם איז געשטאנען אויף די פארענטשעס, די צווייטע האלב האט געטאנצן אונטן און ארום דעם רבין טוט זיך א געפילדער, מ'כאפט ברכות און מ'שטופט זיך סתם אזוי, א ריזיגע קאנטראסט צום דיסציפלין ביים ברודער, יעדע עטליכע מינוט צולאזט זיך די רבי מיט די פויסטן להרבות השמחה.

דאן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אין די גאסן פון בני ברק אן א ציהל, אונז זענען געגאנגען פון איין פלאץ צום צווייטן, איך געדענק נישט אלעס, אבער דאס געדענק איך אז אונז האבן זיך געטראפן פארנט פונעם פונעוויזש'ע ישיבה, אונז זענען אריין, ס'איז געווען פוסט, גענצליך ליידיג, איך האב זיך ארויפגעשטעלט אויפן באקאנטן שטענדער פארנט פונעם באגילדטן היסטארישן ארון קודש, דארט ווי אסאך אדמורים און ראשי ישיבות קומען אויפטרעטן, האב איך אויפגעטרעטן מיט עטליכע פרייליכע ווערטער לכבוד פורים, עד היום טוט מיר וויי אז איך האב נישט געהאט קיין פאטאגראף מאשינדל מיט זיך..

אונז האבן פרובירט צו גיין דא און דארט צו דעם און צו יענעם דער האט נאך נישט אנגעהויבן יענער האט שוין געענדיגט, ביז אונז האבן געזען אז די צללים זענען שוין נוטה, האבן מיר זיך געלאזט צום צענטראלן פלאץ ווי די באסעס זענען ארויסגעפארן קיין ירושלים.

דארט האט זיך געטון א כאאס, כנוסח ארץ ישראל, ס'איז געווען אסאך באסעס צו אלע געגענטער, אבער ס'האט שוין אנגעהויבן ווערן טונקל און ס'האט אזוי האלבוועגס געטראפט, מענטשן זענען געשטאנען מיט די קליינע קינדער פארשטעלט משלוח מנות אין די הענט, מיט מגילות און וויינען, א חלק עולם איז געפארן צו די עלטערן מיט די געזונדלעך נאכן פראווענען א גאנצן טאג פורים, די צווייטע האלב עולם איז געקומען פון די עלטערן און יעצט גייען זיי קיין ירושלים אנצוהייבן דעם פורים.

אבער הצד השווה שבהן איז געווען אז יעדער האלט יעצט נאך א טאג פורים, אויסגעהרגעט אנגעטרונקען אנגעגעסן מיט וויינענדיגע קינדער, און מ'זוכט די פאסיגע באס, משטופט זיך ארויף, דא מאכט זיך אז האלב משפחה איז אויפן באס און די דרייווער מאכט שוין צו די טיר אבער האלב משפחה שרייעט פון דרויסן און די אנדערע האלב שרייעט פון אינעווייניג, נהג! אבא! אמא! עצור! סע! מ'קען זיך פארשטעלן די מצב....

אונז האבן זיך דערזעהן אויף א באס, אונז זענען אנגעקומען קיין ירושלים א שעה נאכן זמן, אונז זענען געגאנגען קיין זכרון משה ווי מ'קען הערן מגילה שפעט, אגב דארט הערט מען קיינמאל נישט קיין מגילה נאכן פאסטן, די ירושלימע ווייסן נישט וואס דאס מיינט, אונזער מגילה לייענען האט געהאט א אינטערסאנטע טוויסט, ווייל געווענטליך איז מגילה לייענען זייער ערנסט, מ'האלט נאכן פאסטן אדער נאך שאלעשידעס, דא זענען אונז געזעצן און א שטיבל פון זכרון משה חברה וואס האבן עפעס נישט מצליח געווען צו הערן מגילה אין די נארמאלע צייט צו ווייל זיי קומען האלב אנגעטרינקען פון אנדערע שטעט צו סתם ווייל זענען פון די סארט, ס'איז נישט געווען קיין ספעציעלע אנעקדאטן דארט אבער ס'האט זיך געשפירט היפש פוריםדיג.

פון דארט בין איך געגאנגען צו די בר מצווה פון די בחור א זון פון ר' איטשע מאיר שטרנבוך, איך בין אנגעקומען צום סוף שוין אביסל אויסגעשעפט פון די לאנגע טאג און די וועג, און ר' איטשע מאיר איז געווען אין די גיסטע אזוי ווי אייביג, ער האט פרובירט אנצוטרונקען דעם עולם, ער האט געקויפט אסאך וויין ברחבות אזוי ווי ער פירט זיך אייביג.

צופרו האב איך לכאורה געהערט מגילה אין סאטמאר יואל, איך געדענק שוין נישט אלעס, איך האב גענומען מיינע חברים פון די דירה צו די הויז פון מיין מאמע'ס קאזין ר' ש..... ח.. ט........, דארט האט מען געגעסן א פיינע סעודה און מ'האט געטרונקען כמצוות היום, ס'איז געווארן פריילעך, געווענטליך פלעגט הערשן א ערנסקייט ביי זיינע סעודות יעצט מיט הילף פון די וויין איז געווארן לויז, מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אימיטן האב איך צובראכן א גלאז פון א פיקטשער פרעים, איך האב מיך געמאכט דעמאלטס שטארק שיכור און געמאכט א שווייג....

פון דארט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די געסאלעך פון ירושלים מיטצוהאלטן די מצב, ס'האט נישט אויסגעקוקט אזוי מוראדיג אזוי ווי איך האב געשריבן אנפאנג, איך האב זיך געמאכט מער שיכור ווי איך בין עכט, און געשריגן צו די עוברים ושבים, איינער האט געלאכט א צווייטער האט געשמייכלט און א דריטער האט מיר אנגעקוקט ווי א משוגענער...

איך בין געגאנגען צו די הויז פון ר' יעקב מנחם לייפער מ'טעמעשוואר, אגב אויף אים קומט זיך א עקסטערע שמועס ער איז גאר א אינטערסאנטע אידל, זיינע קינדער האבן אסאך צאמגערעדט שבת פאר פורים וויפיל וויין ס'גייט זיך אלס צאמגיסן און ס'גייט זיין לעבעדיג האב איך טאקע זיי נישט געוואלט אויסשפילן, בין איך אהינגעגאנגען, ס'איז נישט געווען צופיל חברה מ'איז מער געקומען און געגאנגען, מ'איז געזעצן אויפן פארטש, ס'איז געווען אסאך עסן, די קינדער וואס האבן אזויפיל גערעדט פון די וויין וואס גייט זיך גיסן און ווי יעדער גייט טאנצן שיכור, זענען ניטאמאל דארט געווען זיי זענען געווען פארנומען ארומצוגיין נאך געלט מסתמה....

איך האב אנגערופן מיין טאטע מיט א שמחה רבה זאגן גוט שבת און א פרייליכן פורים, ביי אים שוין נישט געווען פורים איך האב געוואלט אריבערשיקן אביסל פון די פוריםדיגע שטימונג, אבער ער איז געווען היפש צוטראגן ווייל דאן איז געווען א שרעקיכע טראגעדיע ווען ר' בנימין פערלשטיין ע"ה איז געטראפן געווארן אין די מקווה דערטראנקען ל"ע, מ'האט איינגעריסן פאר זיין רפואה, מיין טאטע האט מיר נישט געוואלט פארציילן אז ער איז אוועק, אבער די פרייליכע פורים מצב האט זיך נישט אריבערגעווייערט קיין אמעריקע.

ווי איז די פלאץ ווי מ'גייט פורים? צום נגיד פון שטאט! בין איך פארשטייט זיך אריבער צום גביר ר' אפרים שטערן, דארט איז טאקע געווען לוסטיג, מוזיק האט געארבעט און די עולם איז געשטאנען אויף אפרים'ס קאפ פאר נאך א צוואנציגער, איך בין נישט געקומען פאר קיין געלט און איך בין געווען אונטער די אינפלוענס, האב איך זיך געווערטלט אויף אפרים שטערן'ס חשבון, ר' אפרים אפיציעל רעדט נישט קיין עברית, אזוי ווי א סאטמאר'ער דארף זיך צו פירן, ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי.... ער רעדט נאר לשון קודש בהבהרה אשכנזית... האב איך געשריגן צו אים שפאסיג, אפרים כוכב לא מדבר (איווריס) עברית! אפרים כוכב לא מדבר (איווריס) עברית! איינע פון די גבאים האבן פרובירט מיר אוועקצושטופן אפרים האט געלאכט און געזאגט, לאזטס אים... לאזטס אים....

די קומענדיגע שעות געדענק איך נישט פונקטלעך, איך געדענק אז איך האב זיך געטראפן שפאצירן ווען ס'האט אנגעהויבן טונקל ווערן, און געזעהן ירושלים אינגלאך מיר אנקוקן מיט גרויס אויגן, וואס גייט פאר מיט אים?! ס'ווערט דאך שבת קודש! תולדות אברהם יצחק רבי וואס קדושת שבת ברענט אים שטארק האט מתקן געווען אז פורים וואס געפאלט פרייטיג ענדיגט זיך צוויי אזייגער, אז מ'זאל זיך קענען גרייטן צום שבת, ער האט אויפגעטוישט צו מוצאי שבת וואס ער פירט דעמאלטס א שטיקל פורים טיש אנשטאט, במילא ביי אים אין געגנט האט זיך פורים שוין לאנג געענדיגט.

איך בין אנגעקומען צו בית מדרש תפארת ירושלים נאנט צו זמן, די גאנצע קהילה האט שוין געהאלטן אימיטן מנחה, אבער איך האב געכאפט א חלה און זיך געוואשן מיינענדיג אז פורים איז דא א חיוב זיך צו וואשן צוויי מאל, נאכן דאווענען האט זיך די גאנצע קהילה געוואשן צוזאמען פאר א סעודת שב"ק ס'איז געווען פרייליך מ'האט געזאגט בדחנות און געטאנצן אויפן טיש, איך בין אריינגעפאלן אין בעט אריין.

מוצאי שבת בין איך געגאנגען קיין תולדות אברהם יצחק אפצונעמען די איבערגעבליבענע חלק פון פורים וואס מ'האט אפגעטשאפט, האב איך געזעהן אז מ'פירט א שיינעם טיש אזוי ווי חמשה עשר בשבט, האב איך אויסגעווארט אויפן פורים שפיל זענען ארויפגעקומען צוויי אידן מיט ארויפגעקלעפטע בערד אויפן פנים און פארגעשטעלט ווי חסידים גרייטן זיך בדחילו וברחימו אריינצוגיין צום רבין מיט א קוויטל... בין איך אנטלאפן פון דארט
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום דאנערשטאג יוני 09, 2022 7:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אינגאנצן צופורימט....

די דרשה אין פונעוויזש ברויך מען האבן
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

אנבעליוועבל - אזוי אריינגצוברענגען א פורים אינמיטן סיון...
יישר כחכם
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סטאפ! די שמאלץ רינט מיר אויפן בארדע...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
טשאלמיקא
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:21 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלמיקא »

סטאפ נישט!!
;l;p-
יעצט קומט די זיך פאקן אין אהיימפארן
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יושששש ביסטו א טשיגענער!

כגיי ניש שרייבן אלעס וואס האט מיר געמאכט אויסשיסן..אלץ מורא אז מהעט מעקן..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

Kollel האט געשריבן: יושששש ביסטו א טשיגענער!

כגיי ניש שרייבן אלעס וואס האט מיר געמאכט אויסשיסן..אלץ מורא אז מהעט מעקן..

גא״מ
איך מיין איין זאך ווייס איך אבער איך לאז עס ביי דעם.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

נהניתי ואהנה עוד.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3882
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קראתי ונהניתי
מאך נאר זיכער צו קאווערן די בריסקעט און וויין פון שבועות...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6356
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יוי איז ער א כוכב

די ערשטע מאל איך זאג א שאד די זמן האט זיך געענדיגט אזוי שנעל
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

צולייגער האט געשריבן: קראתי ונהניתי
מאך נאר זיכער צו קאווערן די בריסקעט און וויין פון שבועות...

העי! דו ביסט דארט געווען?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3882
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

תרמב האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן: קראתי ונהניתי
מאך נאר זיכער צו קאווערן די בריסקעט און וויין פון שבועות...

העי! דו ביסט דארט געווען?

נעה... כ'האב דאן געלערנט מיט מיין אינגל ביי אבות ובנים.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פורים אין ארץ ישראל 4000#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שיין שיין!

נאר א קליינע הערה..
תרמב האט געשריבן: אגב דארט הערט מען קיינמאל נישט קיין מגילה נאכן פאסטן, די ירושלימע ווייסן נישט וואס דאס מיינט


ווען פורים דמוקפין פאלט אויף שבת - פורים המשולש, ליינט מען דארט אויך נאכן פאסטן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליך שיין באשריבן!!! שרייבסט גאר פליסיג און דעטאלירנד, א נחת צו ליינען. האסט מיך דערמאנט מיינע פורים זכרונות אלס בחור, און איך געדענק טאקע אז פרייטאג נאכמיטאג ווערט אלעס נארמאל און ערנסט, און נאר די אמעריקאנער בחורים מאכן זיך משוגע...

מזל טוב צו די 4000 תגובות, כן יעזור ה' הלאה. דער עולם באלעקט זיך מיט דיינע ארגינעלע שילדערונגען.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”