מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

די מקווה אין טבריה
אטעטשמענטס
Copy of 01.JPG
Copy of 01.JPG (1.19 MiB) געזען 3579 מאל
05.JPG
05.JPG (967.57 KiB) געזען 3579 מאל
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א נחת צו זעהן חסידישע בחורים גייען שפאצירן מיט הוט און רעקלעך, ס'ערגסטע אנעם חאלעטל..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7522
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

תרמב האט געשריבן: יום ג פר תרומה

ביום ה' עמדתי שם והסתכלתי על המצב, ראיתי היאך שמגיע אדם זקן עם כיפה סרוגה על ראשו, עם חבריו, ואמר שאם יש הדלקה צריכים לזמר ניגוני לג בעומר.... קודם צחקתי מהווערטל, אח"כ ראיתי שהוא נוטל קלרינט ומתחיל לנגן ניגוני לג בעומר, והציבור שם התחילו לרקד בשמחה רבה...

חחח

תרמב האט געשריבן: יום ג פר תרומה

מדבר הרבה שטויות, ואי אפשר לכתוב הכול, אכתוב כפי זכרוני מה שאני זוכר.

הנני מחכים לקרוא השטותים.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אח"כ הלכתי לישן לכמה דקות, צלצלתי להורי לומר גוט שבת, והלכתי לבית מדרש להתפלל, התפללו שם לפני השקיעה כדי שהוויזניצע לא יעשו מניין בנפרד, שזה הולך בנפשו של ראש החבורה. מנחה התפלל לפני התיבה הב' ווייסבערג, בין מנחה למעריב נשא הרב שטרנבוך כמה דיבורים בנושא בין אדם לחברו, סביב נושא זה דיבור כל השבת.

מעריב התפלל לפני התיבה הב' העניך ליכט, התוכנית בתחילה היה שברוך בודק יתפלל לפני התיבה אבל התחתן בשבוע זה לרב ה.... , חתנו של רב א...... דומ"ץ ב......

אחר התפילה ישבו לסעודה, הסעודה ארכה כחמש שעות, זמרו זמירות, אכלו המאכלים, כמה בחורים אמרו דברי תורה, ביניהם דיבר האברך רב שליסל, והשו"מ ר' בנציון סטמפל, גם ראש החבורה אמר תורה ובתוכו הרבה זשאוקס כדרכו בקודש.

לאחר הסעודה הלכו לים, וזמרו שירות ותשבחות, אח"כ הלכו לישן, רב שטרנבוך סובב בין הדירות שיהיה שקט, היה תחושה קצת של ישיבה קטנה, בבוקר שלח רב שטרנבוך כמה וועקערס שילכו לעורר העולם, בבוקר היה קשה לילך לכנרת לטבול, אי משום שלא היה פרקטי וגם להלכה יש שאלות, במילא נאלץ ר' איטשע מאיר לפתוח הגדר כדי שיהיה אפשר לילך לקרלינע מקווה, הלכנו דרך הבית החיים הישן, שם חלקת מחוקק ספון הרבה תלמידי בעל שם טוב, ביניהם זקני הה"ק ר' יעקב שמשון משפיטיווקא זי"ע ועכי"א, וגם כמה תנאים, ורחל אשת רבי עקיבא ועוד.

אחר הטבילה הלכתי לבית מדרשו של ר' חיים אבולעפיה, ולבית מדרשו של הה"ק רבי מענדעלע וויטעבסקער, התפללתי שם תפילה קצרה וחזרנו לבית מדרש שלנו להתפלל שחרית, יקותיאל אונסדארפער התפלל פסוקי דזמרה שחרית אני לא זוכר מי התפלל, אבל משמו"ע התפלל רב שליסל עם היוצרות, הכול היה באיטיות גדול, אצל קריאת התורה עשהו הוספות בכל מקום שהיה אפשר להפסיק, ונתנו עליות לכול הקנאקערס, הבעל קורא היה הב' ל...., מוסף עם היוצרות התפלל השו"מ וזמרו בכל פיסקה ניגון אחר, גם ראש חודש בענטשן בירך השו"מ, וגם זמרו ישמחו, התפילה האריך יותר מג' שעות, בכול הזמן לא היה לי תפילה ארוכה כזו, היות שאני מתפלל בהשטיבלאך, היה זה שבת שקלים שנוהגים לנסוע לרבי במילא היה זה כעין רבי.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

לייק!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ביי די קבר פון רבי מאיר בעל הנס ערב שב"ק בראשות ראש החבורה
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-03-27 002323.png
Screenshot 2022-03-27 002323.png (660.59 KiB) געזען 3340 מאל
Screenshot 2022-03-27 002301df.png
Screenshot 2022-03-27 002301df.png (621.24 KiB) געזען 3340 מאל
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

רעב תרמ"ב איר זענט פיינע נייעס...
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן: (מסתם אויף אנ'ערליכן אופן, וויל אנישט מ'האט עס נישט געדארפט שטופען:grin:).

ס'איז דא צוויי וועגן צו מאכן א פי די עף, א ערליכע און נישט א ערליכע?

יעצט איך דארף טרנסלייטען...
"ערליך" כ'האב געמיינט צו זאגן שיין, געראטן, באטאמ'טע

נישט סתם מאכן PDF פון די גאנצע אשכול און געענדיגט

איר מיינט צו זאגן ״הערליך״
———
ר׳ תרמב, דאס איז מתוק מתוק…
כהאב אבער געמיינט אז איך גיי דערקענען פנימער…:wink:
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

מה שלא קרה כאן, זה מתּוּק מדבש. נפלתי לכאן דרך לינק וקראתי כל האשכול בנשימה אחת. בין השורות נראה שאתה אגודאי או סתם לינקער במקצת אבל הכתב שלך בוקע רקיעים. הלשון מוסיף ספייס מיוחד להסיפור. חזק ואמץ.
גם קראתי מה שכתבת אודות השבת בבלימינגראוו וגם שם צחקתי כמ״פ.
שאלה אחד יש לי, כתבת בתוה״ד שאתה נכד מאדמור מס...,איזה ס?
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דער תרמב האט זיך ווארשיינליך ציגעלייגט אביסעל שוין לאנג נישט געווען קיין נייעס דא מיר ווארטן מיט שפאנונג
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

הארזים האט געשריבן: דער תרמב האט זיך ווארשיינליך ציגעלייגט אביסעל שוין לאנג נישט געווען קיין נייעס דא מיר ווארטן מיט שפאנונג

יא...
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
שדה ורוד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 27, 2018 5:07 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדה ורוד »

אוי תרמ"ב איך בין אינגאנצן בטעות אריין דא און איך מוז דיר זאגן אז כ'האב שון לאנג נישט אזוי געלאכט
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

@תרמ"ב וואו זענט איר!!!!
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

ר' איטשע מאיר שטרנבוך און אסאך דעטאלן איבער די חסידישע ישיבה מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב זיך אפגעשטעלט צו אפטייפן מיינע זכרונות לעצטנס ווייל איך בין געווארן אביסל פארנומען, איך האף ממשיך צו זיין ווי שנעלער, פאר דערווייל האב איך באמערקט אז איך האב געשריבן איבער די שבת אין טבריה אז ר' איטשע מאיר האט געזאגט אסאך אינטערעסאנטע זאכן אבער איך האב נישט פארשריבן וואס ער האט געזאגט, האב איך געקלערט צו שרייבן א פאר שורות לכבודו.

דער איטשע מאיר איז גאר א אינטערסאנטע פיגור, ער איז א אינגערמאן וואס געהערט זיך אן אין די באבוב 45 קהילה זיין טאטע איז די רב פונעם באבוב 45 בית מדרש אין ירושלים, ר' איטשע מאיר איז א ראש החבורה אין מיר'ע ישיבה.

כידוע ארבעט עס מיט חבורות, ס'איז דא עטליכע חסידישע חבורות ווי רב דרוק וואס איז געווען מיינע צייטן אין בית מדרש בית ישעיה, ר' חיים פינקל א ברודער פונעם ראש ישיבה פירט א חסידישע חבורה אין בית ישעיה אויבן, רב פרקוביטש וואס איז געווען באשריבן אין די מאמענט אויפן דעקל אלץ ראש ישיבה פון די חסידישע בחורים, איז א ראש חבורה פאר א קליינע קבוצה בעיקר איזרעילי בחורים אינעם בעיסמענט פון בית שלום. אויך האט זיך געעפענט בערך אין די צייט וואס איך בין אנגעקומען קיין מיר א גרויסע חסידישע חבורה אונטער ר' מאיר ווערזיגער א ליטווישע אינגערמאן צוזאמען מיט א שואל ומשיב א בעלזא אינגערמאן אליקים שטארק. ווי אויך לערנען אסאך בחורים צאמגעמישט מיט די ליטאים ביי ר' אשר אריאלי'ס חבורה, על פי רוב די וואס האלטן זיך פאר למדנים אדער די וואס משום איזה סיבה שהוא זיך איינגערעדט אז ס'העלפט פאר שידוכים...

נאכדעם איז דא ר' איטשע מאיר, ער האט א חבורה פאר זיך אין די ווייבער שול פון בית שלום, פונקט אינמיטן, דארט איז געווען ארום 200 זיצן רוב איז געווען ליטווישע, לעבן ר' איטשע מאיר'ס ווינקל איז געזעצן א חבורה'לע פון בעלי תשובה, וואס אונז פלעגן אסאך ארומשלאגן מיט זיי, אין מיר איז דא מער בחורים ווי זיצן און שטענדערס, ס'איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט אז מ'זאל דארפן קומען און כאפן א פלאץ, ס'האט פונקטלעכע הלכות וויאזוי ס'ארבעט, חזקה, כל דאלים גבר...

איינע פון די געזעצן איז אז אויב קומט מען אן נאך ניין דרייסיג האט מען נישט קיין שום רעכט אויף קיין פלעצער, איז כאפט מען א פלאץ 9:29 און ווען דער בעל החזקה קומט אן א מינוט שפעטער שלאגט מען זיך ארום אויב ס'איז שוין 9:31 אדער נאך 9:30, איינע פון די עצות וואס איינער האט מיר אמאל געגעבן איז געווען אז ווען איינער קומט מאכן קולות אויף עברית מאך דיך ווי דו פארשטייסט נישט, בקיצור ס'איז א גאנצע אריכות די פלעצער, אבער די בעלי תשובות האבן געהאלטן אז זיי זענען העכער די געזעצן און זיי מעגן אויפשטעלן שפעטער פון ניין דרייסיג און זיי האבן געהאט קאנעקשאנס מיט די ראש ישיבה נאך אויכעט, אבער אסאך מערכות פלעגן אונז האבן מיט זיי.

איך בין פארפארן דא, על כל פנים, מ'האט מיר געזאגט פארן גיין קיין ארץ ישראל אז איך זאל זעהן צו גיין צו ר' איטשע מאיר, ער האט א פיינע חבורה און ער איז א גוטע מגיד שיעור, ס'גייט געווענטליך אז מ'בעט דעם מגיד שיעור איך קען קומען אין דיין חבורה און ער זאגט געווענליך יא, אבער דא האט מען מיר אנגעווארנט אז ר' איטשע מאיר קען געבן עטיטוד און איך זאל מיך נישט לאזן, בין איך אנגעקומען אינעם ווייבער שול פון בית שלום די ערשטע טאג פון זמן מיט א גרויסע גמרא, צוגעגאנגען צום מגיד שיעור בעטן ער זאל מיך אנעמען און ער האט מיר אנגענומען, ס'איז מיר א חידוש, ווייל ער פלעגט געבן שטארקע עטיטוד.

רוב ראשי חבורות פלעגן ארבעטן בבחינת בית הילל מ'פלעגט זיך איינשרייבן זיי פלעגן גרינג אנעמען און אויב מ'האט געזעהן אז משטעלט זיך צו האבן זיי געגעבן א פלאץ, אבער ר' איטשע מאיר איז געווען מער אזא בית שמאי סטיל ער האט נישט געוואלט אנעמען יעדן, האט ער גענומען אזא צוגאנג אז ער האט געגעבן עטיטוד און נאר די וואס האבן עס געמיינט ערנסט זענען געקומען צו אים אנדערע זענען נישט געקומען און אפילו טאמער יא זענען זיי אוועקגעגאנגען קורצליך נאכדעם, ער האט געקענט פיין אריינפליקן בחורים.

אין די חבורה איז אויך געווען א שואל ומשיב ר' בנציון סטעמפל א שמייכלדיגע אינגערמאן פון באבוב 45 וואס האט זיך אביסל פארגעקוקט, ר' איטשע מאיר פלעגט געבן א שיעור צוויי מאל א וואך פאר א שעה, די שיעור איז געווען א מחזה הוד, ר' איטשע מאיר האט זיך געהאלטן פאר א קאלעגע ממש פאר ר' אשר אריאלי, און ער האט פרובירט אים אביסל נאכצומאכן, אזוי ווי ר' אשר פלעגט פארלערנען אין א שטארק צושטופטע בית מדרש, האט ער געטון די זעלבע פארגעלערנט אין א פיצעלע שטיבל אונטער בית מנחם.

אין די שטיבל וואלט אריינגעגאנגען אין נארמאלע אומשטענדן פערציג מענטשן צאמגעשטופט, איז אנפאנג זמן אריין ארום זיבעציג חברה, ס'איז געווען עטליכע בענק און אסאך פלאסטיק בענקליך אויסגעשפרייעט ווי ס'איז געווען אן אינטש פלאץ אריינגעשטופט ציווישן די פוס, ממש ווי סארדינס, דער לעצטער איז די מגיד שיעור איינגעקומען און זיך געשטעלט ביי זיין שטענדער לעבן די טיר און מ'האט געגעבן אזא האק צו די טיר זיכער צו מאכן אז קיינער פאלט נישט ארויס פון גרויס דרוק.... פארשטייט זיך חנוכה צייט איז שוין געווען סאך מער פלאץ... אגב חנוכה האט ער געטיילט חנוכה געלט פאר ווער ס'איז געקומען צום שיעור, ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געגעבן 50 שקל וואס איז א סכום נכבד פאר א בחור און פאר א מגיד שיעור צו טיילן פאר א האלבע עולם, די אנדערע האלב איז נישט אנגעקומען חנוכה כמובן...

דער מגיד שיעור פלעגט געבן א שיעור וואס ס'איז געגאנגען פייער, ס'איז געווען אויף די ליטווישע סטייל לומדות אבער מיט א ברען אז ס'האט געפלאקערט, די מגיד שיעור איז אזא ברייטער געשטעל גרויסע פלאמעדיגע באקן און א פולע בארד מיט א פיינעם שטימע, ווען ער האט געפרעגט א קשיא האט עס אפגעדונערט, ווען ער האט געהאט א שטארקע חידוש האט זיך זיינע באקן אויפגעבלאזן מיט א פייער ס'האט ערפילט די גאנצע חלל פונעם צימער (די ביסל חלל וואס איז געבליבן...)

ער פלעגט ליב האבן ארייציווארפן בקיאות אין ענגליש, ווי צו ווייזן פאר די אמעריקאנע ווי גוט ער קען, ס'איז געזעצן א עלטערע ליטווישע אידל וואס פלעגט לערנען מיט א בחור, יענער פלעגט אריינפרעגן מיט א שטארקע ליטווישע אקצענט, און ר' איטשע מאיר פלעגט אים ענטפערן מיטן זעלבן אקצענט... איך ווייס נישט פארוואס יענער האט נישט ביים צוריקענטפערן נאכגעמאכט ר' איטשע מאיר...

ער פלעגט אריינווארפן אסאך וויצן, ער האט געקענט פארפארן אינמיטן שיעור אריין אין א גוט שטיקל פאליטיק, אדער א גוטן ליצנות אויף א רבי'לע, דער עולם פלעגט שטארק ארויסקוקן אויף דעם, ס'פלעגט גיין מיטן גאנצן קנאק, ער האט זיך געהאלטן פאר א גרויסע קנאי, ער האט גערודערט קעגן גיוס, מ'האט פארציילט אז ער איז אריין צו רבי'ס אויפקלערן די אינערליכע דריידלעך פונעם גיוס געזעץ וואס ער האט אפגעלייענט מיט זיין שארפע קאפ, ער פלעגט לערנען איין מאל א וואך מיט עטליכע פרייע לויערס חושן משפט.

ער פלעגט פירן א סעודת שבת איין אדער צוויי מאל א זמן ווי אויך איז מען געפארן אויף א שבת התוועדות אין טבריה וואס די ישיבה האט באצאלט, אבער ער האט געהאט א ספעציעלע געשמאק צו ברענגען קדם גרעיפ זשוס און גאלדען פלאו זשוסעס, ביי די סעודות פלעגט ער אויפטרעטן מיט זיינע השקפות און מוסר און פארשטייט זיך פיינע ווערטלעך וואס איך פלעג זיך באלעקן, ס'באדערט מיר אז איך האב נישט אפגעשריבן זיינע פערל ווערטער, אבער איין גוטע מעשה געדענק וואס ער האט אזוי אראפגעלייגט מיט זאפט ביי די שבת אין טבריה.

ער האט ארויסגעברענגט איבער די נושא פון גאווה, ווי א שלעכטע מידה ס'איז, האט ער פארציילט את חטאי אני מזכיר היום, ער האט גערעדט אפענהארציג זאגנדיג אז ער פלעגט אמאל שטארק ליידן אויף גאווה, ער האט פארציילט ווי ווייט ס'איז געגאנגען, ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאדיגורא ישיבה (אין ירושלים דאכצעך מיר), ער פלעגט זיך רופן מרמ"י סאדיגורא, און ער האט עס גענומען זייער ערנסט, ער איז אלץ ארומגעגאנגען מיט צוויי גרויסע ספרים אין די האנט א ר' חיים מיט נאך איינס, ער האט עס ממש קיינמאל נישט אראפגעלייגט, זיין ווייב האט אים אמאל געזאגט אז ס'איז א שאד אז דו זאלסט זיך אזוי שלעפן, איך קען דיר עס צונייען צו דיין רעקל....

ויהי היום און זיין שוואגער אין בני ברק האט געמאכט א ברית און ער האט אים געליידענט צו די שמחה, ער האט אזוי געקלערט צו זיך אז מסתם וועט ער מיר שיקן א קאר אפצונעמען אזא חשובע מגיד שיעור ווי ער, אבער זיין שוואגער האט נישט געאפערט האט ער בלית ברירה געדארפט גיין מיט די באס, ביי די ברית האט ער פארשטאנען אז סנדקאות וועט ער טאקע נישט באקומען אבער א גרעסערע כיבוד וועט מען אים זיכער געבן, ער איז "מ"רמי ישיבת סאדיגורא ווען מען אים זיכער געבן "מ"הכיסה אדער "מ"הסנדק, למעשה הערט ער ווי די שמש שרייעט אויס איטשע מאיר שטרנבוך חיקה! ער האט זיך ווייטער געבליקט אינעם ספר וואס ער האט געהאלטן ווי כאילו נישט אים מיינט מען, איז געווען דארט א עלטערע גאליציאנע אידל וואס האט דאס באמערקט און האט זיך אנגערופן בקול רעש גדול, איטשע מאיר! מיט אזא גאליציאנישע אקצענט וואס ר' איטשע מאיר האט אזוי זיס נאכגעמאכט, איטשע מאיר פאסט דיר נישט צו זיין חיקה?! ער האט פרובירט צו איגנארן אבער דער איד לאזט נישט נאך, און ער זאגט נאכאמאל איטשע מאיר אזוי חשוב ביזטו שוין פאסט דיר נישט צו נעמען חיקה?!

דער גאנצער עולם'ס בליקן איז געווען געווענדעט צו אים ער האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות געכאפט א טלית און געלאפן האלטן די בעבי, און אויפן וועג געזוכט א לאך ווי זיך צו באגראבן פאר בושה, ער האט אויסגעפירט אז קודם האט ער נישט געוואלט מוחל זיין דעם איד, למעשה היינט איז ער אים דאנקבאר פאר די לעסאן וואס ער האט באקומען, און דערף שוין נישט די כבוד, היינטיגע צייטן דארף ער נאר די כבוד וואס מ'קען באקומען ווען א תלמיד פארהערט זיך, (עפעס א שמינית שבשמינית איז נאך געבליבן...)

איך דארף מיך דערמאנען נאך זאכן, געוויסע זאכן האב איך שוין געשריבן, אז ער האט אמאל געזאגט אז ער האט געטראגן זיינע קינדער זעהן דעם אלטן קאליבער, נישט ווייל ער איז אזוי קלוג ווי שלמה המלך נאר פשוט זיי זאלן זעהן וויאזוי שלמה המלך'ס שטול האט אויסגעקוקט... אז איך וועל זיך דערמאנען נאך וועל איך שרייבן.
אטעטשמענטס
א בילד מוצאי שבת ביי מלווה מלכה אין טבריה ר' בנציון סטעמפל צו לינקס
א בילד מוצאי שבת ביי מלווה מלכה אין טבריה ר' בנציון סטעמפל צו לינקס
ר' איטשע מאיר מיט ר' בנציון סטעמפל.PNG (757.5 KiB) געזען 1925 מאל
א אומקלארע בילד פון א חלק עולם ביים שיעור, זעהט אויס אז ס'איז אינמיטן זמן שוין ווען ס'איז שוין דא מער פלאץ
א אומקלארע בילד פון א חלק עולם ביים שיעור, זעהט אויס אז ס'איז אינמיטן זמן שוין ווען ס'איז שוין דא מער פלאץ
שיעור אצל ר' איטשע מאיר.PNG (632.35 KiB) געזען 1925 מאל
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שיין שיין! א געשמאק געווען צו ליינען!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7522
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מיט איין אטעם געליינט
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

סופער סופער סופער!!!
ווען נישט גילו וואלט איך דיר געלאדענט צו מיר אויף שבת
עקידת יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:00 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקידת יצחק »

תרמ"ב!!!!!
יאך האב אויך געלערנט ביי איהם האסט גוט געשריבן! עס האט מיר געקאסט א לאך!!!!
אלעמאהל מיט א שמייכל!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אכט האט געשריבן: מה שלא קרה כאן, זה מתּוּק מדבש. נפלתי לכאן דרך לינק וקראתי כל האשכול בנשימה אחת. בין השורות נראה שאתה אגודאי או סתם לינקער במקצת אבל הכתב שלך בוקע רקיעים. הלשון מוסיף ספייס מיוחד להסיפור. חזק ואמץ.
גם קראתי מה שכתבת אודות השבת בבלימינגראוו וגם שם צחקתי כמ״פ.
שאלה אחד יש לי, כתבת בתוה״ד שאתה נכד מאדמור מס...,איזה ס?

תודה רבה על המחמאה על הכתב ועל זה שאני סתם לינקער....

אויף דיין שאלה וועגן האדמו"ר מס' איז אזוי אז איך גיי ארויסשרייבן וועלכע אדמו"ר וועט עס זיין א שטארקע גילוי, אבער לכאורה קענסטו נישט די פאמיליע, ווייל אויב דו וואלסט געוויסט דעם אדמור מס' וואלסטו שוין געכאפט פון וועם מ'רעדט, איך גלייב אז ווער ס'קען מיין פאמיליע און האט געלייענט די גאנצע טאגבוך האט דאס געכאפט, איך האב געשריבן גראבע רמזים...
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

אינז וויל מיר הערן מער איבער דעם ר’ איטשע מאיר
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

האב איך געהערט אמאל (9 יאהר צוריק) ר' איטשע מאיר'ן רעדן ביי א שבע ברכות.
די עולם האט זיך אזוי אונטערגעהאלטן, ס'געוון איינץ און די וועלט.
כ'האב איהם נישט געקענט, זאגט מיר איינער אז ער איז א ראש חבורה און מיר.
די אמת? כ'האב איהם נישט געגלייבט.
המצפה לישועה
נו"נ ל זקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

גיוואלדיג תרמב! כה לחי!
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אפשר ביסטו ממשיך הרב תרמב?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דברים אלו האט געשריבן: סופער סופער סופער!!!
ווען נישט גילו וואלט איך דיר געלאדענט צו מיר אויף שבת

איך קען שיקן מיין ניק צו דיר אויף שבת....
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיינע זכרונות פון די ירושלימע געסלאך - @תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

עקידת יצחק האט געשריבן: תרמ"ב!!!!!
יאך האב אויך געלערנט ביי איהם האסט גוט געשריבן! עס האט מיר געקאסט א לאך!!!!

קום אריין מיט נאך זיכרונות!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”