Re: אפרים מארקאוויטש - שפילער, קאמפאוזער, זינגער.
מיט די ערשטע חלק וואס דו האסט געשריבן אז ס'מאכט נערוועז אז ער נעמט ארויס די נשמה פונעם ניגון, בין איך מחולק מיט דיר.יער האט געשריבן:אבער דו דינגסט דיך טאטאל מיט וואס איך האב אקורשט געשריבן?
ווייל ער איז נישטא יעצט דיר צו געבן צו הערן דעם ניגון געהעריג מיט די געפיל וויאזוי עס קומט. דאס קענסטו שוין. דאס האסטו שוין געהערט פונעם אריגינעלן אלבום וכו' אדער סתם אזוי ווען מ'זינגט די ניגון ביים קומזיץ. אז דו ווילסט הערן דעם געפיל הער איבער דעם אלבום.
ער איז דא דיר צו צייגן קונסט.
דיר געבן צו הערן עפעס וואס דו האסט נאכנישט געהערט.
עפעס וואס זאל דיר אויפשאקלען די קושקעס...
א קאמפלעט נייע דערהער אין דעם ניגון, טאקע אינגאנצן אנדערש פונעם אריגינעלן געפיל.
לגבי די צווייטע חלק וואס דו האסט געשריבן, אז אויב קען ער יא, נו זאל ער קומען מיט נייע ניגונים צום טיש, איז צוויי זאכן,
קודם כל, וואס האט איינס מיטן צווייטן? ס'איז צוויי עקסטערע זאכן. ווייל ער קען איין זאך מוז ער יעצט טון א צווייטע זאך אויך? דעיס אז ער קאפאוזט נישט, נעמט גארנישט אוועק פון זיין טאלאנט.
פארוואס ער טוט עס נישט? כ'ווייס נישט, אפשר קען ער נישט אזוי גוט, אדער פשוט ווייל אין קאמפאוזן וועט ער נישט אזוי ארויסשיינען צווישן אנדערע קאמפאוזערס. בקיצור וואס די סיבה זאל זיין, זעה איך נישט ווי ס'איז פארבינדן איינס מיטן צווייטן.
און צווייטנס, דאס איבערמאכן ניגונים, אדער ווי @ליכטיגע פארבן רופט עס - ריהארמענייזן ניגונים, איז לעניית דעתי אין א וועג א גרעסערע טאלאנט - אדער בעסער געזאגט א זעלטענערע און מער קונצליכע טאלאנט - ווי קאמפאוזן נייע.
ס'איז א בחינה פון לא זו אף זו...