ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צל עובר
»
דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 3:08 pm
טאטעל איז געווען דעמאלטס 17 א האלב מיליאן, (11.1 ושירים פאר ביידן, 6.0 ושירים פאר טראמפ, און עטוואס אונטער 400 טויזנט פאר אלע אנדערע מיט רייט אין.) דאס מיינט אז מען קען זיך לכאורה רישן אויף ארום 4 מיליאן עלעקשן דעי פלאס פארשלעפטע עבסענטי בעלאטס, אפאר הונדערט טויזנט ארויף אדער אראפ. היינט נאכט וועט קודם זיין די רעזולטאטן פון די עבסענטי בעלאטס, וואס וועלן זיין מער דעמאקראטיש ווי די טאטעל, נאכער וועט מען ציילן די עלעקשן דעי שטימען, וואס וועלן זיין מער רעפאבליקאניש ווי דעם טאטעל, עד כאן קען מען האבן הײנט נאכט, אדער על כל פנים פאר שבת.. און ביז נאך סוכות וועט מען מסתמא האבן אפגעציילט אויך אלע פארשלעפטע עבסענטי בעלאטס, וואס זענען עטוואס מער דעמאקראטיש, אבער נישט אין אלע געגענטער. א חשוב'ער ניק פרעגט מיר אין אישי אויב עלדער האט נאך שאנסן, דער קורצער תירוץ איז אז פשטות נישט. (דער לאנגער ענטפער איז אז ווען נישט די אנקעטעס, וואלט מען קיינמאל נישט געהאלטן אז ער האט א טשענס אין אזא סטעיט, און יעצט ווייזן דאך די אנקעטעס אויך אז נוסאם געווינט ברייט.)