מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הארציגע מוח
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm

מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע מוח »

בס"ד

עס איז באוואוסט די ענין פון מקיים זיין דעם זעלטענעם מצווה פון 'כיסוי הדם' ערב יום הקדוש, וואס עס מאכט זיך נישט ביי אונז אזוי אפט. דער 'מטה אפרים' שרייבט וז"ל: "ולפי שהגיע העת שראוי לחבב המצוה נוהגים השוחטים בבואם לאיש נכבד שהוא עמית בתורה מכבדין אותו במצות כיסוי הדם וכו' ". און דער חיד"א שרייבט שוין 'מצוה לחזר אחר מצוות כיסוי הדם בערב יום כיפור. און אזוי פיהרן זיך אסאך גדולי ישראל און אדמורי"ם שליט"א.
לערנענדיג די הלכות איז אויסגעקומען אז עס איז נישט אזוי גלאט צו מקיים זיין די מצוות כהלכתה, און עס קען זיין א חשש ברכה לבטלה, האב איך געטראכט אויסצושמועסן בקיצור די הלכות וואס מען דארף וויסן פארן מקיים זיין דעם מצוה. צאמגענומען פונעם שו"ע און פוסקים.
פארשטייט זיך אז מען קען אויסשמועסן אינאיינעם די הלכות והמסתעף. ויה"ר שלא ייצא מכשול מתחת ידי.


א. א קטן איז נישט מקיים דעם מצווה.

ב. עס דארף זיין 'עפר תיחוח', ד.מ. טרוקענע זאמד, און מען דארף מקפיד זיין אויף דעם, די הענט זאל זיין טרוקן וכו'.

ג. מען דארף ערשט לייגן זאמד פון אונטן מיט א כוונה לשם די מצווה.

ד. טאמער ליגט שוין דארט זאמד פון די וואס האבן מקיים געווען פריער די מצוה, זאל ער זאגן, אדער לכה"פ מכוון זיין, אז ער איז 'מזמין' די עפר לשם מצוות כיסוי הדם.

ה. לכתחי' זאל ער בעטן רשות פונעם שוחט צו מקיים זיין אליינס די מצווה, ווייל די מצווה געהערט צום שוחט. בדיעבד קען מען זיך לכאורה פארלאזן אז דער שוחט איז סיי ווי נישט מקיים יעצט דעם מצווה און ער ווייסט אז די אידן ווילן מקיים זיין.

ו. נאכן שחיטה דארף דער שוחט איבערקוקן די סימנים מיטן מעסער, ווייל טאמער עס איז א טריפה איז עס א ברכה לבטלה.

ז. לכתחי' זאל מען זיך וואשן די הענט לכבוד די מצווה, און מען טאר נישט אויסרעדן לכתחי' ציווישן די ברכה און כיסוי.

ח. מען נעמט די זאמד מיט די רעכטע האנט, און מען מאכט א ברכה: "ברוך אתה ה' וכו' אשר קדשנו וכו' על כיסוי דם בעפר".

ט. וועגן 'שהחיינו' איז דא א נידון אין די פוסקים, עס איז איינגעפירט אז מען מאכט נישט.

י. מען טאר נישט צודעקן מיט די פיס וכדו', נאר מיטן רעכטע האנט, אדער האלטן מיט די רעכטע האנט א כלי, לכבוד דעם מצווה.

יא. אז מען דעקט צו א משהו איז מען שוין מקיים דעם מצווה. אבער די ביסל דארף זיין צוגעדעקט גוט, מען זאל נישט דערקענען די בלוט.

יב. ווען עס איז דא אסאך בלוט אויסגעמישט דארף מען זארגן ער זאל מכסה זיין די דם הנפש, און נישט אנדערע בלוט וואס אנדערע האבן שוין מקיים געווען די מצווה דערויף.

יג. עס מאכט זיך אז גלייך נאכן שחט'ן האט דער שוחט געשחט'ן נאך א כפרה אויפן בלוט, טאר מען נישט מאכן דאן א ברכה, ווייל זיין בלוט איז שוין צוגעדעקט געווארן [בדיעבד] און מען קען מער נישט מקיים זיין דעם מצווה.
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

יש"כ! זייער שיין!
נאר איין הערה'לע:
הארציגע מוח האט געשריבן: ב. עס דארף זיין 'עפר תיחוח', ד.מ. טרוקענע זאמד, און מען דארף מקפיד זיין אויף דעם, די הענט זאל זיין טרוקן וכו'.


'עפר תיחוח' מיינט נישט 'טרוקענע דאמד',
עפר תיחוח מיינט זאמד וואס צוברעקלט זיך, און נאסע זאמד (-בלאטע) צוברעקלט זיך נישט, איז עס פסול.
הארציגע מוח
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע מוח »

זעירא האט געשריבן: יש"כ! זייער שיין!
נאר איין הערה'לע:
הארציגע מוח האט געשריבן: ב. עס דארף זיין 'עפר תיחוח', ד.מ. טרוקענע זאמד, און מען דארף מקפיד זיין אויף דעם, די הענט זאל זיין טרוקן וכו'.


'עפר תיחוח' מיינט נישט 'טרוקענע דאמד',
עפר תיחוח מיינט זאמד וואס צוברעקלט זיך, און נאסע זאמד (-בלאטע) צוברעקלט זיך נישט, איז עס פסול.

א דאנק פארן פאררעכטן.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

1.png
1.png (108.06 KiB) געזען 551 מאל
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

הארציגע מוח האט געשריבן: ו. נאכן שחיטה דארף דער שוחט איבערקוקן די סימנים מיטן מעסער, ווייל טאמער עס איז א טריפה איז עס א ברכה לבטלה.

דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס עס איז עכט נישט אויסגעהאלטן דאס מאכן א ברכה, וויבאלד דער שוחט באקוקט דאס מעסער נאר נאך אסאך שחיטות. אפילו וואס ע"פ הלכה דארף מען בודק זיין נאך יעדן עוף, שרייבט שוין דער שמלה חדשה אז ערב יו"כ ווען עס איז דא אסאך צו שחט'ן און עס איז נישטא די צייט צו באקוקן נאך יעדע עוף, באקוקט מען נאר דאס מעסער נאך יעדע חבילה עופות (איך געדענק נישט פונקטליך די לשון וואס ער שרייבט). כיום זענען שוחטים קיינמאל נישט בודק נאך יעדע עוף אין בתי שחיטה מהאי טעמא ווייל עס איז נישטא די צייט פאר דעם. עס זענען דא מדקדקים ערב יו"כ וואס בעטן מיר טאקע אז איך זאל זיין בודק זיין דעם חלף פאר זיי מאכן דעם כיסוי, און פאר זיי טו איך דאס. אבער פאר יעדעם איז דאס נישט שייך צו טון.

הארציגע מוח האט געשריבן: יא. אז מען דעקט צו א משהו איז מען שוין מקיים דעם מצווה. אבער די ביסל דארף זיין צוגעדעקט גוט, מען זאל נישט דערקענען די בלוט.

דאס איז אויך א פראבלעם וואס מענטשן כאפן נישט, און נעמען א גאנצע הויפן און דעקן צו פון אלע פיר זייטן באופן אז זיי דעקן שוין אויך צו אביסל פון אנדערע עופות, און דעמאלטס קען שוין א צווייטער מער נישט מאכן א ברכה אויף די נייע עוף.

בכל אופן האב איך שוין געהערט פון א לאנגיעריגע שוחט אז צוליב די אויבנדערמאנטע און נאך פראבלעמען, איז זייער שווער צו מאכן ברכת כיסוי ערב יו"כ. והמחמיר נישט צו מאכן, תבוא עליו ברכה.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
הארציגע מוח
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע מוח »

נאכמיטאג האט געשריבן:
1.png

זעהט אויס צו זיין אינטרעסאנט. איז דאס געווען אדווערטייזט אינעם גליון 'עלים לתרופה'? און ווער איז דער מחבר?
הארציגע מוח
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע מוח »

מתבונן האט געשריבן:
הארציגע מוח האט געשריבן: ו. נאכן שחיטה דארף דער שוחט איבערקוקן די סימנים מיטן מעסער, ווייל טאמער עס איז א טריפה איז עס א ברכה לבטלה.

דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס עס איז עכט נישט אויסגעהאלטן דאס מאכן א ברכה, וויבאלד דער שוחט באקוקט דאס מעסער נאר נאך אסאך שחיטות. אפילו וואס ע"פ הלכה דארף מען בודק זיין נאך יעדן עוף, שרייבט שוין דער שמלה חדשה אז ערב יו"כ ווען עס איז דא אסאך צו שחט'ן און עס איז נישטא די צייט צו באקוקן נאך יעדע עוף, באקוקט מען נאר דאס מעסער נאך יעדע חבילה עופות (איך געדענק נישט פונקטליך די לשון וואס ער שרייבט). כיום זענען שוחטים קיינמאל נישט בודק נאך יעדע עוף אין בתי שחיטה מהאי טעמא ווייל עס איז נישטא די צייט פאר דעם. עס זענען דא מדקדקים ערב יו"כ וואס בעטן מיר טאקע אז איך זאל זיין בודק זיין דעם חלף פאר זיי מאכן דעם כיסוי, און פאר זיי טו איך דאס. אבער פאר יעדעם איז דאס נישט שייך צו טון.

הארציגע מוח האט געשריבן: יא. אז מען דעקט צו א משהו איז מען שוין מקיים דעם מצווה. אבער די ביסל דארף זיין צוגעדעקט גוט, מען זאל נישט דערקענען די בלוט.

דאס איז אויך א פראבלעם וואס מענטשן כאפן נישט, און נעמען א גאנצע הויפן און דעקן צו פון אלע פיר זייטן באופן אז זיי דעקן שוין אויך צו אביסל פון אנדערע עופות, און דעמאלטס קען שוין א צווייטער מער נישט מאכן א ברכה אויף די נייע עוף.

בכל אופן האב איך שוין געהערט פון א לאנגיעריגע שוחט אז צוליב די אויבנדערמאנטע און נאך פראבלעמען, איז זייער שווער צו מאכן ברכת כיסוי ערב יו"כ. והמחמיר נישט צו מאכן, תבוא עליו ברכה.

ריכטיג. געהערט פון עטליכע עלטערע שוחטים די זעלבע. עס איז טאקע גאנץ זעלטן צו מקיים זיין דעם מצווה בשלימות.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: מצוות כיסוי הדם עיוה"ק כהלכתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

הארציגע מוח האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
1.png

זעהט אויס צו זיין אינטרעסאנט. איז דאס געווען אדווערטייזט אינעם גליון 'עלים לתרופה'? און ווער איז דער מחבר?


געווען אדווערטייזט אין קול הציבור - מאנסי
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”