"צוואנציג" יאר צוריק איז עס געשען, דינסטאג כ"ג אלול תשס"א
פון די ארכיוון
viewtopic.php?p=1691782#p1691782
viewtopic.php?f=3&t=12935
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
דניאל אויערבאך האט געשריבן: אינטרעסאנט ווי די נושא ווערט נישט אויסגעדראשן.... וויפיל מען וועט רעדן און פארציילןַ דערפון בלייבט עס נאך אלץ העכסט אינטרעסאנט!
Programming האט געשריבן: ווענדט זיך פאר וועמען
עס איז שוין אבוויעסלי אויפגעשטאנען א דור חדש פאר וועמען מען קען ברענגען א אינטערוויו מיט א איד "וואס האט מיטגעהאלטן פון וויליאמסבורג מיט די אייגענע אויגן ווי די צווילינג טורעמעס קומען אראפ" אן דעם וואס זיי זאלן כאפן אז מען מאכט פון זיי דאס גענאר
א הייסע קאווע האט געשריבן: אינטערוויו: 20 יאר נאך יענעם שווארצן דינסטאג כ"ג אלול תשס"א ווען טעראריסטן האבן געהיידזשעקט פיר עראפלאנען און אראפגעברענגט אמעריקע צו די קניען, הערט פון ר' מאיר שטיינבערג וואס האט מיטגעהאלטן פון וויליאמסבורג מיט די אייגענע אויגן ווי די צווילינג טורעמעס קומען אראפ. אויך קען מען הערן א רעקארדירונג פון א לענגערע אינטערוויו אפגעהאלטן צו די 15'טע יארטאג פון סעפטעמבער 11 אטאקעס, מיט: ר' מתתי' סאמפאלינסקי פון פלעטבוש, וואס איז געבליבן שטעקן אין די אונטערערדישע באן - ר' מענדל מאנדלבוים און ר' יודל גוטמאן פון חברה הצלה, געווען דער ערשטער הצלה מעמבער אויף די שרעקליכע סצענע - ר' חיים מרדכי פערלמוטער און ר' מאיר שטיינבערג, מיטגעהאלטן פון וויליאמסבורג מיט די אייגענע אויגן - דער פיילאט ר' שמואל יודקאוויטש, איבער וואס די טעראריסטן האבן געטוהן אין די קאקפיט - ר' יעקב איידעלשטיין, געווען אויפן טעלעפאן מיט ר' שמעון דוד ביגעלאייזן הי"ד, און געזאגט מיט איהם לדוד מזמור פאר זיין אומקום רח"ל - ר' יואל וואגשאהל, איבער זיין שווער קאזניצער רבי וואס איז געווען פארכאפט אין די ברוכווארג - ר' אברהם יצחק אבראהאם, געטראגן עסן פאר די פארוואנדעטע אין שפיטעלער טעג דערנאך - ר' חיים ברוך גלאק, וואס איז זעלבסט פארכאפט געווארן אין די ברוכווארג און געברויכט צוקומען צו מעדיצינישע הילף - ר' יונתן שווארץ, איבער זיין ניגון וואס ער האט פארפאסט איבער די מאורע - ר' בערל לורינג, געראטעוועט געווארן 3 מאל יענעם טאג - הרב משה מארגען, איבער א בחור מרדכי ראזענבערג הי"ד וואס איז אומגעקומען יענעם טאג רח"ל - ר' בערל איגל, זיין שמועס מיט רב אילאוויטש הי"ד א טאג פריער https://www.yiddish24.com/interviews/12/46219
פון די ארכיוון
viewtopic.php?p=1691782#p1691782
viewtopic.php?f=3&t=12935
קרייסלער האט געשריבן: זייענדיג א בחור'ל בין איך געגאנגען נאך געלט יענעם אינדערפרי און שטייענדיג ביי בעדפארד קארנער סאוט ניין ווי עס איז געווען א דירעקטע וויא פון די טווין טאוערס (בעפאר די שעיפער בילדינג האט עס פארדעקט) האב איך געזעהן וויאזוי די ערשטע טורעם רויכערט, איך האב אין איילעניש אינפארמירט פאר די מתפללים אין סטראזניצער שוהל און אין סאטמאר קליימער און די עלטערע אידן האבן זיך אינטערגעשמייכעלט פון דעם קליינעם בחור'ל וואס זעהט חזיונות אינמיטן העלן טאג
אביסל פרעספעקטיוו פאר די היינטיגע דור: רוב אידן האבן נאכנישט פארמאגט קיין סעלפאונס, די וואס האבן יא געהאט איז עס געווען א נעקסטעל טו וועי רעדיו טרררראם טררראם, און אפילו די געהעריגע סעלפאון וואס מיין פאטער האט שוין פארמאגט איז נישט געווען קיין טעקסט מעסעזשעס
נישט קיין כל העולם נייעס, וואטצעפ סאאטוס, אפפפס און נישט קיין קול מבשר, פאר וועטער האט מען גערופן קרעיג עלען אויף אכט אכציג, טען טען ווינז אדער טעלמי
אלזא בשעת רוב אידן זענען געווען פארנומען מיט סליחות אדער דאווענען האבן זיי געהאט קיין השגה וואס טוט זיך חוץ מכותלי ביהמ"ד
#מאדנע וועלט
יישר כח הרב הייסע קאווע.א הייסע קאווע האט געשריבן:September 11 attacks
פאר די נעטפרי באנוצער!
איך האב נאך וואס איך האלט אינמיטן כשר'ן, איך האף עס צו קענען ארויף לייגן ביז זונטאג - September 11