א גוט יאר חבירים. לאמיר גלייך גיין ווייטער, צונעמען די יסודות אין בויען א גוטע ברענד.
די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז ארויס צו האבן די אינסיידס פון די ביזנעס - די פאטענציאלע ברענד. ארויס האבן די מאטיווען פון די ביזנעס, וואס ליגט אונטער די ברענד, פארוואס טוהט די ברענד עקזעסטירן, וואס וויל מען אויפטוהן, פארוואס זאל פאר מענטשען בכלל אנגיין אז די ביזסט דא. מען מוז אויך ארויסהאבן די וויזיע די פון די ברענד, וואס וויל מען אנקומען? וויאזוי וויל מען זען די ברענד אין די עתיד? אזוי אויך דארף מען האבן א קלארקייט אין די מיסיע פון די קאמפעני, וואס איז עס, ווי אזוי גייט מען עס אקאפלישען, און ווי אויך וויאזוי וועט מען אנקומען אויסצופירען די vision און אנקומען צום ציל.
לאמיר נעמען א משל פון אייקיא'ס מישען סטעיטמענט, Create a better everyday life for the many people. די איין שורה זאגט אלעס איבער אייקיא Create - זיי מאכן = פורניטשוער Better - בעסער = שיין און גרינג צוזאם צושטעלן Everyday - פאר טאג טעגליכע באנוצען ווי די הויז און אפיס For The Many People - מיט ביליגע פרייזען און גריג צו באקומען אזוי אז מער מענטשען האבן צוטריט.
אזוי איינמאל מען האט ארויס קלאר די Purpose, Vision & Mission איז שוין א גרויס חלק פון די ארבעט אראפ.
א מהלך וואס ווערט אפט באנוצט צו ארויסהאבן א ברענד ווערט גערופען "די גאלדענע רינג."
The Golden Circle (A4).jpg (27.55 KiB) געזען 2818 מאל
הרב חלקי, איך און איך גלייב אלע אנדערע דא האבן אויסטערליש הנאה פון דיינע טיפזינגע שיעורים אין הלכות ברענדיג... אפשר וואלט געווען כדאי איהר זאלט ברענגן א לעבעדיגן משל מיט אן אייגן געגרינדעטען ברענד "ספעציעל פאר די משתתפי השיעור" כדאי צו קענען גרינטליך פארשטיין געבן די נושא... אינו דומה ראיה לראיה.