Re: טעסטינג: שמעקט איר גוט?
היכי תמצא האט געשריבן: אט דאס איז וואס האט מיר מחייה געווען. ס'איז פארגעקומען מיט שטארקייט. די ארטיקלען אלע פון גאר הויכע קוואליטעט, איינס העכער פון צווייטן. אוי האט זיך געטון א געשמאקע שיעור עיון אין הלכות הלב, מוח, נשמה, ונפש.
ס'איז געווען א פארגעניגן מדייק צו זיין צוזאמען מיט אנדערע, מיטשפירן, זיך פארשטייען, ערקלערן איינע די צווייטע, ארויסהאבן א זאך. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז עס געפינען אזעלכע סארט הויכע קוואליטעט פאעזיע און גראמען. עפעס אפנארמאל, איך בין באגייסטערט.
טאקע היי יאר האט זיך עס אנגעהויבן גאר שפעט, און נישט אלעס איז געפארן געשמירט, און נישט אלעס איז געווען די ריכטיגע סטראטעגיע. אבער מ'וועט וויסן לעתיד אז פאעזיע און גראמען האבן א גרויסע שוויות דא אויפ'ן וועלטל און ביים היימישן ציבור בכלליות. און די טאלאנט, וואו הייבט מען אפילו אן. אידן דא האבן אוצרות מיט טאלאנט בלי גבול, ואתם כולם בתוכם!
כ'מיין אז די אנגעצייכענטע איז גענאגעלט. כ'לאוו דיין אטענטישקייט. און אלעס אנדערש וואס דו שרייבסט איז אויך ריכטיג.
צ"ק בין איך נישט זיכער וויפיל פראצענט פון די שטימערס האבן דורכגעליינט אלע ארטיקלען, און דערפאר קען מיין שמעק נישט זיין אקוראט ווייל ס'האט נישט מיטן שמעק.
די פראפשענעליזם פון די בודקעס איז שטארק באגריסנד. און די לעבהאפט פון ארום און ארום איז געוועהן געוואלדיג. א שאד אז אסאך זענען נישט געוועהן באוואוסטזיניג דערצו