מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
ייש"כ ענוותן פאר'ן ארויפברענגען די אשכול, ס'ערשטע מאל איך לייען עס, אה...!!! הערליך!
איך האב אויך געארבעט אויף קאמפיוטער זייט ווינדאוס 3.1 (און אביסל בעפאר סתם אויף DOS מיט די לאנגע קאודס, ווי אויך די אלטע ווארד-פערפעקט), און דאס איז שוין געווען נאך מיין חתונה.....
געדענק מיר נאך די גרויסע פלאפי דיסקס, וואס האט ענטהאלטן אין זיך ארום א 3/4 מעגאבייט... און די שמחה ווען עס איז ארויסגעקומען די נייערע קלענערע, וואס האט געהאט דאפעלט, 1.44 מעגאבייט (די ערשטע האט זיך גערופן דרייוו A, די צווייטע B, און די הארד-דרייוו פונעם קאמפיוטער דרייוו C, וואס איז טאקע געבליבן עד היום הזה). איי ווען ווינדאוס 95 האט געהאט ארום 12 דיסקס (בערך, כ'געדענק שוין נישט גענוי וויפיל) און צו אינסטאלירן האט מען געדארפט אריינלייגן איין דיסק נאכ'ן צווייטן...
כ'געדענק נאך יעדע ווערסיע סינס (חוץ די ביזנעס ווערסיעס האב איך נאר געהערט דערוועגן אבער קיינמאל נישט גענוצט), אבער מיטגעהאלטן די מעלות און חסרונות פון איטליכע. צו געוויסע זאכן בענק איך מיך צוריק, איך האלט זיי האבן אסאך פארפאטשקעט אין די נייערע ווערסיעס.
(אפשר זאל א מנהל פאררעכטן די אלע ספוילערס וואס זענען געדעמעדזשד זינט די נייע אפדעיט אויפן סייט)